דער ראב"ד ירושלים הרב הגאון ר' משה שטערנבוך שליט"א האט היינט אנגעקאלט הרב החסיד ר' חיים שלמה פישער
דעם גבאי'ן ביים רבי'ן אין געבעטן בכל לשון שבקשה אויב מען קען זעהן אז ס'זאל צישטאנד קומען א וויזיט דעם רבי מיטן ירושלימער רב שליט"א
ר' חיים שלמה האט מיטן גרעסטן מאס יראת הכבוד מסביר געווען פארן ראב"ד אז די נסיעה איז שוין געפאלנט פין חדשים בעפאר אין ס'איז קיינמאל נישט אויף געקומען אז די רבי זאל גיין אויף ירושלים אין טאמיר די רבי פארט אריין נעמט עס לכל הפחות 4 צי 5 טעג פארן רבי'ן צי זיין אין ירושלים אין יעצט איז נישט דא קיין צייט דערצי
אין ר' חיים שלמה האט ציגעלייגט אז ביי די ערשטע בני ברק'ע נסיעה איז די רבי אויך נישט געפארן אויף ירושלים
האט אים דער ראב"ד געזאגט אז היות " אנשי רשע " האט ארויס געלאזט א שמועה אז ס'איז א פירוד לבבות צווישן דעם רבי'ן מיט די עדה החרדית אין דער גאב"ד איז זייער ציבראכן אז מען דערפין וויל זיך דער גאב"ד זייער שטארק טרעפן מיט'ן רבי'ן
האט אים ר' חיים שלמה אז ס'איז היינט נולד געווארן א ספק אז די רבי זאל בלייבן נאך א טאג אין ארץ ישראל
היות ס'איז נישט אויס געקומען צי געזעגענען די איבער 200 ירושלימ'ער יודן וואס ווילן זייער אריין גיין
אין טאמיר די רבי וועט דא בלייבן נאך א טאג קען מען אויס ארבעטן א ווזיט אינדרויסן פין ירושלים
כינוס לצדיקים נאה להם ונאה לעולם
נשלח ב-21/2/2012 20:27
די רבי פארט אהיים אי"ה מארגן ביינאכט, אנשטאט ווי פריער געפלאנט מיטוואך ציפרי מטעם הנ"ל, צי קענען אויפנעמען די ציבור וואס האט נאך נישט געהאט קיין געלעגענהייט
תוקן על ידי טאטלע ב- 21/02/2012 21:12:44
נשלח ב-21/2/2012 20:32
אויף דעם אשכול זאגט מען:
אדער יא - אדער נישט!
נשלח ב-21/2/2012 20:49
ער הייבט אן שפירן די היץ פון די עדה, וויל ער לויפן גיין מאכן א ריגעלע ריגעלע רויגעז. הערשט נעכטן האבן זיך נאך אלע חכמים געלאזט הערן דא אז ער פייפט אויף די עדה ווייל די עדה פייפט אויף אים.
איך וואלט ליבערשט געזאגט אז די זאלונים ליידן פון "היץ" די לעצטע וואך צייט.
-----
אגב: די מעשה דא איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, און עס איז נישט געפלאנט קיין שום באזוך.
תוקן על ידי FiveBoro ב- 21/02/2012 21:20:44
נשלח ב-21/2/2012 21:22
דאס אז די רבי פארט אהיים שפעטער איז אלטע נייעס, נאכדעם וואס די רבי שליט''א איז נישט אנגעקומען אויפצונמען דעם גאנצן ציבור, האט מען אביסל געטוישט די פלענער, דער רבי האט געברויכט אהיימפארען ציפרוה למעשה האט מען מודיע געווען פאר'ן ציבור אז די רבי שליט''א האט איינגעוויליגט, אין נאך מירון וועט די רבי צירוק קומען אויפנעמן אין וועט הערשט אהיימפארען ביינאכט, אין בנועג די באזוך ביים ירשלימער רב עמיר געוואר ווערן אויב עס איז אמת, דאס איז אבער זיכער אז די זאלונים טאנצן שוין אין האבען שוין די די וויפילטע אשכול נאר וועגן דעם...
נשלח ב-21/2/2012 21:58
יא דער עולם מעג וויסן וואס איז דער אמת און וואס כהאב געהערט ממקור ראשון אז פון עדה לייגט מען גרויס דרוק אז דער רבי זאל גיין קיין ירושלים צום גאב"ד אבער דאס קוקט דערווייל נישט אויס קיין מציאות צוליב וואס דער רבי האט קלאר אפגעמאכט אז ווען מפארט אויף ירושלים מיינט עס נישט בני ברק און בני ברק מיינט נישט ירושלים
עס קאסט נאר א גראבע שמייכל ווי די זאליס וואס האבן געמאכט דעם אנשטעל אז כאילו דער גאב"ד איז גאר דער וואס איז ברוגז אויפן רבין און דער רבי האט מורא צו גיין אין דער צייט ווען די סיקריקים האבן גאר געסטראשעט ווי נערנים אז אויב דער רבי קומט נישט צום גאב"ד וועלן זיי ווייסעך וואס טאן, און פון די אנדערע זייט טענהן חברי הנהלה פון עדה וואס זענען נישט פון די סיקריקישן חדר אז דער רבי זאל יעצט טוישן פלאן כדי צו מבטל זיין די קלאנגען אין גאס אבער עס קוקט דערווייל נישט אויס אז דער רבי זאל זיך צוטון מאכן פון היידפארק קלאנגען און טוישן פלענער פאר פאליטיק חוץ אויב דער רבי וועט האלטן אז ער דארף טאקע ע"פ תורה דאס טאן וועט דאס מעגליך פאסירן אבער ווי געזאגט סקוקט אויס אז אי"ה נעקטעס יאר