בית פורומים אידישע געדאנק

די הויט ברענט אים: ר' אהרן פארלענגערט זיין נסיעה מיט א טאג!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/2/2012 21:08 לינק ישיר 
די הויט ברענט אים: ר' אהרן פארלענגערט זיין נסיעה מיט א טאג!

יעצט הייבן אן קומען ידיעות אז ר' אהרן האט אנגעהויבן באקומען שרעקליכע היץ פון אינערהאלב די קנאישע פראקציע אין זיין לאגער, ובראשם פון בנציון לאוב וואס איז אנוועזנד געווען נעכטן נאכט ביי די דרשה פון הגה"צ ר' יושע ראזענבערגער שליט"א חבר הביד"ץ, און געהערט די שארפע ווערטער קעגן ר' אהרן, וואס דאס האט געגעבן א צייכן אז די עדה גרייט זיך ארויסצוגיין בפומבי קעגן ר' אהרןס שריט פון באזוכן דעם בעלזער. ‎​
 
אפיציעל איז געגאנגן די ניגון ביי די אהרונים, און דאס האט מען געקארמעט פאר די שאף, אז ר' אהרן איז בכלל נישט בינדענט צו די עדה החרדית, ער איז א זעלבסשטענדיגער אדמו"ר, און מעג טון וואס ער וויל. ספעציעל נאך וואס ר' יצחק טובי' דער גאב"ד האט אים מצער געווען מיטן גיין צו די ביהמ"ד פון די זאליס אין קרית יואל, דעריבער איז ר' טובי' בכלל נישט ראוי אז מ'זאל זיך רעכענען מיט זיין מיינונג. ‎​
 
נאכן באזוך פון ר' אהרן ביים בעלזער, האט דער גאב"ד געלאזט פאלן שארפע ווערטער און ר' אהרן'ס ריכטונג. אבער די אהרונים האבן, כדרכם, א טייל געשפילט בת היענה, און די אנדערע טייל אנגעהויבן האקן און באשמירן דעם גאב"ד פארן נישט גיין אין שפאן. די אהרונים האבן אבער אגאנצן צייט געהאפט אז דאס וועט נאר זיין אונטערן טיש, למעשה וועט זיך אבער די עדה החרדית נישט ארויסשטעלן אין די עפענטליכקייט קעגן ר' אהרן. ‎​
 
נעכטן נאכט איז אבער צושטאנד געקומען דראמאטישע אנטוויקלונגען. דער גאב"ד האט פאררופן אויף דאנערשטאג א אסיפה צווישן די חברי הביד"ץ, נישט אין לשכת הביד"ץ, נאר ביי זיך אין שטוב אן קיין עסקנים און משבקי"ם, וואו ער וויל מטכס עצה זיין וויאזוי זיך צו ספראווען מיט ר' אהרן נאך דעם שרעקליכן אקט. די אהרונים האבן אנגעהויבן שפירן אז די הויט ברענט, האט מען אנגעהויבן נאך מער האקן אויף דעם גאב"ד און אויף די עדה החרדית. ‎​
 
למעשה האט בנציון לאוב נעכטן געהערט מיט די אייגענע אויערן נעכטן אז ס'הייבט אן ווערן א אפיציעלער געטומעל אויף די גאס. ר' יושע ראזענבערגער רעדט שוין אפן ביי א עצרת קעגן ר' אהרן, וואס דאס מיינט אז די עדה החרדית גייט זיך פאר גארנישט אפשטעלן. האט ער גלייך געשיקט א מעסעדזש קיין טברי', וואו ר' אהרן האט זיך נעכטן אויפגעהאלטן, אז מ'מוז פאר יעדע פרייז אין די וועלט קומען קיין ירושלים זיך פרובירן צו טרעפן מיט דעם גאב"ד איידער עס וועט ארויסגיין פון קאנטראל. ‎​
 
חיים שלמה פישער זעענדיג אז ס'נישטא קיין ברירה האט זאפארט אפגערופן ר' אהרןס טיקעט פון היינט נאכט און פארארדענט אז דער רבי גייט גיין קיין ירושלים אויף איין טאג וואו ער וועט באזוכן די רבנים פון ירושלים. ‎​
 
איי וויאזוי וועט מען וואשן די מוחות פון די שאף וועם מ'האט שוין אנגעפרעדיגט אגאנצע וואך קעגן דעם גאב"ד מיט די עדה החרדית? מ'וועט מאכן א ספין אז דער ראב"ד האט זיך געבעטן פשוט מ'זאל קומען צום גאב"ד... (נישטא ווער ס'זאל לאכן). ‎​
 
דיטעילס טו פאללאו



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2012 21:17 לינק ישיר 

געבטס מיר טיילענאל!! ווייל איך ווער דיזי!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2012 21:18 לינק ישיר 

רבי יושע ראזענבערגער האט גערעדט קעגן רבי אהרן ?

איך וואוין דא אין בית שמש

און איך קום אויף היידפאר געוואויר ווערן וואס דא טוט זיך ביי מיר  ...




יעדע דרשה פון התבדלות מרשעים

איז קעגן די פגישה ?

אזוי נאריש צו רעדן

מהר "א זאגט דען נישט די זעלבע זאך אין די דרשות ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2012 21:22 לינק ישיר 

נאך נאך נישט געזעהן די זאלי'ס אזוי ציפארן ווי יעצט
אפילו ביים בית החיים זענען זיי געווען עטוואס אין קאנטראל דא האבן זיי אינגאנצן פארלוירן דעם גלייכגעוויכט


נאך אמאל די רבי גייט זיך נישט טרעפן מיט ר' יצחק טובי ביי די נסיעה

זאלי'ס הייבט אן ווייטער צי ספינען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2012 21:27 לינק ישיר 

אישור, וואוינסט טאקע אין בית שמש (אדער יא אדער נישט), מיינט נאכנישט אבער אז דו הערסט פון יעדע דרשה אין שטאט. איך האב יא געהערט די דרשה און ער האט קלאר גערעדט קעגן ר' אהרן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2012 21:34 לינק ישיר 

דער ראב"ד ירושלים הרב הגאון ר' משה שטערנבוך שליט"א האט היינט אנגעקאלט הרב החסיד ר' חיים שלמה פישער דעם גבאי'ן ביים רבי'ן אין געבעטן בכל לשון שבקשה אויב מען קען זעהן אז ס'זאל צישטאנד קומען א וויזיט דעם רבי מיטן ירושלימער רב שליט"א ר' חיים שלמה האט מיטן גרעסטן מאס יראת הכבוד מסביר געווען פארן ראב"ד אז די נסיעה איז שוין געפאלנט פין חדשים בעפאר אין ס'איז קיינמאל נישט אויף געקומען אז די רבי זאל גיין אויף ירושלים אין טאמיר די רבי פארט אריין נעמט עס לכל הפחות 4 צי 5 טעג פארן רבי'ן צי זיין אין ירושלים אין יעצט איז נישט דא קיין צייט דערצי אין ר' חיים שלמה האט ציגעלייגט אז ביי די ערשטע בני ברק'ע נסיעה איז די רבי אויך נישט געפארן אויף ירושלים האט אים דער ראב"ד געזאגט אז היות " אנשי רשע " האט ארויס געלאזט א שמועה אז ס'איז א פירוד לבבות צווישן דעם רבי'ן מיט די עדה החרדית אין דער גאב"ד איז זייער ציבראכן אז מען דערפין וויל זיך דער גאב"ד זייער שטארק טרעפן מיט'ן רבי'ן האט אים ר' חיים שלמה אז ס'איז היינט נולד געווארן א ספק אז די רבי זאל בלייבן נאך א טאג אין ארץ ישראל היות ס'איז נישט אויס געקומען צי געזעגענען די איבער 200 ירושלימ'ער יודן וואס ווילן זייער אריין גיין אין טאמיר די רבי וועט דא בלייבן נאך א טאג קען מען אויס ארבעטן א ווזיט אינדרויסן פין ירושלים כינוס לצדיקים נאה להם ונאה לעולם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2012 21:42 לינק ישיר 

פארוואס זיך טענה'ן צו ר' יושע האט יא גערעט קעגן ר' אהרן צו נישט, זיי זשע מוחל זיי מעתיק דעם פונקטליכן לשון פון ר' יושע'ן, בלתי מוגה, וואס האט געזאלט זיין קעגן ר' אהרן'ען, וירא הקהל...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2012 22:00 לינק ישיר 

רבותי. יא ער האט גערעדט קעגן ר' אהרן אז ער איז א שייגעץ טמא ומטומא. און ער איז פינקט ווי דעם פוקר וכופר טעאדער הערצל ימח שמו וזכרו.

וועקטס ענק אויף, מ'איז דא אין הייפדארק. מ'גיט א לאך און מ'גייט ווייטער.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2012 22:06 לינק ישיר 

געלעכטער

איך דארף נישט קיינעם פרעגן ווייל איך בין אליינס דארט געווען

ער האט גערעדט פון התבדלות פון די פרייע גאס

און געזאגט מיט צער אז געוויסע מנהיגים זענען זיך מחבר צו די אפיקורסים און צוברעכן די חומת המבדיל




יעצט אויף דעם האב איך געשריבן :

יעדע דרשה פון התבדלות מרשעים

איז קעגן די פגישה ?

אזוי נאריש צו רעדן

מהר "א זאגט דען נישט די זעלבע זאך אין די דרשות ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2012 17:54 לינק ישיר 

 

במחילת כבודכם הרמה,
איך האב עס געהערט, און איך הייב נישט אן צו זעהן אין די ווערטער התנגדות אויפן באזוך ביים בעלזער.
ער רעדט דאך איבער די מנהיגי ישראל וואס זענען זיך מחבר צו די כופרים. ממש גענוי די ווערטער וואס מהר"א חזר'ט כסדר איבער אז מ'דארף זיך פון די חברה מתבדל זיין.
ער רעדט בכלל נישט איבער דעם אז ס'איז א עוולה פאר א מנהיג (וואס איז זיך נישט מתחבר צו די כופרים) זיך צו טרעפן מיט אזעלכע מנהיגים וואס זענען זיך ליידער יא מתחבר




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > די הויט ברענט אים: ר' אהרן פארלענגערט זיין נסיעה מיט א טאג!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext