קוקט אין די צווייטע נייעס וועגן טוויטער, עס איז כדאי צו אויפסיינען אויף זייער טוויטער, ווי מער מעמבערס אלץ ערענסטער קוקט די אוה"ע אָן די ארגענעזאציע.
ר"ח אדר.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
ניתוחי מתים
דאס יהדות החרדית בענטשט דעם היינטיגען טאג די ברכה פון ברוך הטוב והמטיב -הטוב והמטיב שניתנו לקבורה.
פון ארצינו הקדושה איז היינט אנגעקימען די פריידיגע קראנטע באריכטען אז נאך דעם לענגערען און פארצויגענעם מערכה וואס דאס אלוועלטליכע יהדות החרדית האט געפירט - אויפן פארלאנג פון נטרונא - להעביר את רוע הגזירה פון די גרויזאמע ניתוחי מתים אינעם אבו כביר אנטשטאלט, האבן זיך די ציוניסטישע אינסאנטצען און אחראים בדבר געבראכען צום אומגעהויערן דריק און פארעפענטליכט אז די העכער 8000 עצמות פון די מתי ישראל וועלן באפרייט ווערן און איבערגעגעבען ווערן אז ס'זאל קענען קומען לקבר ישראל כדת וכדין.
לויט ווי דער הויפט פון די געזונטהייט מיניסטער האט נעכטן איבערגעגעבן, וועט ער ביז דריי חדשים באפרייען אלע איברים אן אויסנאם, הפנים אז די רשעים קענען זיך שוין נישט ערלויבן צי צעגערען און שלעפן זייענדיג אינטער שטייגענדע מעכטיגע פרעשור פון אידן אומעטום.
בחסדי השם איז דער ברייט פארצווייגטער קאמפיין וואס איז אינטערגענימען געווארן דורך מוסד הק' נטרונא געקרוינט געוווארן מיט אזא געוואלדיגע הצלחה און מיר האבען בעזהשי"ת געקענט "טוהן און אויפטוהן". און בזכותו של אותו זקן רבינו הק' ועל דרכו הסלולה האט "נטרונא" געפירט די מערכה מיט די כללי המלחמה בהשכל ובדעת אויף אלע ערליי אופנים פון מלחמה און השתדלות בסתר ובגלוי וואס האט געפירט צי דעם אז דער וויי געשריי פון ערליכע אידן האט דערגרייכט די פארשטאפטע אויערען פון די מחללי המת דורך די טויזענטער טעלעפאן ריפן און אימעילס פון אלע עקן וועלט, און מחאות, אין קורצע צייט אפשניט, זענען זיי געצווינגען געווארן אויפציגעבן זייער רויב פון עצמות ישראל.
נטרונא וויל זיך באדאנקען פאר די אלע וואס האבן געהאט א חלק, מיט סיי וועלכע עסקנות און מיט די פאקטישע שריט מיט קאלען און שיקען בריוו, אשריכם וואס איר האט געהאט א חלק אין די מצוה רבה מונע צי זיין דעם חרפה און מכשול פון ארצינו הקדושה.
טוויטער
אין די ראמען פונעם פירסום קידוש שם שמים קבל עמי הארץ האט נטרונא פריש געעפענט צוויי טוויטער גרופעס וואס וועט אי"ה משמיע זיין פאר די אלגעמיינע גאס מער רעגעלמעסיג דעם דע"ת.
לתועלת הענין ווילן מיר בעטן אז די וואס האבן סיי ווי צוטריט צו דעם זאלן זיך אנשליסן אין די גרופעס, וואס ווי פארשטענדליך ווי מער די מינויים פאר די גרופע וועט זיין, איז די השפעה פילפאכיג שטערקער קבל עולם ומלואו.
Please follow twitter@torahjews for English updates, and twitter@natruna for Yiddish updates.
וועבזייטל
אין ווייטער'דיגע אקטיוויטען, האט נטרונא פובליצירט אויף זייער וועב- זייטל עטליכע באלערענטע און וויכטיגע ארטיקלען בדברים העומדים על הפרק, וואס איז כדאי פאר ערפאררענע זאל צוהעלפן מיטן פירסום און פארשפרייטען בכל קצוי תבל.
די ברענעדיגע טעממע וועגן אטאקירען "איראן"
http://www.truetorahjews.org/issues/donotattack
די גזירה איומה פון גיוס בני הישיבות
http://www.truetorahjews.org/issues/tallaw
ווי אויכעט האט נטרונא געאפלאויד צו דעם נייעם זייטל א שלל מיט אלטע און נייע ספרים, קונטרסים און גליונית, אקעגן ציונית והמסתעף , פון קדושים אשר בארץ המה, רביה"ק מסאטמאר, ביז היינטיגען טאג, ווי אויכעט אלע נאטיצען, בליצען, און לא בחיל פון נטרונא, דאס איז געאייגענט פאר אידן וואס זענען פארווארפען אין פארשידענע סטעיטס און ווייטע לענדער וואס האבן נישט קיין צוטריט צו דע אלע ספרים, נטרונא זעהט טאקע אין די טעג א אויפוואכענג פון שאלות ותשובות פון אידן מבקשי אמת ואמונה און די ערפארענע נטרונא שטאב איז העכסט פארנימען צי רעאגירען און ענטפערען להחיות בהם נפש כל חי.
http://www.truetorahjews.org/natruna
שבת שלום ומבורך