לאזט הערן אייער מיינונג וויפיל איר גלייבט מעשיות פון היידפארק.
נשלח ב-26/2/2012 20:05
פון רב אהרן'ס פורום כל העולם כלו גלייב איך נישט גארנישט נאך וואס האט זיך שוין אסאך מאל ארויסגעוויזן אז וואס מען האט געשריבן דארט איז נישט אמת. פון אידישע געדאנק גלייב איך עטוואס מער, אפשר איז עס פון מאל צו מאל איבערגעטריבן אבער די אינהאלט איז געווענליך אמת. ווען עס איז דא א געבאקענע מעשה איז עס א קאנטער אשכול אויף א געבאקענע מעשה וואס איז אין כל העולם כלו וואס איז נאר כדי יענע שרייבער זאל זיך ווי זעהן אין שפיגל ווי אזוי זיינע מעשיות קוקן אויס נאר פון א אנדערע קוק.
נשלח ב-27/2/2012 19:20
רבי יונה שרייבט אויפן ארונישע פורום אז ער האט געדאווענט די וואך אין ראדני, דאס גלייב איך זיכער נישט.
נשלח ב-27/2/2012 20:07
ביי מיר זענען "אלע" היידפארק מעשיות בחזקת שקר מוחלט. חוץ ווען עס ווערט איבערצייגט אז ס'איז יא אמת.
ווער עס גלייבט סיי-וועלכע היידפארק מעשה, איז אין כלל פון "פתי יאמין לכל דבר".