פון דא:
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=339#p339
WOW WOW WOW אזא איסור איז אנבעליוועבל. עס לאזט זיך נישט גלייבן אז די עסקנים האבן זיי אזוי אין טאש אז און קענען מאנעוורירן די רבנים גענוי ווי עס גלוסט זיך זיי.
ווי קען מען דאס מסביר זיין פאר א נארמאל קינד אז די רבנים, די גרויסע הייליגע תלמידי חכמים, האבן "גע'אסר'ט" נישט מער און נינשט ווייניגער ווי "דער שטערן", אן אויסגאבע וואס ער ליינט שוין די לעצטע צען יאר אין זיין הויז, און יעצט האבן די רבנים מחליט געווען אז עס איז "אסור". יא, אסור. עס נישט סתם פלוצלינג געווארן אסור נאך צען יאר, נאר טאקע "בבל יראה ובל ימצא עד קצה האחרון". איז דאס נישט חוזק געמאכט פון זיך אליין?!
יא, איך טאטי האב די לעצטע פינף יאר געליינט די "גויאישע"זאכן וואס איז בבל יראה ובל ימצא. דער היינטיגער בחור'ל וועט אזוינס קענען פארשטיין? קודם כל, פארוואס טאר מען נישט ליינען איבער די ראזענבערג שפיאנען אדער אז א מאנקי האט געטרייט צו רעדן? ווי קען אים דאס מסביר זיין אז אין די צייטונג מעג ער עס ליינען אבער אין א הארטע מאגאזין איז עס "אסור בבל יראה"? און אויב איז עס די שפיאן אדער טעראריסט ארטיקלעך, וועט ער דאך דאס אויך ווייטער זען אויך אין דער בלאט און דער איד און דער צייטונג. און בכלל, גואישיע נייעס און פאליטיק איז יא מותר? פערזענליך מיין איך אז גויאישע פאליטיק איז צען מאל מער א גויאישע זאך און אויך ערגער פאר א בחור זיך אריינצולייגן, ווי א פשוטע אינטערעסאנטע געשיכטע ארטיקל ווי דער שטערן טוט. די גויאישע פאליטיק אין וואס א בחור'ל קאכט זיך מיט קול מבשר, איז איין פיצל ווייניגער פארגויאישט? צי ווייל דארט ווערן זיי שיין געדעקט, שטערט עס קיינעם נישט?
דערנאך וועט דער בחור אויך פרעגן: אז דער שטערן איז אסור, איז טאקע רובאשקין אויך א שייגעץ? עס גייט דאך כמעט סינאנים... אקעי, דזשאסט קידינג. אבער אמת'דיג, אויב די רבנים זענען מחליט אז מען טאר נישט ליינען ש.ר. ארטיקלעך, טאר מען דאך אים אויך נישט הערן רעדן... זיי האבן דאך געשריבן "בל יראה ובל ימצא"... סאו ווי גייט מען מסביר זיין אז הערן מעג מען יא און ליינען טאר מען נישט.
נאך א וויכטיגע פוינט: ווען דער שטערן האט באקומען די השגחה פון דריי רבנים, האב איך דאך זיך מחיה געווען צו ווייזן פאר מיין בחורל אז מיר האבן נישט אין שטוב עפעס א "גויאישע זאך" ווי די פאשקעווילן פלעגן שרייען, נאר טאקע עפעס וואס די רבנים געבן זיי צושטימונג. אבער וואס זאל איך אים יעצט זאגן? ער וועט וועלן פארשטיין: טאטי, נעכטן האבן דריי רבנים געשריבן אז עס איז א גוטע זאך און אויף די זעלבע זאך שרייען היינט אנדערע צען רבנים אז עס איז "אסור בבל יראה ובל ימצא"? עס קאן דאך אזוינס נישט זיין. רבנים טוישן יעדן טאג זייער מיינונג? איינער געט ארויס אן איסור פונקט טאקע אויף דעם אויסגאבע וואס האט געהאט א רבנישן שטעמפל דערויף? עס מאכט דאך ללעג ולקלס די גאנצע זאך פון א רבנישע אונטערשריפט. דאס ווייזט דאך קלאר פאר יעדן מענטש אז אלעס האט מיט פאליטיק. נעכטן האט איינער ערלעדיגט אזוי און מארגן קען א צייטער ערלעדיגן אזוי, אלעס גייט לויט די זייטיגע חשבונות וואס די רבנים און עסקנים פירן. די היינטיגע בחורים און יונגעלייט קען מען נישט סתם אוועקמאכן מיט א מאך מיט דער האנט. עס דארף שטימען.
נאך א זאך, אויב האלטן די רבנים טאקע אז עס איז בעסער פאר א בחור נישט צו ליינען, וואלטן זיי געקענט ארויסקומען מיט א "כתב הסברה", שרייבן א "רבי'שע רעקאמאנדאציע", אבער צו ארויסקומען מיט אן "איסור" דארף מען דאך ריזערוון אזעלכע קול קורא'ס פאר די "ערגסטע זאכן" און די "גרעסטע דור פראבלעמען".
צו שרייבן מיט אזעלכע משוגענע לשונות, ווי "ויתרחקו מהם אנשים נשים טף וזקן עד קצה האחרון" איז דאך א געלעכטער שאין כמוהו, זיי מאכן חוזק פון זיך אליין. קיין "איסור" אויף דעם גרעסטן טומאה בדורינו , דעם אינטערנעט מיט די אלע סמארט-פאונס, אויף דעם אויף האב איך נישט געזען קיין רבנים אונטערשרייבן, ווי קען דאס זיין? איך בין געווען פאריגע וואך ביי א חתונה זע איך א בחור, וואס זיין טאטע איז געזיצן צוויי טישן אוועק, שפילט זיך מיט זיין "איי-פאון", אבער ואין פוצה פה ומצפצף? ווי קען זיין אז עס זענען נישטא ריזיגע פלאקאטן אז "קיין יונגערמאן זאל זיך נישט דערוואגן צו האבן אן איי-פאון, עכ"פ נאר מיט א רשות אדער מיט דזשעי-נעט, אדער וויאזוי די רבנים זענען מחליט, וואס דער סמארט-פאון איז דאך באמת די זאך וואס דאס קען ממש אונטערברענגען דעם אידישן דור, און זיכער די תמימות און ערליכקייט, אבער מיט דעם זענען די עסקנים נישט ביזי, די רבנים זארגן נישט אויף דעם פייער וואס ברענט אין פארנט פון זייערע אויגן, נאר מיט דעם שטערן, און אנדערע שטותים, ווי דעם עירוב מיט ליפא שמעלצער, נאר דאס איז זיי מוראדיגע וויכטיג. איר קענט דאס גלייבן? קענען זיי מיר דען איינרעדן אז זיי מיינען עס ערנסט? צי ווייל זיי האבן גארנישט קעגן סטיוו דזשאבס פערזענליך, נאר קעגן אנדערע חסידישע מענטשן, וועגן דעם דארף דער דור ליידן?
טייערע רבנים, איר ווייסט אז איר זענט די וואס האבן די אחריות צו ראטעווען דעם דור, אבער בשעת עס פאלן קרבנות און איר דארפט פרובירן מינימיזירן און אפשטעלן די מגיפה, זענט איר פארנומען צו גיסן א טעפל וואסער אויף א פלאם וואס ברענט אין די שכינות, און עס איז אפשר ניטאמאל א פלאם נאר א גאז רענטש... איר זוכט פראבלעמען וואס זענען האלב-עקזיסטירנד. איר זענט ביזי מיט זייטיגע חשבנונות און אונטער דרוק פון היציגע נטורי-קרתא -סטייל עסקנים. עס זענען דא ערנסטע פראבלעמען אויף די וועלט, זייט מוחל און הייבט אן טון צו דער זאך איידער עס איז צו שפעט.
איך ווייס נישט צי עס האט מיט דעם וואס די קהילות האבן זייערע פריוואטע צייטונגען, מאגאזינען, בילדער אלבומס און אוצרות, אדער אנדערע סיבות, אבער עס איז קיין שום ספק אז דער "איסור" האט נישט מיט דעם עצם ענין, און קיינער האט נישט יעצט נאך צען יאר מחליט געווען אז דאס פירט אראפ דעם היימישן דור פון וועג. יא, דבורה פעלדמאן האט מסתמא אנגעהויבן מיט'ן ליינען דעם שטערן... אייגנטליך פאלט מיר יעצט ביי אז דאס איז איינע פון די וויכטיגע רוחניותדיגע טעמים פון דער שטערן, ווייל מרת פעלדמאן שרייבט אז זי פלעגט בגניבה זוכן צו ליינען גויאישע ערציילונגס ביכער, איז אפשר אין דעם שולדיג די אפגעריסענע לאו-קוואליטי ליין מאטעריאל וואס איז דא אין אידיש. איר טאטע איז נישט קיין סאטמארער איז איר לגמרי נישט אינטערעסאנט געווען דער בלאט און דער איד. עס איז דא א מעגליכקייט אז אויב וואלט זי געהאט דעם שטערן, וכדומה, צו ליינען, עפעס אינטערעסאנטע חומר צו ליינען, וואלט זי אפשר געבליבן ביי דעם און נישט געגאנגען זוכן חמצדיגע גויאישע ביכער. ליידער טייל פון אונזערע גרויסע רבנים היינט, פארשטייען דאס נישט און גייען ווייטער מיט'ן קאפ אין וואנט. און אנשטאט די ארומיגע עסקנים וואס זאלן זיי געבן די אינפארמאציע וואס טוט זיך רעאליסטיש אין די היימישע וועלט, גייען נאר די עקסטרעמע היץ-קעפ מיט זייערע בייסיגע ווערטער און היצן אונטער די רבנים צו טאן ווי זיי געפעלט און מאכן נאר זיכער צוצושטעלן "קאושער דידזשיטעל קעמרעס" און אן איסור אויף דעם שטערן. רבונו של עולם, האב רחמנות און לייז אונז אויס פון גלות ווייל עס נעמט נישט קיין עק.
און אנאנים דערמאנט מיך א מוראדיגע פוינט וואס כ'נישט געכאפט (דאס איז אפילו אויב עס איז נישט פונקטליך די מעשה ווי ער לייגט עס אראפ): וואו איז דער בליץ? וואס איז דער בליץ א האר אנדערש? איך אליין האב נאך צוויי חדשים נישט געוואוסט אז עס איז אן אנדערער ארויסגעבער (ביז כ'האב עס אנגעהויבן ליינען...) , אבער בעיסקלי די זעלבע מינע ארטיקלעך, סאו ווי קען טאקע זיין אז די רבנים האבן אים ארויסגעלאזט? דאס קען איך פאר די וועלטס געלט נישט פארשטיין. איך וועל מסתמא אליין פרובירן אנרופן איינעם פון די חותמים, וואס איך קען אים אביסל, און אים פרעגן. מיין געס איז, אז זיי ווייסן ניטאמאל דערפון, ווייל די פאשקעווילן די לעצטע פינף יאר האבן נאר דערמאנט דעם שטערן און די צייטשריפט... אדער מוז זיין אז די עסקנים האבן טאקע עפעס פערזענליך אויפ'ן שטערן, אבער נישט קעגן דער בליץ. אבער פון דעם בליק פון דעם פשוט'ן בעל הבית, וואס גייט יעצט זאגן פאר זיין בחורל אז "חלילה, בשום אופן נישט קויפן דעם שטערן ווייל עס איז אסור בתכלית האסור און בבל יראה ובל ימצא", וויאזוי וועט ער פארשטיין געבן אז דער בליץ מעג ער יא קויפן? עס מאכט דאך נישט קיין טראפ סענס?
די אלע רבנים האבן נאך אלץ נישט מיט וואס צו זיין פארנומען אין דעם יעצטיגן דור נאר מיט ליפא שמעלצער און דער שטערן? אן "איסור", אויף היימישע ליין מאטעריאל? סאו די היימישע צייטונגען מיט זייערע אפענע פאליטיק, עקלדיגע מחלוקת און לשון הרע ווי קיינמאל בעפאר אין היימישן אמעריקע, מיט אפילו אנטי-דיינישע חוזקדיגע ארטיקלעך, עדיטאריעלס קעגן א רבי פון טויזנטער חסידים, נאר פון פארקערטן צד, דאס אלעס איז געווען כשר וישר, ניטאמאל א מחאה האט מען געהערט , און זיי האבן פונקט אזוי שויןג עהאט יעדן סארט ארטיקל אויפ'ן זעלבן נוסח ווי דער שטערן האט, אבער זיי זאגט מען נישט קיין ווארט? לשון הרע און רכילות איז נאו פראבלעם פאר אונזערע קינדער און נאר "וויאזוי קענעדי איז געשאסן געווארן" דאס איז די געפערליכע סם ? נאר דאס איז ממש אסור בבל יראה ובל ימצה עד קצה האחרון ממש עד אין סוף? איז דא אייינער וואס פארשטייט די תורה'דיגקייט פון אזא מהלך?
איך האב מורא אזא נארישע איסור קען בעקפייערן, אזוי ווי פריערדיגע ענליכע "קול קורא'ס" האבן געטון און פונקט ווי די גאנצע פאליטיק הרג'עט יעדע ברעקל ערנסקייט פון דעם היינטיגן דור, ווייל עס הייבט אן אויסקוקן ווי זיי האבן חשבונות מיט יעדע זאך און עס מיינט נישט ערנסט, דאס זעלבע קען יעצט געשען. ווייל לאמיר זיך נישט פאפן, אויב די גראסעריס פארקויפן עס ווייטער, וועט עס נישט פאלן מיט קיין צוואנציג שטיק. און אויב גראסעריס גייען עס נישט פארקויפן, וועלן דאך אלע וואס זענען שוין צען יאר הייסע חסידים פונעם שטערן זיך נישט אזוי שנעל אפשאקלען נאר וועלן גלייך מאכן סובסקריפשאן, וועט דאס ווייטער אונטערהאקן די גאנצע זאך פון א קול קורא. עס וועט אויפטון וויפיל די מערכה קעגן דידשיטעל קעמערס, און דאס טוט מיר וויי. אנשטאט אנהייבן א מעכטיגן קאמפיין קעגן איי-פאונס, וואס קען באמת אויפטון אויב מען ווייל און עס איז א מערכה וואס איז ווערט צו פרובירן מיט אלע כוחות אפילו אויב מען איז נאר 50 פראצענט סוקסעספול, אנשטאט איז מען ביזי מיט אזעלכע בעיבישע קאמפיינען ווי דעם שטערן און נאך טאקע מיט'ן גאנצן ערנסקייט און מיט די הארבסטע לשונות, וואס מאכט א פשוטן פורים פון די רבנים און ווייזט פאר די בעלי בתים וויפיל די רבנים ווייסן צו זאגן וויאזוי צו פירן דעם היינטיגן דורך און די פריאריטעטן וואס זיי האבן. א שאד, א שאד.