|
|
| נשלח ב-6/3/2012 04:25 |
|
| |
נימוס, א ווארעמע שושן פורים טיש
ווי באוויסט האט רביה''ק זי''ע איינגעפירט אז מ'זאל האלטען שושן פורים אלץ יו''ט, מען האט אין סאטמאר געפירט א שושן פורים טיש, בדחנים זענען ארויף אויפן טיש און מ'האט געמאכט ליצינותא דע''ז. אין די לעצטע יארן האט איינער פון די צוויי סאטמארע רבי'ס (מהר''א) געטוישט די כאראקטער פונם טיש, אנשטאטס צו הערן ליצנות פון בדחנים אויף גדולים און 'פערזענליכקייטן' וואס בחורים און קינדער לויפן דערנאך ארום מיט א לאנגע צייט, און רעדען מיט פרעכיקייט אויף די א''ג גדולים, וואס איז נישט ''עטיקעל'' און געט א שלעכטע אויסקוק אויף די פרעמדע גאס, האט מען געמאכט א ווארעמע שושן פורים טיש, וואס מ'זינגט ווארימע נגינים און מ'רעדט פון קדושת היום וואס מ'קען אלץ פוילען אין אזא הייליגע טאג. אבער וויסען זאל מען אז דאס איז לענ''ד נאך א טרעפ צום גרויסער גליטשער. רביה''ק האט אויך געוויסט פון קדושת היום, און פארדעם האט ער געוואלט נאך טון מרדכי הצדיק וואס האט זיך געשלאגען מיט די גאנצע וועלט' ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה' און דאס האט ער געטון מיט די כח פון לצינותא דע''ז כמבואר בגמרא און אין אלע ספרים,און ער האט זיך נישט גערעכענט מיט 'נימוס' און 'פערזענדליכקייטען'. ווען מהר''א איז געפארן קיין א''י, אנשטאטס צו זאגען אז ער האט דרוק פון זיין רביצין און משפחה, און ער גייט זיך טרעפען מיט זיין שוואגער פערזענליך ווי א פשוטע בעה''ב טרעפט זיך מיט זיין משפחה, אן קיין גבאים, האט ער אראפגעלייגט א נייע תורה פון 'נימוס' און 'פערזענדליכקייטען' און מ'וועט גיין מיט גרויס פאמפע... אבער אזוי ווי ער האט נישט געהאט די 'גאטס' צו זאגען אז רביה''ק האט אויך אזוי געטון,(ווייל ווי באוויסט אז ווען רביה''ק האט זיך געטראפען מיט א לינקע פלעגט ער מוחה זיין און פאדערן פון זיי, און נישט גערעדט וועגן טערקישע טליתים און אז די בעלזא תורות רעדן פון לימוד התורה, און קיין ווארט וועגן קנאות, און תשכ''ה איז ער נאר געגאנגען מחזק זיין די רבני העדה און ערליכע רבנים(יא, ער איז געפארען קיין ירושלים..)און ער האט געזאגט אז ער האט געשריבען די ויא''מ און ווער עס וויל די אמת קען אהין אריינקוקען) האט מען גענומען די ''טעללער'' מאשין אז רביה''ק האט אויך געליטען פון 'נימוס' און 'פערזענדליכקייטען' שקר החן, די שקר האט חן, והבל היופי, די הבל'דיגע טישען זענען שיין, אבער, יראת ד' היא תתהלל, ווי דער הייליגער חת"ס האט געזאגט אין זיין הייליגע צוואה "יש לנו אב זקן הוא לא נשתנה והוא לא ישתנה". מיט דעם שטייט מען אויף און מיט דעם לעבט מען, א אידישע לעבן און א לעבעדיגער לעבן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2012 05:05 |
|
| |
אוטספאקען, א רחמנות אויף דיר אין איין ווארט, די רבי ז"ל איז נישט געווען קיין שלעכטער פארביטערטער מענטש, ער איז נישט געווען אזא מושחת במדות ווי דיין מנהיג, יא, דער רבי האט געהאט נימוס און דרך ארץ, און ווען ס'האט זיך געהאנדלט אין מענטשליכקייט האט ער געוואוסט ווי אזוי זיך אויפצופירן און ווי אזוי צו רעדן אפילו צו די גרעסטע מתחברים לרשעים, און אויב אמאל האט ער מחמת ריתחא דאורייתא געזאגט א שארף ווארט, האט ער נישט גערוט ביז ער האט איבערגעבעטן. חוץ בעלזא, ווייז מיר נאך איין רבין צו וועם די רבי איז געגאנגען און געפאדערט פון זיי עפעס, קיינעם! בעלזא איז געווען כמה סיבות, הן מחמת זיי זענען געווען די מורי דרך אינדערהיים, און הן אז די רבי האט געוואוסט אז מען פארפירט נעבעך האט ער פרובירט וואס ער קען. שושן פורים האט מען טאקע בימי רבינו געמאכט ליצנותא דע"ז, אבער זינט יאר ... האט מען אנגעהויבן צו מאכן ליצנות פון מענטשן וואס גייען נישט מיט דיר אין שפאן, מענטשן וואס זענען אויפגעוואקסן אין זעלבן חדר ווי דיר, מענטשן וואס לערנען די זעלבע ספרים פון זעלבן רבין ז"ל, מענטשן וואס געבן נאך אזויפיל געלט פאר חינוך הטהור, מענטשן וואס טוט זיי נאך וויי כבוד שמים אין די מרידה במלכות שמים אין ארץ הקודש, אבער היות ער איז מיין שונא, איז הותר דמו. נו נו, רבינו שליט"א האלט נישט אזוי, לשבחינו יאמר, זינט תש"ס איז נישטא (איך מיין) אפילו איינמאל וואס מען האט חוזק געמאכט אויפן טיש פונעם צד שכנגד, כל שכן נישט פונעם מנהיג, אדרבה, אויב איז יא דא ברענגט א טעיפ, איך האב ב"ה מיטגעהאלטן יעדן טיש, וזה תפארתינו, יא, ס'איז טאקע ליידער דא א פירוד, אבער דאס מיינט נאך נישט אז מען מוז שטיין ברבים און טרינקען יענעם'ס בלוט מיט א שטרוי. המלבין פני חבירו ברבים גייט אן פורים אויך. און דו קענסט נאך שרייבן יראת ה' היא תתהלל, רק אין יראת אלקים במקום ההוא, מען זיצט שעות נאכאנאנד און מען קייכט זיך פאר געלעכטער ווי מען מאכט ליצנות פון מענטשן. למשל, איך גלייב היי יאר גייט מען לכאורה מאכן ליצנות פון בעלזא, פשוט ווייל דאס איז עומד על הפרק, אבער איז דען דאס עומד על הפרק? תשמ"א האט מען געמאכט ליצנות פון אים איז עס געווען עומד על הפרק, מען האט געפירט א מלחמה, יעצט, שטייט ער דיר אין וועג, ער האט א מלחמה מיט דיר (חוץ וואס ער האט באזוכט דיין שונא)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2012 05:48 |
|
| |
| וואלןסח כתב: |  | אוטספאקען, א רחמנות אויף דיר יש''כ אין איין ווארט, די רבי ז"ל איז נישט געווען קיין שלעכטער פארביטערטער מענטש, ער איז נישט געווען אזא מושחת במדות ווי דיין מנהיג, יא, דער רבי האט געהאט נימוס און דרך ארץ, און ווען ס'האט זיך געהאנדלט אין מענטשליכקייט האט ער געוואוסט ווי אזוי זיך אויפצופירן און ווי אזוי צו רעדן אפילו צו די גרעסטע מתחברים לרשעים, און אויב אמאל האט ער מחמת ריתחא דאורייתא געזאגט א שארף ווארט, האט ער נישט גערוט ביז ער האט איבערגעבעטן.
מוחה זיין און פאדערן פון זיי איז נישט קיין שום סתירה מיט מענטשליכקייט, ס'איז א חיוב מן התורה
חוץ בעלזא, ווייז מיר נאך איין רבין צו וועם די רבי איז געגאנגען און געפאדערט פון זיי עפעס, קיינעם! בעלזא איז געווען כמה סיבות, הן מחמת זיי זענען געווען די מורי דרך אינדערהיים, און הן אז די רבי האט געוואוסט אז מען פארפירט נעבעך האט ער פרובירט וואס ער קען.
פארדרייען פאקטן איז א גרויסע עוולה, אדרבה זאג פארוועם רביה''ק האט געזאגט די ווארט 'אחד' חכם 'ואחד' רשע...
שושן פורים האט מען טאקע בימי רבינו געמאכט ליצנותא דע"ז, אבער זינט יאר ... האט מען אנגעהויבן צו מאכן ליצנות פון מענטשן וואס גייען נישט מיט דיר אין שפאן, מענטשן וואס זענען אויפגעוואקסן אין זעלבן חדר ווי דיר, מענטשן וואס לערנען די זעלבע ספרים פון זעלבן רבין ז"ל, מענטשן וואס געבן נאך אזויפיל געלט פאר חינוך הטהור, מענטשן וואס טוט זיי נאך וויי כבוד שמים אין די מרידה במלכות שמים אין ארץ הקודש, אבער היות ער איז מיין שונא, איז הותר דמו.
מיט דעם האלט איך אז ביזט גערעכט (אבער זאג ווער איז געשטאנן אינטער דעם, און אויך געהעצט ברבים...?)
נו נו, רבינו שליט"א האלט נישט אזוי, לשבחינו יאמר, זינט תש"ס איז נישטא (איך מיין) אפילו איינמאל וואס מען האט חוזק געמאכט אויפן טיש פונעם צד שכנגד, כל שכן נישט פונעם מנהיג, אדרבה, אויב איז יא דא ברענגט א טעיפ, איך האב ב"ה מיטגעהאלטן יעדן טיש, וזה תפארתינו, יא, ס'איז טאקע ליידער דא א פירוד, אבער דאס מיינט נאך נישט אז מען מוז שטיין ברבים און טרינקען יענעם'ס בלוט מיט א שטרוי. המלבין פני חבירו ברבים גייט אן פורים אויך.
און דו קענסט נאך שרייבן יראת ה' היא תתהלל, רק אין יראת אלקים במקום ההוא, מען זיצט שעות נאכאנאנד און מען קייכט זיך פאר געלעכטער ווי מען מאכט ליצנות פון מענטשן. למשל, איך גלייב היי יאר גייט מען לכאורה מאכן ליצנות פון בעלזא, פשוט ווייל דאס איז עומד על הפרק, אבער איז דען דאס עומד על הפרק? תשמ"א האט מען געמאכט ליצנות פון אים איז עס געווען עומד על הפרק, מען האט געפירט א מלחמה, יעצט, שטייט ער דיר אין וועג, ער האט א מלחמה מיט דיר (חוץ וואס ער האט באזוכט דיין שונא)
איך האף אז מ'וועט מאכען ליצנותא דע''ז פון בעלזא, ווייל דאס איז עומד על הפרק און מ'דארף זיכער מאכען אז די מסך המבדיל בלייבט.
|
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2012 08:21 |
|
| |
האלטסט טאקע אדער דו מאכסט דיך? האלטסט טאקע אז דער רבן של ישראל דארף מסביר זיין זיינע מנהגים פאר הייד פארק? און דאס איז שוין נאך די דרשה וואס דער רבן של ישראל האט זיך אראפגעבויגן און מסביר געווען פאר קליינע בחורים זאלן נישט צעמישט ווערן און פארשטיין זיין מהלך על דרך אבותיו ורבותיו אבער לדעתי איז דער יסוד פון זיינע ווערטער געווען די לעצטע 5 "ווער ספארשטייט נישט פארשטייט נישט" סאיז קיין שום חיוב געווען אין תשכ"ו אז אוטספוקען זאל פארשטיין פארוואס רבינו הקדוש גייט מנחם זיין א משכיל ווי דעם ליבאוויטשער סאיז קיין שום חיוב געווען אז אוטספאקן זאל פארשטיין פארוואס רבינו דער ב"מ ז"ל איז געווען ביי אלע לינקע רבנים מיט וועם ער איז ניטאמאל געווען א 5טע קאזין ווייל "ווער ספארשטייט נישט פארשטייט נישט"
און אויב האלט עס ביי דעם אז מקען נישט פארגינען אז מהאט ב"ה אויסגעריסן די רשעות און מדות השחתה פון געלע בדחנות פון נבלות און לשון הרע און דאס ארגסטע וואס שייך מיט עקירת התורה וואס איז געקנעטן געווארן אין סאטמאר זינט תשכ"ח און בהמשכת הבעל נועם המידות מיט די אנשי רשע אינאיינעם וואו דער רבי דער ברך משה זי"ע האט זיי אנגערופן, אויב איז עס טאקע אזוי אז זיי ווילן נישט פארשטיין ווייטער נישט פארשטיין והיה מחנינו קדוש!!!
און פארשטייט זיך אז מוועט נישט לאזן אידישע קינדער ליידיג בלויז מיטן אויסרוימען דעם רע ניין! מוועט זיי אנפילן מיט טוב אנפילן מיט לימוד התורה אין היכל התורה מיט יסודי התורה מיט הידורים בשחיטה ובחיטי המצות ובכל המצוות און מיט ווארימע טישן מיט א זיסקייט און געשמאק אין אידישקייט אין עשה טוב פון תורה און מצות ולאורו הבהיר לאמיתו של תורה וועלן מיר דבוק זיין און זיין גליקליכע תלמידיו של אהרן עדי נזכה לקבל פני משיח צדקינו ומלכינו בראשינו במהרה בימינו אמן!
תוקן על ידי גרוינים ב- 06/03/2012 08:41:19
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2012 19:58 |
|
| |
און דאס איז אז מ'איז משנה די הייליגע מנהגים פון רבותינו הקדושים:
אז מ'פארט נישט אין די קעמפ מיט א עסקאורט פון 100 אויטאמאבילן, מיט פאליציי מיט סטראובס און פלעשינג לייטס, איז נישט קיין אפנויג פון אונזערע הייליגע רבי'ס - פון דעם רעדסטו גארנישט?
אז מ'האט אפגעשטעלט די שיינע באגלייטנס, די פאקלען, די הויך-שטאקיגע מנורות און די "ווייסע פערד" וועלכע זענען געגאנגען פארנט פונעם רבי'ן זי"ע, מיט פאליציי מיט סטראובס און פלעשינג לייטס, און אלע "שמויטע פאנעס" איז נישט קיין אפנויג פון אונזערע הייליגע רבי'ס - פון דעם רעדסטו גארנישט?
אז מ'לאזט מער נישט קיין "מאסע מאלחיס" מיט פענדלעך, מיט ת"ת קינדער וועלכע די מוסדות האבן באקומען א פאר דאלער, צו שיקן די "תינוקת של בית רבן" שטיין אויף די גאס", איז נישט קיין אפנויג פון אונזערע הייליגע רבי'ס - פון דעם רעדסטו גארנישט?
אז נאך שבת זכור גייען נישט קיין פארשטעלטע "ווייסע פערד" פארנט פונעם רבי'ן, מוצש"ק אהיים באגלייטן, איז נישט קיין אפנויג פון אונזערע הייליגע רבי'ס - פון דעם רעדסטו גארנישט?
ליידער זעט מען אז אויב מ'הייבט אן גליטשן ווי מ'קומט אן רח"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2012 20:17 |
|
| |
[quote]האלטסט טאקע אדער דו מאכסט דיך?האלטסט טאקע אז דער רבן של ישראל דארף מסביר זיין זיינע מנהגים פאר הייד פארק?און דאס איז שוין נאך די דרשה וואס דער רבן של ישראל האט זיך אראפגעבויגן און מסביר געווען פאר קליינע בחורים זאלן נישט צעמישט ווערן און פארשטיין זיין מהלך על דרך אבותיו ורבותיואבער לדעתי איז דער יסוד פון זיינע ווערטער געווען די לעצטע 5"ווער ספארשטייט נישט פארשטייט נישט" דער רבן של ישראל דאכט זיך אז "ווער ספארשטייט נישט וועט קיינמאל נישט פארשטיין" איז די נייע ווערציע פון "אזוי וויל איך און אזוי וועט דאס זיין" , יעצט צוריק צום ענין, דער רבן של ישראל דארף נישט מסביר זיין זיינע מנהגים פאר הייד פארק, אבער, מ'מעג מחולק זיין מיט אים, און ארויסברענגען אז די תמימות'דיגע תקנום זענען א חלק פונם גליטש, כנלע''ד סאיז קיין שום חיוב געווען אין תשכ"ו אז אוטספוקען זאל פארשטיין פארוואס רבינו הקדוש גייט מנחם זיין א משכיל ווי דעם ליבאוויטשער סאיז קיין שום חיוב געווען אז אוטספאקן זאל פארשטיין פארוואס רבינו דער ב"מ ז"ל איז געווען ביי אלע לינקע רבנים מיט וועם ער איז ניטאמאל געווען א 5טע קאזין ווייל "ווער ספארשטייט נישט פארשטייט נישט" ניחום אבלים איז נישט קיין וויזיט פון ''פערזענדליכקייטן'' נאך דערצו ווען יענער איז געקומען תשי''ד מנחם אבל זיין רביה''ק, און אין די לויף פון די צייט האט רביה''ק געהאלטן אין איין שיקן צו אים רבנים וועגן דברים שהיה עומדים על הפרק. (געהערט האב איך, אז די סיבה פארוואס רביה''ק האט נישט אליין געוואלט גיין צו אים, ווייל ער האט געלעבט אין זיין וועלטעל, אז יעדער רבי אדער חסידות איז וויינגער פון אים, ווי באוויסט, ער האט אמאל געפרעגט רביה''ק פארוואס ער קומט נישט צו זיין 'פארברענג' האט רביה''ק גענטפערט 'איך בין פארנימען און האב נישט קיין צייט צו פארברענגען...) און אויב האלט עס ביי דעם אז מקען נישט פארגינען אז מהאט ב"ה אויסגעריסן די רשעות און מדות השחתה פון געלע בדחנות פון נבלות און לשון הרע און דאס ארגסטע וואס שייך מיט עקירת התורה וואס איז געקנעטן געווארן אין סאטמאר זינט תשכ"ח און בהמשכת הבעל נועם המידות מיט די אנשי רשע אינאיינעם וואו דער רבי דער ברך משה זי"ע האט זיי אנגערופן, אויב איז עס טאקע אזוי אז זיי ווילן נישט פארשטיין ווייטער נישט פארשטיין והיה מחנינו קדוש!!! אזוי ווי אויבן געשריבען, ווער איז געווען אינטער דעם, און געהאלטן העצע דרשות אגאנץ יאר? און פארשטייט זיך אז מוועט נישט לאזן אידישע קינדער ליידיג בלויז מיטן אויסרוימען דעם רע ניין! מוועט זיי אנפילן מיט טוב אנפילן מיט לימוד התורה אין היכל התורה מיט יסודי התורה מיט הידורים בשחיטה ובחיטי המצות ובכל המצוות און מיט ווארימע טישן מיט א זיסקייט און געשמאק אין אידישקייט אין עשה טוב פון תורה און מצות ולאורו הבהיר לאמיתו של תורה וועלן מיר דבוק זיין און זיין גליקליכע תלמידיו של אהרן עדי נזכה לקבל פני משיח צדקינו ומלכינו בראשינו במהרה בימינו אמן! דערמאנט דאס נישט פון די בעלזא תורה, אז מע פסקנט ווי בית הלל אז מוסף והולך, אז מוועט זיי אנפילן מיט טוב אנפילן מיט לימוד התורה אין היכל התורה מיט יסודי התורה מיט הידורים בשחיטה ובחיטי המצות ובכל המצוות און מיט ווארימע טישן (אשאד ר' געצל בערגר ז''ל האט נישט געקענט איבערווייזען רביה''ק אז מ'דארף ווארימע טישן...) מיט א זיסקייט און געשמאק אין אידישקייט אין עשה טוב פון תורה און מצות. און קנאות איז פארגאנגענהייט. תוקן על ידי גרוינים ב- 06/03/2012 08:41:19 [/quote]
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2012 23:12 |
|
| |
אויב איז עס טאקע אזוי אז זיי ווילן נישט פארשטיין זאלן זיי וייטער נישט פארשטיין והיה מחנינו קדוש בדרך אבותינו ורבותינו!!
(אגב האלטסט טאקע אז רבינו הקדוש האט פיינט געהאט זמירות ותשבחות? ביטע הער איבער די משתה היין טישן)
תוקן על ידי גרוינים ב- 06/03/2012 23:46:27
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|