עיר התורה לעקוואד האט געהאט די זכי' אז ס'זאל אין איר שטאט פארקומען די גרויסע אסיפה ציווישען הרה''ג רבי מיכל אינדיג שליט''א אין הרה''ג בעל לא נודע מי הוא שליט''א וועגן די אריזאנא ווייץ וואס איז ארויסגעקומען גאר גרויסע חדושים, ואלו הן,
די וואסער פון קאלעראדא ריווער איז זיס אזוי ווי רב וואזנער האט געזאגט, ער האט שוין געהאט פאר א יאר צורוק אמונת חכמים מסתרת...
דאס אז די ווייץ ליגט אין וואסער איז נישט קיין שאלה אוי, מ'קען שוין צורייסען די אלע קונטרסים פון פאר א יאר...
אויב מ'טרעפט א ריעותא אין ווייץ, זאל מען דאס נישט מער ניצן, אפילו גרויסע גדולים פלעגן עס ניצן. אוי, אפשר איז מהר''א יא גערעכט געווען מיט די 'קאקא' דרשה...
ווען די ווייץ זענען פערטיג רעגענט (ספרינגעלס בלא''ז) וואס די וועטער מעלדט נישט. דאס איז איינס פון די מיליטערישע סודות וואס אפילו די מאשינען אין ספיעס כאפט דאס נישט אויף, און די גרעסטע מיליטערישע חידוש אז די ווייץ ווערט נישט מצומחת ומבקעת...
אריזאנא איז איין שטיק 'קריסטאל' זאלץ בארג וואס מ'קען דאס זען מיט די אויגן.
איי רב וואזנער האט נישט געזען? מן הסתם האבן די ארונים ארויף געגאסען זאמט מיט א העליקאפטער און ס'איז געווארן נשתנה צורתו...
ר' מיכל, טרעפט מיר איין רב, וואס האלט נישט אז מהר''א איז כת ש''ץ, און אז די סקול דיסטריקט איז ביהרג ואל יעבר, און האלט אז ס'דא א שאלה אויף די אריזאנא ווייץ.
מיט דעם איז מיר פארענפערט געווארען א מדרש מצאתי דוד עבדי היכן מצאתי אותו?
בסדום והיא פליאה,
נאר ווי באוויסט דוד המלך האט זיך געזארגט אויף פרנסת ישראל, ווי די גמרא זאגט
ברכות ג, ב: נכנסו חכמי ישראל אצלו [דוד המלך] אמרו לו אדונינו המלך עמך ישראל צריכין פרנסה אמר להם לכו והתפרנסו זה מזה וכו. איצט ווען דוד המלך האט געהערט אז מהר''א'ס ווייץ וואקסען אויף זאלץ בערג, איז ער געפארען קיין
סדום, אנפלאנצן און דורך דעם וועלן אסך אידן האבן פרנסות...
מיט דעם איז אויך פארענטפערט די מדרש, חשבתי דרכי ואשיבה רגלי אל עדותיך אמר דוד רבש"ע בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך והיו רגלי מביאות אותי לבהימ''ד.
דוד המלך האט יעדן טאג געהערט פון נייע ארץ לא זריעה, ווי מהר''א פלאנצט אלץ אן, האט ער דאס געוואלט נאכטאן (לפרנסת ישראל), אבער ער האט געזען אז מ'האט צוטאן מיט א באנדע מש.. האט ער געזאגט, איך וועל מער אויפטון מיט גיין אין בהמ''ד לערנען א בלאט גמרא...
ווי האט יענער געזאגט ווען די נ. וואלט נישט געווען מיינע, וואלט איך אויך געלאכט...