בית פורומים כל העולם כולו

אריזאנא: זיסע וואסער אויף זאלץ בערג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/3/2012 07:12 לינק ישיר 
אריזאנא: זיסע וואסער אויף זאלץ בערג

עיר התורה לעקוואד האט געהאט די זכי' אז ס'זאל אין איר שטאט פארקומען די גרויסע אסיפה ציווישען הרה''ג רבי מיכל  אינדיג שליט''א אין הרה''ג בעל לא נודע מי הוא שליט''א וועגן די אריזאנא ווייץ וואס איז ארויסגעקומען גאר גרויסע חדושים, ואלו הן,

די וואסער פון קאלעראדא ריווער איז זיס אזוי ווי רב וואזנער האט געזאגט,
ער האט שוין געהאט פאר א יאר צורוק אמונת חכמים מסתרת...

דאס אז די ווייץ ליגט אין וואסער איז נישט קיין שאלה  
אוי, מ'קען שוין צורייסען די אלע קונטרסים פון פאר א יאר...

אויב מ'טרעפט א ריעותא אין ווייץ, זאל מען דאס נישט מער ניצן, אפילו גרויסע גדולים פלעגן עס ניצן.

אוי, אפשר איז מהר''א יא גערעכט געווען מיט די 'קאקא' דרשה...

ווען די ווייץ זענען פערטיג רעגענט (ספרינגעלס בלא''ז) וואס די וועטער מעלדט נישט.
דאס איז איינס פון די מיליטערישע סודות וואס אפילו די מאשינען אין ספיעס כאפט דאס נישט אויף, און די גרעסטע מיליטערישע חידוש אז די ווייץ ווערט נישט מצומחת ומבקעת...

אריזאנא איז איין שטיק 'קריסטאל' זאלץ בארג וואס מ'קען דאס זען מיט די אויגן.
איי רב וואזנער האט נישט געזען? מן הסתם האבן די ארונים ארויף געגאסען זאמט מיט א העליקאפטער און ס'איז געווארן נשתנה צורתו...

 ר' מיכל, טרעפט מיר איין רב, וואס האלט נישט אז מהר''א איז כת ש''ץ, און אז די סקול דיסטריקט איז ביהרג ואל יעבר, און האלט אז ס'דא א שאלה אויף די אריזאנא ווייץ.

מיט דעם איז מיר פארענפערט געווארען א מדרש  מצאתי דוד עבדי היכן מצאתי אותו? בסדום והיא פליאה,
 נאר ווי באוויסט דוד המלך האט זיך געזארגט אויף פרנסת ישראל, ווי די גמרא זאגט ברכות ג, ב: נכנסו חכמי ישראל אצלו [דוד המלך] אמרו לו אדונינו המלך עמך ישראל צריכין פרנסה אמר להם לכו והתפרנסו זה מזה וכו.
איצט ווען דוד המלך האט געהערט אז מהר''א'ס ווייץ וואקסען אויף זאלץ בערג, איז ער געפארען קיין סדום, אנפלאנצן און דורך דעם וועלן אסך אידן האבן פרנסות...

מיט דעם איז אויך פארענטפערט די מדרש, חשבתי דרכי ואשיבה רגלי אל עדותיך אמר דוד רבש"ע בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך והיו רגלי מביאות אותי לבהימ''ד.
דוד המלך האט יעדן טאג געהערט פון נייע ארץ לא זריעה, ווי מהר''א פלאנצט אלץ אן, האט ער דאס געוואלט נאכטאן (לפרנסת ישראל), אבער ער האט געזען אז מ'האט צוטאן מיט א באנדע מש.. האט ער געזאגט, איך וועל מער אויפטון מיט גיין אין בהמ''ד לערנען א בלאט גמרא...

ווי האט יענער געזאגט ווען די נ. וואלט נישט געווען מיינע, וואלט איך אויך געלאכט...




 






דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/3/2012 16:27 לינק ישיר 

* xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab" height="344" width="425" classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" > <*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/3/2012 16:52 לינק ישיר 

א חבר פארציילט מיר, לעצטעס יאר ביי כרפס שרייט זיין שווער אויפן שוויגער, שרה!!! האסט אריינגעלייגט אין די  וואסער צוקער אנשטאטס זאלץ, בייגט ער זיך צו און רוימט אים אריין אין אויער, 'דאס איז די וואסער פון אריזאנא'
הערט ער שרייען, שרה!!! די צאלץ-וואסער איז צו געזאלצען...

זאג איך אים, היי יאר זאל ער נעמען פון ר' מיכל פון די 'קריסטאל' זאלץ בהשגחת רב שם טוב פון לעבאוויטש(אוי נישט פארגעסען צו גיין צו התאה''ר פאר א כשר לפסח זיגל...)

אזוי ווי ס'איז נאך (מהר''א'ס) שושן פורים, לאמיר מאכען א בעל התל ובעל החריץ געשעפט, די ארונים ווילן פטור ווערן פון די זאלץ, און די זאלונים דארפן שטיין-זאלץ צו זאלצן די פסח'דיקע פלייש, זאל מען ברעכן אביסעל פון די אריזאנא זאלץ בערג, און די עשרת אלפים בראקער געלט זאל מען אריבער שיקען דא צו חברי הייד פארק...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2012 16:08 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2012 16:09 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2012 16:10 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2012 16:22 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2012 16:28 לינק ישיר 

53 אינטשעס א יאר כשר למהדרין מן המהדרין
23 אינטשעס א יאר כשר למהדרין מן המהדרין
12 אינטשעס א יאר כשר למהדרין מן המהדרין
3   אינטשעס א יאר חמץ ?

ביי וויפיל אינטשעס ווערט דאס כשר למהדרין, סתם כשר, כשר בדיעבד?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2012 18:13 לינק ישיר 

עס ווענדט זיך אין די באקאנטע מחלוקה פון "הא לן והא להו".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2012 02:27 לינק ישיר 

אוטספוקען דו לעבסט אין א טעות אז דו וועסט די זאליס און בני המןס אויפקלערן
טעות גדול אזוי צי קלערן ווייל די חברה מהרסי הנהגה זענען ליידער געשאלטן דורך רבותינו הקדושים אין זענען אין א בחינה פון משגיא לגויים ויאבדם

זיי האבן באקומען שגעונות אין קאפ אריין וואס אויף דעם פרייז האבן זיי מסירת נפש צי האבן דייקא שוואכע שחיטה פלייש אנע שום השגחה מיט וודאי צומות הגידין אנע בדיקות און אויב וועט זיי אויסקומען צי זיין ביי א שמחה וועלן זיי נעבעך פאסטן כדי חלילה נישט נכשל צו ווערן אין די מהודרדיגע ק"י פלייש וואס אלע מחמירים און פארפרימטע אידן ווי קאשויער רב ר' טודרס זילבער שליטא הגאון ר' יחזקאל ראטה שליטא זענען מקפיד נאר דאס צי עסן צוליב די פולע חומרות דערביי און אפילו די רבני העדה וועלכע קומען באזוכן מוזן מודה זיין אז טראץ וואס זיי האבן געמיינט אז מער מהודר ווי עדה איז נישטא אבער אין קרית יואל ווערן זיי סעפוינטעט 

איז אבער די קללה אויף די אויסגעשפיגענע קרעץ פון סאטמאר אז זיי טארן נישט נהנה זיין דערפון און האבן נעבעך מסירת נפש דאס נישט אין מויל צו נעמען

ווייטער מיט די מצות יארן לאנג וואס ערליכע אידן מדקדקים בכשרות זוכען מהדר זיין אז סזאל נישט זיין קיין מצומחות און מאיז נערוועיז ווען סרעגנט און מזוכט ווי ווייניגער רעגן און מבייסט זיך די ליפן אז מדארף זיך כמה פעמים פארלאזן ממש אויף ווייניג שיטות און מקען דעם מחבר רמ"א אין תס"ז נישט מקיים זיין איז אין די יארן פון רבינו הקדוש זי"ע אויפגעקומען דער פלאן פון שניידן אין אריזאנא אויף וואס דער רבי האט אזוי הנאה געהאט ווי איינע פון רבנים האבן לעצטענס אראפגעברננגט אין א בריוו איבער די שמחה וואס דער רבי האט געהאט מיטן געוואלדיגן הידור פון ריינע ווייץ איז אבער מיט די צייט געווען אזאנע וואס טירחא פון פארן און אז די ווייץ איז געווען צו הארט צו קנעטן וכדומה איז זיי געווען גרינגער ווי הידור במצות און דער בעל שגיון האט ממשיך געווען מיט די מצומחות ווייץ און מהאט פארשטייט זיך געפלאגט כסדר סזאל כאטש נישט זיין צי פול און מדקדקים האבן געקליבן די מצומחות (וואס אגב העלפט דאס נישט לויט רוב פוסקים אויב סאיז שוין דא א רייעתא אינעם פעלד אז די רעגן וואסער האט געשאדט אויף די ווייץ ווי די מחבר זאגט אויף חיטין אין א ספינה) 
עכ"פ זענען אנגעקומען אידן מדקדקים און פרובירט צו איינפלאנצען גוטע ווייץ אין אריזאנא תשס"ה און ווען די זענען געקומען צום שגיון איז דער ענטפער געווען ווי אלע יארן ביי די "שטוב" רביצין מענטשן הנהגה: ווער בוסטו וואס בוסטו איך פארשטיי נאך אזוי גוט ווי דיר נאך ווען דו ביסט נאך געווען אין די פעמפערס וכו' וכו' 
אבער ווען דער איד איז געקומען צום סאטמאר רבין און נאך רבנים איז דער ענטפער געווען: אדרבה הלוואי זאל קומען א ישועה צי די שווערע צייטן פון רעגן אויף ווייץ ווי דער רבי האט כמה פעמים ארויסגעברענגט ביי די דרשות ווי שווער דער רבי פלעגט זיך פלאגן פאר כשרות פון די ווייץ
און כהיום קען מען זאגן אז יעדער ירא שמים מדקדק בכשרות פון סאטמאר פאפא באבוב וויזניץ בעלז וכו' פרובירט און האט די זכי' מהדר צי זיין אויף די געוואלדיגע הידור ביי כלל ישראל 

איז אבער די קללה אויף די אויסגעשפיגענע קרעץ פון סאטמאר אז זיי טארן נישט נהנה זיין דערפון און האבן נעבעך מסירת נפש דאס נישט אין מויל צו נעמען


און אויב מיינט איר אז סאיז בלויז אז זיי זענען נישט זוכה צי הידורים איז דער ענטפער ניין די בני יואלער קרעץ ווערן נעבעך געצווינגען דורך זייערע פארטיי פירער אז זיי מוזן חתונה מאכן זייערע קינדער צי אומכשרע קידושיןס וואו מבואר דורך אלע פוסקים אין א פשוטע הלכה אלס חרם דרבינו תם אז אויב מאיז מסדר קידושין שלא ברשות איז לויט רוב פוסקים בכלל נישט חל און לויט טייל ספק קידושין וכו' און סדערווייל נישטא קיין רב בישראל וואס לעבט נישט אין נגיעות וואס זאל מתיר זיין אזא הארבע ענין אפילו אויף בדיעבד אריינגערעכנט הגאון ר' יחזקאל ראטה קאשויער רב און ר' טודרוס זילבער שליטא און ווער נישט
און אויב האט מען געמיינט אז ווען די פאר צעטלעך וואס מהאט געלייגט שלא יאמרו שלא מיחו וועלן זיך אויפהערן און ווען סוועט שוין נישט זיין קיין זכי' ביי זיי נאך א פסול פארפאלק וועלן זיי אויפהערן מיט טעראר אויף זייער אייגן ציבור אבער דערווייל ווערן זיי געצווינגען (נישט קיין גרויסע עולם ביי זיי וואס לאזט זיך אבער פארט דא עכ"פ ביי בנ"י היבש פון די חברה) צי האבן חתונות אן רוב קרובים אן קיין שום חיות מיט פארצאפעלטע הערצער אז אפשר דאך איז ר' געציל דער דיין וואס דער מייסד הקרי' האט ממנה געווען צו פסקענען און אפשר דאך האבן אונזערע מענטשן וואס זענען דעמאלטס געווען אין קהל ווי ר' משה מאנראער און ר' נאך

איז אבער די קללה אויף די אויסגעשפיגענע קרעץ פון סאטמאר אז זיי טארן נישט נהנה זיין פון זייערע אייגענע שמחות פון אמתע אידיש נחת און דארפן נעבעך האבן מסירת נפש נישט צי האבן ערליכע און פרייליכע שמחות מיט אלע קרובים און מיט אלע דיעות

און אויב מיינט מען אז נאר בחיים זענען די חברה געשטראפט ניין טייערע אידן און ביי דעם איז עס שוין סיי די זאליס און סיי די בני יואל וועלכע ליידן און אפילו ממאכט אלע מינע צוואת אז מוויל ליגן אינעם בית החיים אינאיינעם מיט רביה"ק זי"ע און אלע אלפי חברי קהל יטב לב העלפט דאס נישט און די זאלי טעראר גרופע ארבעט מיט דו פולסטע מסירת נפש צו באשטראפן די זאליס וועלכע קומען דארט אויפן פעלד ביי פאלאק און זעעהן דעם ביטער בילד ווי דאס בית החיים קוקט אויס צי זיין ענדערש אין מאנסי ווי אין ק"י עס נעמט ארום א האלבע שעה צי גיין צו פיס פון דארט צום סאטמארן בית החיים און ליידער דא שלעפן זיי אריין אויך אומשולדיגע אין זייער נעץ (אבער זעהט אויס א א גזירה גייט צומאל אויף צדיקים אויך... און איך מיין טאקע אז א איד וואס איז געווען ארויסגעשטעלט אלע יארן גאר שטארק אונטער די הנהגה איז דערווייל נאכנישט געשטראפט געווארן נאר שטילע אידן וועלכע זענען נתפס געווארן בעוון הזאליס..)

עכ"פ איז אבער די קללה אויף די אויסגעשפיגענע קרעץ פון סאטמאר אז זיי טארן נישט ליגן במחיצת רבותינו הקדושים און דארפן נעבעך האבן מסירת נפש אנצוברענגען צער און עגמת נפש ביי זייערע אייגענע מענטשן (אויב זיי זענען נאכנישט פארביסן דערפון קעגן די זאליס און שפייען שוין אויף זיי אזוי ווי דער מציאות איז ביי אסאך פון זיי)

די ליסטע איז נאך לאנג אבער איין זאך איז זיכער דאס איז א קללה וואס לויפט זיי נעבעך נאך און אפשר איז שוין צייט אנצורופן עפעס א חכם פון ארץ ישראל אפצושפרעכן די קללה...


תוקן על ידי גרוינים ב- 13/03/2012 02:31:19




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2012 08:06 לינק ישיר 




תוקן על ידי גרוינים ב- 13/03/2012 08:07:47




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2012 21:49 לינק ישיר 

לעצטע וואך האבן מיר דאס געשריבען,

ר' מיכל, טרעפט מיר איין רב, וואס האלט נישט אז מהר''א איז כת ש''ץ, און אז די סקול דיסטריקט איז ביהרג ואל יעבר, און האלט אז ס'דא א שאלה אויף די אריזאנא ווייץ.

יא, (זיי ליינען הייד פארק) די תירוץ איז געקומען די וואך אין די מאגעזין וואס איז געקומען צוזאמען מיט
''דער איד'',אז יא, ס'איז דא א בריוו פון וואדריטש'ער רב שליט''א וואס שרייבט צו ר'יחזקאל ראטה שליט''א אז ער פארשטייט נישט צו ווייץ, אבער ער האט אויסגעהערט ר' מיכל אפאר שעה, און אזוי ווי ס'איז א שאלה פון כריתות ר''ל בעט ער דעם דיין, ער זאל אויסהערן ר'מיכל'ן.

נייס טריי, אבער יעדע קינד פון צען יאר ווייסט אז חמץ בפסח איז א שאלה פון כריתות ר''ל, ווען די רבנים הקודמים האבן זיך געמוטשעט מיט לאנג איילענד ווייץ איז דאס אויך געווען, ווייל ס'איז א שאלה פון כריתות ר''ל.

פירן א מערכה וועגן אן הלכה שאלה, איז נישט צו איבערצייגן די בעה''ב פרויען און קינדער אין צייטונגען, די וועג איז צו איבערצייגען דיינים און רבנים שליט''א.

איצט נאכאמאל צו ר' מיכל,

טרעפט מיר איין רב, וואס האלט נישט אז מהר''א איז כת ש''ץ, און אז די סקול דיסטריקט איז ביהרג ואל יעבר (זייט תשס''א וד''ל), און האלט אז ס'דא א שאלה אויף די אריזאנא ווייץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2012 23:03 לינק ישיר 

רב פארקאש פון פלעטבוש איז עפעס אוועקצומאכן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אריזאנא: זיסע וואסער אויף זאלץ בערג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext