איך וועל דא ארייפעיסטן די נייעס פון "קול החרדים" אפטיילונג אויף קול סאטמאר, פארגאנגענעם דינסטאג.
די ערשטע נייעס איז איבער די אקציע לטובת ועד משמרת חומותיך, און דערנאך איז אביסל איבער די באזוך פונעם ראש הכופרים:
דינסטאג כי תשא.
די העפטיגע קאמפיין למען הצלת הדת בארצינו הקדושה איז היינט אריין אין פולן שוואונק, מיטן פאקטישן אריינטריט אין די אקציע לטובת די ועד משמרת חומותיך ירושלים.
היינט איז ארויסגעהאנגען געווארן א הארציגע בריוו וואס איז אנגעקומען פון ארצינו הקדושה צו די ועד משמרת חומותיך ירושלים, וואו די ועד החינוך שע"י העדה החרדית גיט איבער זייער בקשה מען זאל צוזאמענשטעלן וואס מער געלט, כדי צו קענען אויפטוהן און ראטעווען וויפיל מען קען.
דער בריוו הייבט זיך אן: אל מעלת כבוד הרבנים, רבני ודייני המוסד ועד משמרת חומותיך ירושלים, העומדת בראשות לוחם מלחמות ה' ברמה, כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
זיי ברענגען ארויס אינעם בריוו פארשידענע דעטאלן, וואס-אלס די ערליכע אידן אין ארה"ק גייען אריבער, און אזוי אויך איבער די פעולות וואס ווערן כסדר אונטערגענומען צו ראטעווען וויפיל מען קען, און איבער די טיילווייזע הצלחה וואס מען זעהט ב"ה מיט די פעולות הצלה.
דערנאך פירן זיי אויס זייער בקשה אז דער גאנצער ציבור זאל זיך אנשליסן צו זיין "שותפים לדבר מצוה, אשר יש בה הצלת נפשות רבות מישראל", און עס שרייבן אונטער די חברי ועד חינוך הטהור, הרה"ח רבי חיים ראטה שליט"א יושב ראש, הרה"ח ר' יעקב צבי סאמעט, הרה"ח ר' יוחנן שמאיע, און הרה"ח רבי שלמה הירש.
די הארציגע ווענדונג האט אסאך צוגעגעבן צום ווארימקייט פונעם ציבור, און היינט האט זיך די אקציע אנגעהויבן ווען די רבנים ועסקנים זענען ארומגעגאנגען אין די גאלאנטא ביהמ"ד, וואו דער ציבור האט זיך אנגערופן מיט א קענטיגע ווארימקייט לקדשי בית ישראל.
שפעטער נאכמיטאג האט הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א מרבני הועד אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה אין די סאטמארע כולל אויף הופער סטריט, וואו ער האט שטורעמיש ארומגערעדט איבער די נסיונות וואס ערליכע אידן אין ארץ ישראל מאכן מיט, און איבער די פריוון פון די רשעים אויסצורייסן די אמונה טהורה פון אידישע קינדער.
דערנאך האט ער פארציילט אביסל איבער די פעולות וואס די ועד משמרת חומותיך ירושלים טוט איבערן גאנצן יאר, סיי מיטן כסדר שיקן געלט פארן ועד חינוך הטהור, אויסצוצאלן די הסברה-פאלאקטן און קונטרסים וועלכע ווערן ארויסגעגעבן צו האלטן דעם ציבור וואך איבער וואס עס טוט זיך, און צוצושטעלן געלט פאר די כינוסים וועלכע קומען פאר פון צייט צו צייט מחזק צו זיין דעם ערליכן ציבור, און אזוי אויך פאר די ועד הסברה וועלכע קלערט אויף דעם ברייטן ציבור איבער'ן איסור השתתפות בבחירות און נאך פארשידענע ענינים, און אזוי אויך שיקט מען אסאך געלט פאר לויערס פון אזעלכע אידן וועלכע ווערן ארעסטירט דורך די ציוניסטישע פאליציי בשעת עס גייען אן די הייליגע מערכות און די פאליציי כאפן אריין אומשולדיגע קרבנות ציבור, און צומאל קלאגן זיי אן מיט שווערע אויסגעטראכטע קלאגעס, און אזוי אויך ווען די מלבושים פון די דארטיגע אידן גייען צוגרינד בשעת די מערכות, דורך די קאלירטע וואסערן וואס די פאליציי שפריצן וכדומה, ווענדן זיי זיך אויך צום ועד מען זאל זיי העלפן באצאלן די קליינע הוצאות וואס די דארטיגע בני עניים קענען זיך דאס נישט אליינס אויסצאלן.
דער דיין שליט"א האט אפעלירט צו די אינגעלייט מען זאל זיך אונטערנעמען יעצט אין די ימי הפורים צוזאמצושטעלן די געפאדערטע סכומים לחיזוק היהדות החרדית, און נאך די דרשה זענען די עסקנים ארומגעגאנגען צווישן די קרוב צו 300 אינגעלייט וועלכע זענען געווען דארט אנוועזנד ביי די דרשה, און עס האט געהערשט א אויסטעלישע ווארימקייט ביי די חשובע בני תורה, און א ריזיגער מספר אינגעלייט האבן זיך אונטערגענומען צוזאמצושטעלן שיינע סכומים.
מארגן וועלן די רבנים ועסקנים נעמען די נדבות פונעם ציבור אינעם גרויסן ביהמ"ד, און אויך אין ביהמ"ד סאוט אכט, און עס איז צום האפן און צו ערווארטן אז דער גאנצער ציבור וועט זיך אנרופן ווארעם צו די גרויסע אקציע.
למען כבוד שמים לא ננוח ולא נשקוט. -- נעכטן האבן מיר שוין באריכטעט איבער די חילול השם פון די חוצפה'דיגע אויפ-פירונג פון דעם ראש ממשלת הציונים קעגן אמעריקא, אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס, האט זיך עס ווייט-נישט דארט געענדיגט.
ערשטנס מוז מען צולייגן דאס וואס עס ווערט באריכטעט, אז נתניהו האט היינט פארציילט אז זייענדיג אין אמעריקא האט ער געבעטן פונעם זיכערהייט מינסיטער "פאנעטא", אז אמעריקא זאל פארקויפן פאר די מדינה ספעציעלע מיסל'ס וואס אמעריקא פארמאגט, וואס דאס קען אריינפליען אין אונטערערדישע בונקערס, און איז וויכטיג פאר א אטאקע אויף איראן.
אין די צייטן פון די בוש אדמיניסטראציע האט שוין די מדינה געהאט אריינגעגעבן אזא פארלאנג וועלנדיג פארמאגן אזלעכע מאכטפולע מיסל'ס, אבער די בוש אדמיניסטראציע האט דאס צוריקגעוויזן און נישט מסכים געווען ארויסצוגעבן אזאנע וואפן פאר זיי, אבער לעצטנס האט די מדינה באנייט זייער בקשה, און אצינד זייענדיג דאהי האט נתניהו אויסגענוצט די צייט צו שתדל'ען מען זאל אים דאס שוין פארקויפן, כדי דאס צו קענען נוצן קעגן איראן.
די האר פון קאפ שטעלן זיך אויף ווען מען טראכט אריין א סעקונדע וואס דא גייט פאר.
דא שטייט א ראש ממשלה פון א מדינה וואס האט באשלאסן צו שטיין קעגן די גאנצע וועלט, און פארפירן מען דארף שוין יעצט אטאקירן איראן, און ווען אמעריקא זאגט אז עס איז נישט די צייט דערצו, שרייען זיי צוריק אז זיי וועלן אליינס באשליסן ווען עס איז די ריכטיגע צייט און זיי זענען נישט גרייט צו הערן וואס אנדערע זאגן, און ווייטער ווען דער מחוצף טרעפט זיך מיטן אמעריקאנעם פרעזידענט פערזענליך, און דער פרעזדענט איז אים שיין מסביר אז דאס איז נישט די וועג אין וואס מען וויל יעצט גיין קעגן איראן, צוליב די שווערע נאכפאלגן, זאגט ער אים צוריק אין פנים אריין אז ער מוז פארזיכערן די אידישע פאלק און דעריבער וועט ער אליינס באשליסן וואס ער האט צו טוהן.
אט דער זעלבער פארשוין האט נאך די חוצפה, און חוצפה איז נישט דאס ווארט, צו בעטן אין דעם זעלבן טאג, נאך זייענדיג דאהי אין אמעריקא, אז די אבאמא אדמיניסטראציע זאל באשטעטיגן א פלאן אז אמעריקא זאל גאר צושטעלן די מיסל'ס מיט וואס זיי זאלן טוהן דאס וואסאמעריקא וויל נישט, און דאס וואס די וועלט האלט אז עס איז א סכנה.
און אויב וועט מען זיי עס נישט געבן וועלן זיי אוודאי שרייען "אנטיסעמיטיזעם".
ס'נישטא קיין ווערטער צו באצייכענען אזא אומפארשעמטע אויפפירונג. מען מוז אבער אויך צולייגן אפאר ווערטער איבער דעם רעדע וואס דער נתניהו האט נעכטן ביינאכט געגעבן ביי די עיפעק קאנווענשן.
ביי זיין רעדע האט ער געזאגט בערך אזוי: ער טוט שעצן און באדאנקען פרעזידענט אבאמא פארן פארשטערקערן די סאנקציעס קעגן איראן, אבער, די אידן האבן שוין געהאט צופיל געדולד ביז אהער, און צום באדויער, טראץ די סאנקציעס און טראץ די דיפלאמאטישע פריוון, רוקט זיך אבער איראן פאראויס מיט זייערע נוקלעארע וואפן פראדוצירונג, און מען קען מער נישט ווארטן, און ער אלס ראש ממשלת ישראל וועט ער נישט לאזן זיין פאלק לעבן אונטער טעראר.
שוין אפגערעדט פון דעם וואס די וועטער זענען פארקערט ווי די מציאות לויט גאר אסאך באריכטן וואס צייגן אן, אז די סאנקציעס האבן גאר שטארק פארשווערט פאר איראן צו גיין פאראויס, און טאקע היינט דינסטאג איז ארויסגעקומען א פרישע רעפארט פון א אמעריקאנע קאמיטע וועלכע האט אויסגעפארשט די מצב אין איראן, און זיי שרייבן אז איראן קען נישט דערווייל גיין געהעריג ווייטער צו אנטוויקלען א נוקלערע באמבע, און היי יאר קענען זיי זיכער נאכנישט האבן קיין נוקלערע וואפן, און זיי שרייבן אויך אז עס זענען פארהאן אסאך וועגן וויאזוי צו מאכן נאך-מער שמאל די מצב פון איראן, דורכן אפשטעלן די שמוגלערייען וועלכע טראגן אריבער קיין איראן די ארטיקלען וועלכע פעלן זיך אויס דערפאר, און אזוי נאך פארשידענע פרטים, און זיי לייגן נאך אויך ציה, אז די קליינע אטאקעס וואס מען האט דורכגעפירט קעגן די איראנער סייענטיסטן, דאס האט בלויז צוגעאיילט איראן צו גיין שנעלער פאראויס, און אויב וועט מען אזוי טוהן ווייטער, וועט איראן ווערן מער שעדליך און עקשנות'דיג.
דאס איז אלעס איבער די ווארהייט פון די מציאות וואס נתניהו האט איבערגעגעבן.
אבער אפילו ווען ער זאל ווען יא קלערן אז ער האט רעכט מיט זיין מיינונג, פון וואו קומט אזא חוצפה שאין דוגמתו צו קומען צו יענעם אין לאנד, וואו דער פרעזידענט זאגט קלאר אז ער איז קעגן זיין מיינונג, און ער האלט דארט רעדעס פארן פאלק, און העצט אויף דעם פאלק אז די פרעזידענט פארשטייט נישט אזוי גוט ווי אים, און מען מוז יא שוין אטאקירן, און ער קען זיך נישט רעכענען מיטן מיינונג פון די היגע רעגירונג. און דאס אלעס טוט ער בשם כל ישראל, אריינגערעכנט אין נאמען פון יד אידן וועלכע וואוינען דאהי און זענען אמעריקאנע בירגער.
ווייטער איז זיין רעדע געווארן נאך שארפער, ווען ער האט ארויסגענומען צעטלעך, זאגנדיג אז ער האט דא א אויסשניט וואס צייגט וויאזוי ביי די צווייטע וועלט מלחמה האבן די אמעריקאנער איגנארירט די בקשות פון די אידן, ווען מען האט זיי געבעטן אז זיי זאלן באמבאדירן די אויסשוויץ צענטערן.
צו דעם האט ער צוגעלייגט, אז היינט איז שוין א אנדערע וועלט און א אנדערע אמעריקא, אבער איבער אלעם זאגט ער אז זיין עיקר נקודה איז, אז די אידישע פאלק איז היינט אויך אנדערש ווי דעמאלס, ווייל היינט איז פארהאן א מדינת ישראל.
דערמיט האט דער מחוצף געוואלט זאגן אז די אלע וועלכע זענען "קעגן" די געדאנק פון א קריג מיט איראן, זענען די זעלבע רוצחים ווי דעי וועלכע זענען געווען קעגן דאס באמבאדירן אוישוויץ. מיר געדענקען אלע אז ווען מען האט גענוצט ביי א הפגנה אין ירושלים די "געלע לאטעס" האבן די ציונים פארפירט אז מען נוצט אזא האקעלע זאך ווי די צווייטע וועלט קריג אויף זאכן וואס זענען נישט קיין פארגלייך צו די וועלט מלחמה.
פרעגט זיך א פראגע: און וואס טוט דער ראש הכופרים אצינד?
ער נוצט די משל פון די צווייטע וועלט קריג, וועלכע איז בכלל נישט גלייך צו די היינטיגע מצב, היינט ווערן איראנער אידן נישט אויסגעהארגעט, און היינט זיצט נישט די וועלט שטיל, נאר אמעריקא זאגט קלאר אז אויב וועט מען אנקומען צו א פונקט אז עס וועט נאר בלייבן די ברירה פון אטאקירן וועט מען דאס טאקע טוהן, נאר יעצט האלט מען נאך ווייט פון דעם, קומט דא דער נתניהו און שפילט אויף געפיהלן פון יענע צייטן כדי אויפצוהייטערן די געמיטער און צייגן אז ווער עס איז נישט מסכים מיט זיין ווילדקייט אז מען מוז שוין יעצט אטאקירן, דער איז די זעלבע בלוט-פארגיסער.
עס איז אויך כדאי איבערצוזאגן קלאר די לשון וואס ער האט גענוצט, ווען ער האט געזאגט אז די אידן זענען שוין היינט אנדערש ווי דעמאלס, האט ער געזאגט אז היינט איז פארהאן א "מדינה יהודית", און די מטרה פון די "מדינה יהודית" איז צו היטן אויף די "חיי היהודים".
די זעלבע ציהל וואס ער האט געהאט מיטן אויפברענגען נעכטן דעם ענין פון מגילת אסתר, וואס דאס איז, זיך פארצושטעלן אלס די זעלבע סארט מענטש ווי די דעמאלסדיגע רעטער פון כלל ישראל, די זעלבע איז דא מיט דעם וואס ער חזר'ט איבער נאכאמאל און נאכאמאל אז ער איז די פירער פון די אידישע פאלק, ווי כאילו ער איז דער היינטיגער רעטער פון די גאנצע אידישע פאלק, אזוי ווי מרדכי ואסתר בימים ההם, חס מלהזכיר.
אויך דער פרעזידענט פון די מדינת הציונים שמעון פערעס, האט נעכטן אויפגעטרעטן דארט ביי די עיפעק, און אויך ער איז פארנומען געווען מיט זייער אידישע "לידערשיפ", און אן קיין בושה האט ער אויסגעשריגן אז די עשרת הדברות, דאס איז די פירער פון די מדינה.
אזוי ווי איר הערט.
די עשרת הדברות איז די וועג ווייזער פון די מדינה.
ממש א געלעכטער, אבער ביטערע געלעכטער.
די חברה זענען ריכטיגע "עושי מעשה זמרי, ומבקשים שכר כפנחס", זיי זענען אוכלי נבילות וטריפות, חוטאים ומחטיאים את הרבים, מחללי שבת בפרהסיא, אבער זיי דערקלערן זיך אלס פארטרעטער פון אידדישקייט, ביז אויף אזוי ווייט, צו זאגן אז די עשרת הדברות איז זייער פירער, און זיי זענען די היינטיגע מרדכי ואסתר.
דבר בעתו מה טוב, נאכצוזאגן וואס עס ווערט געברענגט אינעם נייעם ספר ליקוטי אורה, תורות אויף פורים פון רביה"ק זי"ע בעל דברי יואל, אז בשנת תשט"ז האט די רבי געטייטשט דעם "עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי", אז מען זאל אויסמעקן דעם "בין", וואס דאס מיינט די וועלכע שטייען אינצווישן, צווישן ארור המן און ברוך מרדכי, דאס הייסט אז זיי טוען מעשים ווי המן, אבער זיי שטעלן זיך אהער ווי דער מרדכי.
אט די הייליגע ווערטער זענען די פאסיגסטע צו זאגן יעצט אויף די פארשאלטענע ציוניסטישע פירער וועלכע טוען זיך ליידער פאר-שטעלן ווי די היינטיגע פירער פונעם אלטן אידישן פאלק, און השי"ת זאל טאקע העלפן עס זאל שוין מקויים ווערן וואס די רבי האט דעמאלס געווינטשן עס זאל שוין זיין "עד דלא ידע בין", און די מלכות המינות זאל אויסגעמעקט ווערן דורך משיח צדקינו במהרה.
---
היינט זענען די ועד למניעת חילול קברים פלוצלינג אלארמירט געווארן וועגן א שטח אין די שטאט ראשון לציון, וואו עס האט זיך אנגעהויבן א בוי פראיעקט.
ווען די עסקנים זענען אנגעקומען אויפן פלאץ, האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס רעדט זיך פון א שטח וועלכע איז ליידער בארבאריש אויסגעגראבן געווארן מיט אריבער 15 יאר צוריק, דורך די רשעי ישראל די ארכילאגן וועלכע האבן אין יענע תקופה זיך געהאט צולאזט די שמוציגע הענט און אויסגעראבן פילע מערות קבורה איבער ארץ ישראל רח"ל.
די חברי הועד האבן תיכף אנגעפרעגט ביים פוסק הדור ראב"ד ירושלים שליט"א כדת מה לעשות, און נאכן איבערגיין די פרטים האט דער ראב"ד געגעבן זיין הוראה, אז טראץ וואס די קברים זענען שוין ליידער אויסגעגראבן געווארן, און די דירות וואס מען וועט דארט יעצט בויען וועט זיין אסור פאר א אידיש קינד, זאל מען אבער יא פארלאנגען א השגחה אויפן פלאץ בשעת די ארבעט גייט דארט יעצט אן, ווייל עס איז מעגליך אז עס זענען נאך יא פארבליבן עפעס קברים דארט, און מען זאל זיכער מאכן אז אויב מען טרעפט נאך עפעס פארבליבענע קברים זאל עס נאך ווערן אפגעראטעוועט.
נאך עטליכע שעה האט די ועד ב"ה באוויזן אנצוקניפן א פארשטענדעניש מיט די בוי אונטערנעמער, און די משגיחים פונעם ועד זענעןם אריין אינעם שטח, און מיטגעגאנגען צו אלע מערות קבורה, זיכער צו מאכן צו עס איז נישט פארבליבן דארט אינעווייניג גאנצע קברים.
לויט ווי עס זעהט אויס וועלן די משגיחים דארט דארפן פארלבלייבן פאר עטליכע וואכן ביז אלעס ווערט קלאר, און לויט ווי די ארטיגע אחראים האבן זיך פארפליכטעט, וועלן זיי אויספאלגן די אנווייזונגען פון די רבני הועד, און אויב עס וועט זיך מאכן א פרישע שאלה וועלן זיי אפשטעלן די ארבעט.
--
נעכטן איז די ארגאניזאציע אתרא קדישא אלארמירט געווארן איבער א שטח אין טברי', וואו עס איז דא א חשד אז עס קומען דארט פאר חפירות אויף קברים רח"ל.
דארט אויפן פלאץ האבן די בוי אונטערנעמער נישט אריינגערופן די געווענליכע ארכילאגן, נאר זיי האבן געדינגען א פריוואטע יוניווערסיטי פירמע, און דערפאר איז דער דארטיגער פראיעקט נישט אונטערן אלערט סיסטעם וואס איז בס"ד איינגעשטעלט געווארן, און מען האט נישט די מעגליכקייט צוצוקומען דארט אינעווייניג און זעהן קלאר וואס דארט טוט זיך, און אוודאי האט מען ליידער נישט די מעגליכקייט צו טוהן שריט אפצוראטעווען די מעגליכע קברים.
דעריבער זענען היינט אנגעקומען אויפן פלאץ א גרופע חשובע בני תורה, וועלכע האבן פראטעסטירט די גאנצע צייט, און אויסגעשריגן די ווייגעשריי פון די יהדות החרדית קעגן די שרעקליכע געמיינע שריט פון אויגראבן קברי ישראל רח"ל און כופר זיין אין תחיית המתים, און ווי זייער שטייגער האבן די ציוניסטישע פאליציי ארעסטירט דריי פוון די חשובע מוחים, מיטן ציהל אפצושטעלן די קול מחאה. אויב וועט נישט ווערן קיין לעזונג צום דארטיגן מצב אין די נאנטע טעג, איז ערווארטעט א ערנסטע מערכה, ווען די ערליכע רבנים און מנהיגים וועלן ארויסקומען און ארויסשיקן דעם ברייטן ציבור זיך אנצונעמען פאר די קברי קדמונים, וועלכע ווערן נתחלל אונטער די לעגאלע שוץ פון די ציוניסטישע רעגירונג די מפירי התורה.
תוקן על ידי מנחם_מענדל ב- 12/03/2012 00:59:26
 |
|
|