בית פורומים כל העולם כולו

שוידער: 20 פראצענט טריפות ביי מהדרין עופות. אפגעשטעלט שחיטה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/3/2012 21:40 לינק ישיר 

שומו שמים!!!!

הזדזעו העולם!!!!

איז דאס אמת?


וויאזוי איז שטיל???????????

און דאס זענען די סמעטענע יודן?

אשר לא כרעו לבעל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2012 21:41 לינק ישיר 




תוקן על ידי kleinekup ב- 19/03/2012 21:42:01




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2012 21:56 לינק ישיר 

kleinekup כתב:
שומו שמים!!!!

הזדזעו העולם!!!!

איז דאס אמת?


וויאזוי איז שטיל???????????

און דאס זענען די סמעטענע יודן?

אשר לא כרעו לבעל?


וואס ביזטו פאר'חידוש'ט? וואס נעמסטו זיך קלאפן ווילד אויפן קי-בארד. יא. ס'איז אמת, און די אידן געבן א הכשר אויף טריפה ממש און דאס הארץ צאפלט זיי ניטאמאל א טראפ.

ווען דו וועסט טרעפן איינעם פון זיי אויפטאנצן היתכן מ'איז אין בג"ץ הציוני שוין אזויפיל יאר ואין פוצה פה, זאלסטו מיר ביפן.

א דאנק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2012 21:56 לינק ישיר 

יעצט זאלן די ליצים ווייטער ניצן דעם סלאגאן "עס ווייטער שטיל"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2012 18:07 לינק ישיר 

בג"ץ קען מען פארענטפערן אז ס'איז פאליטיק אדער מיט שקרים

אבער טריפות??????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2012 18:08 לינק ישיר 

וואס איז די אפיציעלע ענטפער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2012 18:42 לינק ישיר 

עס איז נתברר געווארן נאכמער, אז הרב הילל וויינבערגער און הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין האבן אפגעשטעלט די שחיטה און האבן געהייסן נישט נוצן גארנישט פון די עופות שפעטער פון בערך 2 אזייגער נאכמיטאג.

אבער די משגיחים פון UTA 82 ליע עוועניו, האבן נישט געקוקט אויף קיין שום פראבלעם, זיי האבן גענומען דעם גאנצן ארדער פון צופרי, צומות הגידין ארויף, צומות הגידין אראפ. זיי האבן נישט געפרעגט קיין שאלות און געשיקט זייער סחורה צום בוטשער.

דערווייל האלט מען שוין איבער א וואך נאך די פרשה, מ'האט קיין אות אחת נישט געהערט פון די משגיחים פון 82.

הרב חיים דוד כ"ץ איז שטיל. הרב לייביש פריעדמאן און זיין פאטער הגה"צ רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן זענען אלע שטיל.

אן אפענע הלכה אין שו"ע סי' נ"ו:
צומת הגידין בעוף הם בעצם האמצעי כמו בבהמה, והם ט"ז. ואם נפסק רובו של אחד מהם טריפה.

דער רמ"א לייגט צו: ולכן בכל מקום דאיכא מכה במקום צומת הגידין אפילו אינו אלא רק נפוח ונצרר הדם, מאחר שהיה צריך בדיקה ואין אנו בקיאין בעוף הוא טריפה.

פון דעם אפענעם מחבר און רמ"א זענען די עופות וועלכע זענען געווארן דעליווערט טריפה גמורה און עס איז שא שטיל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2012 21:13 לינק ישיר 

דער פראבלעם איז :
אז קיין איין רב, [אומאפהענגיק] מאכן נישט קיין ויצעקו?

היתה כאלמנה........די תורה האט נישט קיין פארטרעטערס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2012 21:34 לינק ישיר 

בוסט נישט גערעכט קליינע קאפ
די פרעמדע רבנים דארפן נישט מוחה זיין אויף יענעמס עבירות מערסענס דארפן זיי מעורר זיין און באווארענען די אייגענע ציבור המסרים למשמעתם
די קשיא איז נאר אויף די התאחדות און אויף די זאלי רבנים פארוואס זיי לאזן אלעס שטיל און יאכלו טריפות וישבעו רח"ל! נאר די קשיא איז טאפעלט ווי זיי האבן געקענט שרייבן ליגענט אנדערהאלבן יאר צוריק ווען סאטמאר האט אנגעהויבן בודק זיין און סאטמאר רב האט אויסגעשריגן כ"ו אב טייערע אידן הזהרו מן הטריפות און טייערע רבנים סאיז א שערורי' וואס יעדער דארף אין אכט נעמען בודק צו זיין מהיום והלאה און די מחוצפים פון התאחדות ע"ה האבן געשריבן אין איד א קול קורא במדבר אז ביי זיי האט מען בודק געווען און מהאט נישט געטראפן ווייל ביי זיי קומט נאר טישקענס פון הימל ביי זיי איז דא סייעתא דשמיא אז די טריפות ביי אלע הינדלעך מיינט נישט זיי, זעהט אויס ווייל פאר זיי וועט זיין גיהינום מיט אויסטערלישע סייעתא דשמיא עפעס הימלישע שמיא'דיגע פייער!!! 
אבער וואס איז דער תמים וואס ליינט דער איד שולדיג אז אידן וועלכע פסקנען כרתות שאלות שרייבן קלארע ווערטער אז ביי זיי איז נישטא די אלע הינדליך??? פארוואס זענט איר זיי מאכל בלא יודעים טריפות ממש??
אבער איך קען שעלטן אויף היידפארק און עס איז ווייטער שטיל! און יאכלו טריפות וישבעו רח"ל! 

תוקן על ידי גרוינים ב- 20/03/2012 22:03:13




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2012 21:56 לינק ישיר 

איר האט שוין פארגעסן, ווען די אמערצים און משוחתים האבן געשריבן א בריוו אז "ביי זיי דארף מען נישט בודק זיין", וויבאלד דער רמ"א זאגט דאך אז "מיר זענען נישט בקיאים", ממילא דארף מען נישט בודק זיין....

זיי האבן אויך געשריבן אז די קרית יואל'ער טשיקנס זענען "דזשאנק", און זייערע זענען "בעסערע ראסע עופות".

דער מחבר און דער רמ"א האבן אלע געהאט דזשאנק, און נישט געהאט קיין סייעתא דשמיא, נאר די נבילה פרעסער האבן סייעתא דשמיא.

אויך געדענקט מען ווי די מאכילי טריפול הרב יצחק שטיין מיט זיין שותף שלמה שטערן האבן געשריבן אז זיי האבן דורכגעקוקט איבער 100 טויזענט עופות און נישט געטראפן קיין איין טריפה, ממילא האבן זיי נישט דעם פראבלעם.

עס שרייט צום הימל דער פאקט אז יעדער ווייסט אז "צומת הגידין" איז א מחלה וואס "פאסירט" איבעראל, און קען זיין היינט, קען זיין נעקסטע וואך אדער נעקסטן חודש. און דאס אז מ'געפינט נישט "די וואך" ביי א מיליאן עופות, מיינט נישט אז "ביי אונז איז נישטא דער  פראבלעם"... אין KJ איז אויך נישט דא דער פראבלעם יעדע וואך.

דאס מיינט נישט אז מ'איז יעצט פטור פון בודק זיין. און די באנדיטן וועלכער האט דאס געשריבן איז טאקע נכשל געווארן מיט טריפות ממש, ווייל זיי האבן נישט געהעריג בודק געווען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2012 22:21 לינק ישיר 

its clear to me, that the zalis used dirty tactics, and lies to support their agenda.

i also believe that IF it is true, that MEHADRIN supplied heimishe people with TREIF, then at least some RAV, from a kehilla, that his constituents use MEHADRIN, would hang a letter, in HIS shul, to tell HIS ppl, that its treif



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2012 22:24 לינק ישיר 

אז די רעדטסט פון דעם זייפן יצחק שטיין מעג דער עולם וויסן ווער דער שקרן איז 

עס האט מיר דערציילט איינע פון נאמני ביתו פון סאטמאר רבין שליט"א א מעשה נורא 
אלול תשס"ח מיין איך איז עס געווען האט יצחק שטיין געשיקט א שליח צום סאטמאר רבין אז ער וויל טוישן ליניע (זענדיג אז כלל ישראל פארט נישט מיט מיט די הולכי הבג"ץ ומפירי התורה) און ווערן אן אהרוני רעדן דרשות אויף דעי זייט (באקומען א אויבאן) און צוריקדרייען דעם רעדל,
ווער עס קען סאטמאר רבין מיין איך ווייסט אז אין היינטיגן דור איז כמעט נישטא אדער אינגאנצען נישט א איד וואס זאל האבן אזא מידות האמת אנע חשבונות (ווי דער רבי דער ברך משה האט געזאגט אין זיין צוואה פאר ר' הירצקא צוויבל אז ער וועט פאר כל הון דעלמא נישט טוישן דעם אמת) אוןדער רבי האט יענעם גענטפערט בזה"ל: "איך קען מיך איבערבעטן מיט מיינע גרעסטע שונאים איך האב נישט קיין פראבלעים מיט קיינעם, אבער א שקרן קען איך נישט דולדען" עכל"ק (דאס איז געווען נאך וואס דער יצחק שטיין האט גערעט א דרשה אין אירגון שיעורי תורה און מסביר געווען דעם פראבלעים פון אריזאנא ווייץ אז סאיז הארט און מדארף ניצן אייזענע וועלגער העלצליך און דאס איז געווען אין דער צייט וואס מהאט קיינמאל נישט געטראכט אפילו פון אייזענע וועלגער העלצער אין סאטמאר) 

און דער שגץ פארשטייט זיך איז געווארן וחמתו בערו בו און די נקמה אקציע אויפן סאטמאר רב האט נישט געשפעטיגט און דער צומות היגידן פרשה איז אנגעגרייט געווארן שוין ארום א יאר צייט וואס ער האט געארבעט עפעס אנצודרייען און געטראפן אן אפען טיר אינעם איד אומאפהענגיקער צייטונג פונעם כת הולכים לבג"ץ און דער כת וואס איז אויסגעשפיגן פון כלל ישראל
און אין דער צייט ווען רוב חלק פון כלל ישראל איז מקפיד צו עסען נאר פונעם בית השחיטה המהודרת ק"י ווי סאטמאר פאפא קלויזנבורג וויזניץ בעלז לעיקוואד ועוד ועוד זענען די כת הגזלנים פארנימען מיט א הקפדה גמורה צי עסען צומות הגידין פון מהדרין דשי ענד דשי נבילה פירמע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2012 22:24 לינק ישיר 

קליינעקאפ.

פליז שטיי אויף.
אויף יענע וועלט וועט הענגען. נישט אויף די וועלט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2012 22:26 לינק ישיר 

so hashem is chulile bankrupt

????????????????????????????

היתה כאלמנה........די תורה האט נישט קיין פארטרעטערס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2012 23:08 לינק ישיר 

און אז דו וועסט הערן אז דאהי אין ניו יארק האט די בוטשערס פארקויפט טריפה ממש, איז דער באשעפער חלילה געווען באנקראט?

"יענע" אידן זענען ליידער געווען פארדארבן, און אנדערע נישט.

דא איז די זעלבע זאך. עס איז נאר מענטשן אין וועלכע "דו" האסט זיך גענער'ט.

מ'האט שוין געזען אזוינס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שוידער: 20 פראצענט טריפות ביי מהדרין עופות. אפגעשטעלט שחיטה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.