בית פורומים אידישע געדאנק

הכשר אויף פאנדשעלאוס, מה זה?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/3/2012 23:07 לינק ישיר 
הכשר אויף פאנדשעלאוס, מה זה?

אהרוינים טייערע וואס דארף די הכשר באדייטן?



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2012 05:26 לינק ישיר 

לכבוד ר' נפל.
אזוי ווי דו פרעגסט א שאלת תם, מה זה.
וועל איך דיר ענטפערן  ווי מ'ענטפערט פאר א תם. איך האלט דיך חלילה נישט פאר קיין רשע.

עס איז געווען א הייליגער צדיק מיט'ן נאמען אברהם, א זון פון תרח, וועלכער איז געבוירן אין כותא, און האט ביי די דריי יאר איינגעזען אז  עס איז דא א בוכ"ע, וועלכער האט באשאפן די גאנצע ועלט אין 6 טאג, און אלעס ווערט געפירט דורך אים, און נישט דורך די געטשקעלעך, ווי זיין טאטע און אלע מנטשן אויף די וועלט האבן דעמאלט געהאלטן.

דער אברהם האט אנגעהויבן פארציילן פאר די גאנצע וועלט אז ס'איז דא א באשעפער וועלכער וועלכער פירט אלעס, און די גאנצע וועלט ווערט געפירט דורך אים, האט  באקומען א הבטחה פונעם באשעפער ביים ברית בין הבתרים אז ער וועט נאך זיין א "אב המון גוים" און זיינע קינדער וועלן זיין אזויפיל ווי די שטערן אויפן הימל וואס מ'קען נישט ציילן.

אברהם אבינו איז שוין געווען א זקן פון בערך 100 יאר ווען עס איז אים געבוירן געווארן א זון יצחק. דער יצחק איז געגאנגען אין טאטנ'ס דרכים און האט אויך פארשפרייט פאר די וועלט אז ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט.

בי די 60 יאר האט דער יצחק געבוירן א צווילינג, יעקב און עשו. פאר יעקב זענען געבוירן געווארן 12 זון, וועלכע ווערן אנגערופן "שבטי י-ה". זיי זענען: ראובן, שמעון, לוי, יהודה, ישככר, זבולן, דן, נפתלי, גד, אשר, יוסף און בנימין.

מיט דעם יוסף האט זיך אפגעשפעילט א גאנצע מעשה מיט א חלום מיט זיינע ברודער, וועלכע האבן אים פארקויפט פאר א קנעכט און איז אנגעקומען קיין מצרים וואו ער איז געווארן דער משנה למלך אונטער פרעה, און כדי עס צו מאכן קורץ וועל איך נישט אריינגיין אין אלע דעטאלן, נאר אזויפיל אז נאך 7 זאטע יארן און 2 הונגער יארן זענען די קינדער פון יעקב אראפגעקומען קיין מצרים קויפן עסן און יוסף האט זיך שפעטער דערקענט צו זיי, און זיי געהייסן אראפברענגען זייער פאטער יעקב קיין מצרים.

נאך  לאנגע השתשלשות האבן די מצרים זיך גענומען געוועלטיגן איבער די קינדער פון יעקב וועמען מיר וועלן יעצט רופן "בני ישראל" און זיי ביטער שווער פארקנעכטיגט און זיי האבן זייער געוויינט פאר'ן באשפער ער זאל זיי אויסליין, און נאך 210 יאר וואס די אידן זענען געווען אין מצרים האט דער באשעפער געשיקט משה רבינו צו פרעה דער קעניג פון מצרים אז ער זאל ארויסלאזן די אידן פון מצרים, זיי זאלן קענען דינען זייער באשעפער.

דער פרעה האט אוודאי נישט געוואלט, און דער באשפעער האט געשיקט פאר פרעה מעכטיגע שטרארפן וואס מיר רופן "מכות", וועלכע האבן אויפגעשאקלט די ועלט, ביז ער האט ארויסגעלאזט די אידן פון מצרים, דעם 15'טן טאג אין חודש ניסן.

דער הארטנעקיגער פרעה האט שפעטער ווידער פארגליסט נאכצויאגן די אידן, ביז דער באשעפער האט אים געמאכט איינזינקען אין ים אריין די אלע מצרים מיט זייערע רייטוועגענער, און די אידן האבן געזונגען שירה פאר'ן באשפער, א נס וואס דאס אידישע פאלק פאררעכנט אלס די גרעסטע נס וואס האט צו זיי פאסירט ביזן היינטיגן טאג.

די אידן זענען פון דארט געגאנגען עטליכע מסעות ביז זיי זענען אנגעקומען קיין רפידים אין מדבר סיני, דארט האט זיי דער באשעפער געגעבן די הייליגע תורה דעם 6'טן טאג אין חודש סיון.

אין די דאזיגע תורה וועלכער דער באשעפער האט געגעבן פאר די אידן איז נאך היינט צו טאג פארהייליגט ביי "אלע אידישע קינדער" וועלכע גלייבן באמונה שלימה אז די תור האט דער באשעפער געגעבן פאר משה רבינו אויפן בארג סיני, עס איז נישט געטוישט געווארן ביז היינט און עס וועט ווייטער נישט געטוישט ווערן קיין האר קיינמאל.

יעצט, ר' נפל, אין די דאיזע תורה איז פאראן 613 געבאטן.
248 מצות וואס מ'דארף טאן, וועלכע די אידן רופן מצות עשה.
און 365 מצות וואס מיר זענען פארבאטן פון טאן, וועלכע די אידן רופן "מצות לא תעשה".

יעצט איינע פון די זאכן וואס מ'טאר נישט טאן איז דער איסור פון "לא תתורו" און ולא יראה בך ערוות דבר ושב מאחריך".

פון דעם פסוק לערנט מערן ארויס פארשידענע זאכן וואס זענען פארבאטן פאר די אידן וועלכע האבן  מקבל געווען די תורה אויפן בארג סיני, און די אידן וועלכע פירן זיך גענוי ווי מען האט זיך געפירט אלע יארןת זינט קבלת התורהץ

עס זענען ליידער געווען מינים און אפיקורסיםת זידים וליצים, צדוקים וביסותים, קראים און רעפארמער וועלכע האבן ליידער חוזק געמאכט און אפגעלאכט פון די ערליכע אידן אין אלע דורות אבער דאס האט נישט אפגעשראקן די אידישע באפעלקערונג די וועלכע האבן זיך געהאלטן שטרענג אן קיין חכמות צו די אלע געבאטן פון די הייליע תורה,

יעצט טייערע נפל: איך האף אז אויב דו האסט נאך עפעס פראגעס וואס "דארף דער הכשר" באדייטן" און פארוואס מיר דארפן עס האבן קומט נישט פון "מה העבודה הזאת לכם"? ווייל דעמאלט וועל איך דיר מוזן געבן אין די ציין אריין אז עס זאל דיר פארגיין דער אפעטיט, אבער איך בין דיר דן לכף זכות אז דו ביסט זיכער נישט מער פון א פשוטן תם און עם הארץ און ביסט חלילה נישט דא אפצולאכן פון די תוה הקדושה, אלעס ווייל דו האסט עפעס קעגן דיין פאליטישן שונא,

ודי בזה

ידידך לאנצוט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2012 06:50 לינק ישיר 

א) נאר אויף פאנדשעלאוס איז דער ענין פון צניעות? אדער ווייל נאר ביי פאנדשעלאוס איז יעצט דא א ביזנעס אינטרעסע?

ב) פארוואס איז נישט געווען פון מעמד הר סיני ביז יעצט אן הכשר אויף קליידער. מען איז בייגעקומען מינים און אפיקורסיםת זידים וליצים, צדוקים וביסותים, קראים און רעפארמער אן דעם. פארוואס איז יעצט דער חדש נייטיג?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2012 07:42 לינק ישיר 

לאנצוט, שיין אפגעזאגט די הגדה פון צא ולמד מה ביקש לבן הארמי ביז מה ביקש אהרן טייטלבוים. אבער הקושי' במקומה עומדת: וואס באדייט דער הכשר אויף פאנדזשעלאס? וואו איז דער הכשר אויף אלגעמיינע קליידונג? מה נפשך האלטן זיך אידישע קינדער ערליך און מ'געטרויעט זיי אז מיט קליידונג זענען זיי ערליך, טא פארוואס איז פאנדזשעלאס איז נאר גוט די וואס אהרן טייטלבוים באשליסט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2012 16:23 לינק ישיר 

פדן_ארם כתב:

א) נאר אויף פאנדשעלאוס איז דער ענין פון צניעות? אדער ווייל נאר ביי פאנדשעלאוס איז יעצט דא א ביזנעס אינטרעסע?

ב) פארוואס איז נישט געווען פון מעמד הר סיני ביז יעצט אן הכשר אויף קליידער. מען איז בייגעקומען מינים און אפיקורסיםת זידים וליצים, צדוקים וביסותים, קראים און רעפארמער אן דעם. פארוואס איז יעצט דער חדש נייטיג?



פדן ארם, פארוואס האט אויסגעפעלט צו מאכן "פאלם" טייטס?
אַמער, פון מעמד הר סיני ביז תש"כ בערך, האט מען געקענט זיך באגיין אן "פאלם" טייטס, פארוואס היינט מען מוז גיין מער בצניעות.

אגב, דיין פראגע פארוואס מ'דארף מוסיף זיין גדרים וסייגים קדמוך כל האפקורסים לימיניהם.
און איך ענטפער דיר נאר: מוזט נישט גיין בצניעות, דו האסט א בחירה חפשית, קענסט פאר דיין תאווה (וואס דו רעדסט דיר איין) קענסטו רואיג גיין בבגדי שחץ, טוסט קיינעם נישט אפ, נאר דיר אליין.

פדן תורים, האסט נאך עפעס פראגעס, ביטע פרעג שיין מיין קינד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2012 16:35 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
לאנצוט, שיין אפגעזאגט די הגדה פון צא ולמד מה ביקש לבן הארמי ביז מה ביקש אהרן טייטלבוים.

ווען איינער פרעגט ווי א תם, אדער ווי א רשע, ענטפער מען אים דאס.

אבער הקושי' במקומה עומדת: קיינער האט נישט קיין קשיא, נאר א רשע אדער א תם.
וואס באדייט דער הכשר אויף פאנדזשעלאס? וואו איז דער הכשר אויף אלגעמיינע קליידונג? דארט איז געווען א שרעקליכע הזנחה. מה נפשך האלטן זיך אידישע קינדער ערליך און מ'געטרויעט זיי אז מיט קליידונג זענען זיי ערליך, די חכמי התורה אינעם דור פארשטיין בעסער פון דיר. קענסט רואיג גיין אויסגעלאסן און אנפייפן דיין פאליטישן שונא אהרן טייטלבוים. אויך קענסטו לאזן דיין פרוי און קינדער גיין מיט די עבודה זרה שייטלען.
טא פארוואס איז פאנדזשעלאס איז נאר גוט די וואס אהרן טייטלבוים באשליסט?

ליידער איז נישטא קיינער אין היינטיגן דור וועלכער נעמט די מיה צו טאן. קיינער. התאחדות הרבנים איז נישטא צום האבן. צו קלעפן פלאקאטן זענען זיי דא, צו זאגן "לא טוב" זענען דאך אסאך בעלאנים, אבער צו "ואתה תחזה" איז נישטא קיינער. נאר אחד היה אברהם. איין רבי וועמען דיין פארטיי האט ביטער פיינט, און עס העלפט אייך א מכה.

איין אהרן טייטלבוים האט באוויזן אז "יעדער" קען האבן כשר פלייש, אן קיין צומות הגידין, אן קיין טויזענט סירכות וד"ל, און אן אלע צירופים פון קולות וואס איז גוט פאר די "OU" מיט בדיעבד התירים פון "הפסד מרובה פון די מיליאנערן וד"ל.

איין אהרן טייטלבוים האט באוויזן אז "יעדער" קען האבן מהודר'דיגע מצות, אן קיין מצומחות ומבקועות אן אן קיין התירים, נאר מקיים זיין דעם "ושמרתם את המצה". איך וויל נישט מיינע מצות זאלן "די חמץ" בטל ווערן בששים פאר פסח. איך וויל האבן כשר'ע מצות נישט וואס הרבנים הגאונים רבי יעקב ברוך טירנויער ובניו שליט"א גיבן דעם זיגל דערויף.

איין אהרן טייטלבוים האט באוויזן צו איינפירן תקנות, וואס די גאנצע וועלט מאכט נאך. נישט סתם מ'זאגט "ניין". נאר מ'העלפט פאר מענטשן בפועל, אפילו עס איז נישט גרינג. אפילו מ'רייסט אים אראפ.

איין אהרן טייטלבוים האט באוויזן אז יעדער זאל קענען צוקומען צו צניעות'דיגע מלבושים. ער האט זיך ארויסגעשטעלט ווי א גענעראל ואיש מלחמה קעגן די פאבריקאנטן וועלכע האבן זיך נישט געוואלט צושטעלן, און ב"ה ער האט באוויזן אז נאך עטליכע יאר וואס די מלבושים זענען געווארן מער און מער  פרוצות'דיג זאל זיין כשר'ע זאכן. הענגען פלאקאטן קען יעדער שמויגער. אויפטאן בפועל ממש, איז נאר איינער אליין.

און נישט אומזיסט ווער מקויים ביי אים דער וה' עמו.



צום שלוס געלעכטער:
מוזט נישט קויפן די צניעות'דיגע מלבושים. קענסט רואיג לאזן דיין פרוי גיין אויסגעלאסן, וועסט נאר צופיקסן דיך און דיינע קינדער הבאים אחריך. די צדוקים ובייסותים, קראים, רעפארמער און משכילים האבן שוין דאס געטאן די אלע יארן. זיי האבן שוין אפגעלאכט פון "פאנאטישע" רבנים בכל דור ודור, דו וועסט אנקומען גענוי ווי זיי זענען אנגעקומען.

געדענק: דו גייסט אין א וואן וועי ריכטונג, כל באיה לא ישובון!





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2012 16:37 לינק ישיר 

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=2900032&forum_id=21016 
????



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/3/2012 21:21 לינק ישיר 

לאנצוט, דברים כדרבונות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2012 21:34 לינק ישיר 

לאנצוט, ווען די ווילסט קענסטו ענטפערן דברים של טעם. ביטע ענטפער מיר פשוט און קלאר, וואס איז די באדייט פון דעם הכשר? מה יום מיומיים? (וואס האט געברענגט דערצו?), ווי אזוי ארבעט דאס (אדער גייט דאס ארבעטן)?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2012 21:41 לינק ישיר 

וואס איז די "באדייט" פון "פאלם" טייטס?
פארוואס האט מען עס געמאכט?
וואס איז דען שלעכט געווען אלע יארן אז מ'האט עס געמוזט מאכן.

ווען דו וועסט דאס פארשטיין, וועסטו פארשטיין "רויז טעג".

דער איינציגער חילוק איז אזוי:
פאלם טייטס האט איינגעפירט רבינו בעל דברי יואל, נאר כדי צו פארמערן צניעות.
רויז-טעג האט געהייסן רבינו בעל לב לב אהרן, נאר כדי צו פארמערן צניעות.


וואס נאך ווילסטו וויסן?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2012 23:02 לינק ישיר 

ווי אזוי ארבעט די השגחה? איך פרעג שוין א דריטע מאל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2012 23:25 לינק ישיר 

מ'האט גענומען א וועד פון ערליכע רבנים פון פאפא, באבוב און סאטמאר, און כפי ראות עיני הדיינים, באשליסן זיי וועלכע ס'איז אויסגעהאלטן צו גיין און וועלכע נישט.

וכידוע האט רביה"ק בעל דברי יואל ארויפגעצויגן זאקן (ביי די פאלם טייטס" אויף ידיו הקדושות, און געקוקט צי מ'קען דורכזעהן די הענט אדער נישט.

יעצט, וועלכע סארט קלייד זיי באשטעטיגן אז ס'איז "נישט אויסגעהאלטן" מטעם ההלכה, וועלן זיי עס נישט לאזן פארקויפן אלס כשר, און די קאסטומערס וועלן וויסן אוועקצושטיין דערפון.

וואס נאך ווילסטו וויסן, נפל טייערער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2012 23:46 לינק ישיר 

ענדליך אפאר פארשטענדליכע ווערטער פון דיר. יעצט צו נאך אפאר שאלות און ביטע פארקריך נישט. די השגחה איז אויפן קלייד זעלבסט אדער אויפן פארבריק אדער אויפן געשעפט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2012 05:33 לינק ישיר 

די השגחה איז דייקא אויפן קלייד פון וועלכער עס הענג אראפ א "רויז טעג".
די וועד הרבנים שטייט אין פארבינדונג מיט א וועד פון קרוב צו צאוואנציג בעלי מחנכות פון רוב שולעס אין נוא יארק וועלכע האבן באשטעטיג די תקנות און זאכן וועלכער דארף ווערן אויסגעפאסט בשעתן מאכן די קלייד

מען האט אנגעהויבען מיט דאסטערס ווייל אויף די סארט הערשט א שרעקליכע מאנגל אין די לעצטערע תקופה פון "נארמאלע" סארט דערפון. וילכו מחיל אל חיל אויף אלע איבריגע בגדים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2012 10:14 לינק ישיר 

לאנציט, די פארגלייכסט גדרים וואס דער רבי זי"ע האט איינגעפירט אין א מדבר שממה, אמעריקע מיט מער פין 50 יאר צוריק, ווי מען האט געדארפט אריינפעדעמען א צניעותדיגער לבוש אנטקעגן די אמעריקענירטער גאס צו אפשיידען צווישן א חסידשע פרוי און א מאדערן ווייבל, צו די היינטיגע פרויען וואס זענען ערליך, אפגעהיטען מיט א פרומערע לבוש אלס דעם סטאנדארט אין אלע חסידישע געגענטער!

מיר זענען נישט פארבלענדערט אזוי ווי די און די איבריגע נארוינים פון דעם צביעות פון רעב אהרן ט"ב לרפואה שלימה. פליצלינג זענען די מצות חמץ, די שחיטה טריפה, די פרויען פריצת'דיג וכ"ו און ער קומט אן און פאררעכט אלעס און ער האט געראטעוועט אידישקייט.

עס איז ב"ה א שיין ערליך דור וואס פירט זיך צו די מסורה. עס איז אייביג דא וואס צו מוסיף צי זיין מיט גדרים לויט ווי דער מצב פארלאנגט. אין מען לייגט טאקע צו זאכן אבער אזוי ווי עס פלעגט געטאהן ווערן ביז איצט, מען האט זיך אינטערגענימען זאכן ווייל מען האט זיך געוואלט בעסערן נישט כנוסח רעב אהרן פון זיך הייבן דורך אראפקלאפן יעדעם איינעם אנדרעש!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2012 17:25 לינק ישיר 

פדן_ארם כתב:
לאנציט, די פארגלייכסט גדרים וואס דער רבי זי"ע האט איינגעפירט אין א מדבר שממה, אמעריקע מיט מער פין 50 יאר צוריק, ווי מען האט געדארפט אריינפעדעמען א צניעותדיגער לבוש אנטקעגן די אמעריקענירטער גאס צו אפשיידען צווישן א חסידשע פרוי און א מאדערן ווייבל, צו די היינטיגע פרויען וואס זענען ערליך, אפגעהיטען מיט א פרומערע לבוש אלס דעם סטאנדארט אין אלע חסידישע געגענטער!
נו אוודאי פארגלייך איך. פרוצות היינט איז די זעלבע אסור ווי פרוצות אמאל. חוץ אויב דו האסט אן אנדערע תורה.

מיר זענען נישט פארבלענדערט אזוי ווי די און די איבריגע נארוינים פון דעם צביעות פון רעב אהרן ט"ב לרפואה שלימה. פליצלינג זענען די מצות חמץ, די שחיטה טריפה, די פרויען פריצת'דיג וכ"ו און ער קומט אן און פאררעכט אלעס און ער האט געראטעוועט אידישקייט.
-הער אויף רעדן צו מיר רעטאריק. אייער שחיטה האט מען געכאפט מיט 20 פראצענט צומות הגידין, נישט הרב חיים דוד כ"ץ האט עס געכאפט, נאר הרב חושיאל.

אויסער דעם האב איך דיך געפרעגט מיט שיינעם: ווערט לאזט אייך נישט גיין בבגדי שחץ. עס איז דא א בחירה. איר קענט גיין מיט עבודה זרה שייטלען ווערט שטערט אייך?

עס איז ב"ה א שיין ערליך דור וואס פירט זיך צו די מסורה. עס איז אייביג דא וואס צו מוסיף צי זיין מיט גדרים לויט ווי דער מצב פארלאנגט. אין מען לייגט טאקע צו זאכן אבער אזוי ווי עס פלעגט געטאהן ווערן ביז איצט, מען האט זיך אינטערגענימען זאכן ווייל מען האט זיך געוואלט בעסערן נישט כנוסח רעב אהרן פון זיך הייבן דורך אראפקלאפן יעדעם איינעם אנדרעש!

די אמעריקאנער אידן וועלכע זענען געווען דאהי אין אמעריקע פאר די ערשטע וועלט קריג האבן אזוי אומברענגענגט דעם רב הכולל הגאון האדיר רבי יעקב יוסף זי"ע, מיט אזעלכע יצר הרע תירוצים,




פדן אדם, איך ווארט צו זעהן אן איסור פון אייערע רבנים אז מ'טאר נישט גיין מיט "רויז טעג". 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הכשר אויף פאנדשעלאוס, מה זה?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext