בית פורומים אידישע געדאנק

הכשר אויף פאנדשעלאוס, מה זה?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/3/2012 18:55 לינק ישיר 

פדן ארם שרייבט:

צו די היינטיגע פרויען וואס זענען ערליך, אפגעהיטען מיט א פרומערע לבוש אלס דעם סטאנדארט אין אלע חסידישע געגענטער! 

איר ווייסט וואס איר רעדט ? ? ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2012 19:59 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
מ'האט גענומען א וועד פון ערליכע רבנים פון פאפא, באבוב און סאטמאר, און כפי ראות עיני הדיינים, באשליסן זיי וועלכע ס'איז אויסגעהאלטן צו גיין און וועלכע נישט.

וכידוע האט רביה"ק בעל דברי יואל ארויפגעצויגן זאקן (ביי די פאלם טייטס" אויף ידיו הקדושות, און געקוקט צי מ'קען דורכזעהן די הענט אדער נישט.

יעצט, וועלכע סארט קלייד זיי באשטעטיגן אז ס'איז "נישט אויסגעהאלטן" מטעם ההלכה, וועלן זיי עס נישט לאזן פארקויפן אלס כשר, און די קאסטומערס וועלן וויסן אוועקצושטיין דערפון.

וואס נאך ווילסטו וויסן, נפל טייערער.
וועט ר' אהרן זיך אנטאן די פאניעלאוס צו זיכער מאכן אז סיז כשר???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2012 20:12 לינק ישיר 

ביידען,

צי ר' אהרן וועט זיך אנטאן א פאניעלאו בין איך דערווייל נישט  זיכער.

אבער די פרויען פון די פאליטישע שונאים פון דעם ר' אהרן, וועלן זיך זיכער נישט אנטאן.
אידישקייט ארויף, אידישקייט אראפ. - פאליטיק פוירסט!

די תורה איז ניטאמאל א טפל צו די פאליטיק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/3/2012 01:39 לינק ישיר 

געמויזאכטס פון דא ביזן הימל, איך פרעג נאכאמאל. ווי אזוי ארבעט די הכשר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/3/2012 01:58 לינק ישיר 

לכבוד ר' נפל:

איני יודע. און עס אינטרעסירט מיר בכלל נישט.
דער עיקר איז אז ס'וועט אי"ה זיין מהודר'דיגע מלבושים. ס'איבריגע איז היסטאריע.

לגופו של ענין וויל איך צולייגן אז איך באמערק עפעס אז נישט דער סארט "הכשר" ארט דיך ספעציעל. עס איז נאר דער "ממציא רעיון" פונעם הכשר וואס קרענקט דיר. כאטש עס פאסט דיר אוודאי נישט מודה צו זיין.

איך וועל דיר ארויסברענגען 2 נקודות:
אמאליגע צייטן איז נישט געווען אזא זאך ווי "הסכמות אויף א ספר". האסט למשל געזען אז דער יד החזקה פונעם רמב"ם זאל האבן א הסכמה פון גדולי זמנו?
האסט אפשר געזען א ריטב"א מיט א הסכמה? א רשב"א מיט א הסכמה?

נאר עס האבן זיך געמאכט פראבלעמען במשך די דורות, האט מען איינגעפירט אז א ספר דארף א הסכמה.

דאס איז די ערשטע נקודה:

די צווייטע נקודה איז: האסט אמאל באגעגענט עסן-פירמעס פון דער אלטער היים מיט א "הכשר"?
איך גלייב אז ניין. עס איז נישט געווען. יעדער האט געקענט יעדן פון זיין שטעטל, און ס'איז נישט געווען קאמערשלייזד, ע"כ האט מען זיך געטרויעט.

דאהי אין אמעריקע איז אנדערש, און איך בין זיכער אז דו פארשטייסט עס, אז היינט דארף יעדע איינציגע פראדוקט א הכשר, כאטש דו קענסט דעם פאבריקאנט דארף דער פראדוקט א הכשר. (ליידער דארפן היינט די בעלי מכשירים אליין א הכשר וד"ל).

יעצט צו מלבושים, אז אמאל האט מען נישט געדארפט איז נישט טייטש אז "היינט" דארף מען אויך נישט. ווייל דער מציאות זאגט אנדערש. און לאמיר דיר איבערצייגן מיט מיין לעצטע קויל:

דאהי אין ניו יארק זענען פאראן בערך מערערע בתי חינוך, קענסט מיר אפשר געפונען "איין מוסד" וואס וויל זיך נישט צושטעלן אויסער דער מוסד וועלכע זענען "פאליטישע שונאים" פאר ר' אהרן טייטלבוים?

דער תירוץ איז, אז אלע מנהלים און מנהלת'ן פון אלע מוסדות פארשטייען דאס נחיצות, חוץ די וועלכע "וועלן אנדערש גיין בחציפות" !

מיט דעם וועל איך מסיים זיין: קיינער בעט דיר נישט צו קויפן "רויז טעג", עס איז נאר געמאכט פאר די וועלכע ווילן קויפן צניעות'יגע מלבושים. פינטל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/3/2012 04:33 לינק ישיר 

לאנצוט, חוץ רעדן פון "ר' אהרן טייטלבוים" קענסטו נאך עפעס? איך האב קיין איין מאל נישט דערמאנט דעם נאמען. איך האב קיין איין מאל נישט געשריבן אפילו איין איינציג ווארט וואס קען אפילו נאר משמע זיין א זילזול אין דעם הכשר אדער איר געברויך. אלס ווייל איך ווייס בכלל נישט פון וואס די מדובר איז. איך פרעג שוין דעם זעלבן פראגע זייט איך האב געפענט דעם אשכול. איך פרעג נאכאמאל און ביטע קריך נישט אוועק (אויב ס'איז בכלל מעגליך מיט דיין אובסעשאן צו רעדן פון ר' אהרן...) ס'איז מיר קיין נפק"מ קיין נעמען פון דעם און יענעם. ביטע פארצייל מיר מיט קלארע ווערטער וואס די הכשר דארף אויפטוהן, ווי אזוי די הכשר ארבעט, און ווי אזוי די הכשר וועט אנקומען צו איר ציהל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/3/2012 16:15 לינק ישיר 

איי עם סארי.

עפעס האט זיך מיר געדארפט אז איך האב דיר זיכער 10 מאל געזאגט אז ס'איז דא א וועד פון רבנים, און זיי באשטעטיגן וועלכע סארט קליידער זענען כשר, און די באקומען א הכשר, און די וועלכע נישט, באקומען נישט.

וויאזוי עס ארבעט,  צי דורך אימעיל, צי דורך א פאקס, צי איינער טוט זיך אן, איז מיר נישט נוגע.


נ.ב. (עס קומט טאקע נישט אריין, אבער איך וויל עס דאך אריינווארפן, ווייל איך וויל הערן דיין רעאקציע. ביטע.)
דאס אז אלע מוסדות התורה שטעלן זיך צו, נאר איין מוסד נישט, מיין איך אז עס זאגט אלעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/3/2012 20:19 לינק ישיר 

איך פארשטיי בכלל נישט די דזשאוק פון די גאנצע טראסק וואס ר' אהרן וויל דא אנדרייען מיט זיין הכשרים אויף דאסטערס, יעדער וואס האט ביז היינט געוואלט גיין בצניעות איז געגאנגען בצניעות אפילו אן דעם הכשר, פון די אנדערע זייט די אלע וואס גייען נישט בצניעות ווען אפילו יעצט אויך דוקא גיין ווי זיי שמעקט צו קויפן און נישט ווי ר' אהרן אדער סיי וועלכע אנדערע רב עס הייסט טאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/3/2012 22:38 לינק ישיר 

איך פרעג די זעלבע זאך.
איך פארשטיי עס אויך נישט, פארוואס דארף אייך באדערן א גוטע זאך. איינער הייסט דיר קויפן דירעקט צניעות'דיגע מלבושים?

לאז דיך נישט פון דעם אהרן!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2012 02:45 לינק ישיר 

איך האב קיין אהנונג פון וואס די רעדסט, איך האב אנגעפרעגט ביי מיין בני בית און זי ווייסט אויך נישט. לויט דיינע תשובות איז קלאר אז די אליינס ווייסט אויך נישט. דעריבער פארשטיי איך נישט וואס דאס מיינט אז אלע בתי חינוך האבן זיך צוגעשטעלט (צו וואס?) עס ווערט נאר קלארער אז דיין ציהל איז רעדן און רעדן און רעדן וועגן רעב אהרן און די זאגסט קלאר אז די ווארטסט פון מיר די זעלבע. איך האלט נישט דערביי בפרט ווען איך ווייס ניטאמאל פון וואס די מדובר איז.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2012 20:10 לינק ישיר 

נפל כתב:
איך האב קיין אהנונג פון וואס די רעדסט, איך האב אנגעפרעגט ביי מיין בני בית און זי ווייסט אויך נישט. לויט דיינע תשובות איז קלאר אז די אליינס ווייסט אויך נישט. דעריבער פארשטיי איך נישט וואס דאס מיינט אז אלע בתי חינוך האבן זיך צוגעשטעלט (צו וואס?) עס ווערט נאר קלארער אז דיין ציהל איז רעדן און רעדן און רעדן וועגן רעב אהרן און די זאגסט קלאר אז די ווארטסט פון מיר די זעלבע. איך האלט נישט דערביי בפרט ווען איך ווייס ניטאמאל פון וואס די מדובר איז.


איך וועל עס איבערזאגן ווי א צעבראכענע טעיפ רעקארדער. אלע בתי חינוך האבן זיך צוגעשטעלט צו "שטיצן רויז טעג", ווייל עס איז א גדר פאר צניעות און קדושה.

חוץ איין מוסד. ואידך זיל גמור!

אזוי ווי דו ווייסט דאך נישט פון וואס איך רעד, האסטו צוויי גרינגע ברירות:

1) פרעג דיין שוואגער
2) איך מיין אז עס איז אריין אין דער איד, די וואך, פ' ויקרא תשע"ב. פרעג זיי וואס דאס מיינט.

א דאנק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2012 02:12 לינק ישיר 

מורי ורבותי, ווי די וואס ווייסן קענען מיך, בין איך ווייט פון זיין א חסיד פון ר' אהרן, אבער עס איז נישט מענטשליך צו נעמען יעדע זאך וואס ער טוט אויף (אדער וויל אויפטון) און אוועקמאכן. אומדירעקט האט איר אלע הנאה פון די חתונה תקנות, אמת? אלע חתונה מאלס, און פילע זאלן, שטעלן זיך צו א דאנק די תקנות, איז פארוואס סתם שימפן? איר קענט זאגן ער טוט עס להגדיל שמו, לכבוד עצמו הוא דורש, בלא בלא, אבער ביטע, רעדט צו דער זאך!!

לענינינו - איך בין שטארק אינוואלווד אין דעם ענין (איך ארבעט ערגעץ אין די דאסטערס אינדוסטרי) און איך קען אייך אזויפיל זאגן - ס'איז נישט קיין שטותים! עס איז געווען א מאנגל אויפן מארקעט אין אמת'דיגע כשר'ע סחורה, יא, אפילו פאר די דאזיגע וועלכע האבן באמת געוואלט גיין צניעות'דיג (ס'איז געווען עפעס, אבער גאר א שטארקער מאנגל). עכ"פ סוחרים (פאבריקאנטן און און סטאר פארקויפער) האבן אויף אלעם געזאגט "דאס איז גוט","יענץ איז אויך גוט". א.א.וו. תירוצים שונים.

דאס איז געענדיגט. עס איז אצינד פאראן א וועד פון חשוב'ע פרויען, וועלכע קומען אראפ צו די פאבריקאנטן (אדער שיקט מען זיי א סעמפל), און יעדעס דאסטער וואס וויל א הכשר, מוז נאכקומען געוויסע סטאנדארטן, ווי צב"ש נישט קיין קלעבעדיגע סחורה, די פיט דארף זיין צניעות'דיג פאר א עוורידזש פרוי, און די סטיל דארף זיין איידל, וכדו'. בקיצור בס'איז נישט נוגע גענוי פאר מענער, ס'געהערט פאר די פרויען. און פליז לערנט אייך אויס, גיוו קרעדיט ווען קרעדיט איז דאא! אויב וועט איין איד האבן איין נסיון ווייניגער, האט זיך אלעס געלוינט! (און יא, ר' אהרן וועט באקומען שכר דערויף)

הערט אויף מיט די נארישע מחלוקת און קינדערישע קליינע מוחות. קיינער פארדינט נישט דערפון, נאר דער שטן. ביג טיים!!  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2012 03:31 לינק ישיר 

קיינער זאגט נישט עס איז א שלעכטע זאך, אדרבה זאל ער ווייטער פאררעכטן די וועלט און טאקע אנהייבן בייי זיינע אייגענע מענטשן און אז עס גוט זאל מען עס פארשפרייטן, פונקט ווי ווען מען פרובירט סיי וועלכע נייע זאך דאן געט מען עס צום ערשט פאר בהמות און נאכדעם אז מען זעט אז אויף די בהמות האט עס געארבעט הערשט דעמאלט געט מען עס אויך פאר מענטשן. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2012 17:06 לינק ישיר 

קעציל.

פינקט ווי רביה"ק בעל דברי יואל האט צו ערשט געהייסן מאכן "פאלם" פאר די בהמות.
און פינקט ווי רביה"ק בעל דברי יואל איז געווען דער ערשטער וועלכער האט געהייסן פארן קיין יומא אריזאנא, לצורך מצות מהודרים, אויך פאר בהמות.

מיר טוען אויך אזוי. און איר אויפגעקלערטע מאכט חוזק און ליצנות.


איך טראכט נאר צו מיר, איז נישט דאס געווען דער דרך פון גייגער, דעסויער, חארינער, סמולענסקי, ראפאפורט און אלע אנדערע כופרים ימח שמם.

קעציל,
דיין ליצנות מאכט מיך נאר שטערקער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2012 19:35 לינק ישיר 

אינטרעסאנט,

אין "דער איד" די וואך איז דא א פול-פעידזש אדווערטייזמענט פאר די דאסטערס-הכשר "ראוז טעג".

וואס איז פשט? בעל כרחך יענה אמן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הכשר אויף פאנדשעלאוס, מה זה?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.