בית פורומים אידישע געדאנק

דער ברך משה זצוק"ל זאגט: מה בין בני לבן חמיו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/3/2012 21:11 לינק ישיר 

וואלןסח

האסט א קשיא פרעג בעסער דיינע קעלבער. דאס איז א פאקט וואס ענק מוזן פארענטםפערן!

טאקע "דאס" ווייזט אז מיט אן אהרוני קען מען נישט פירן קיין וויכוח, ווייל דאס האבן די בעלי דבר נישט געלייקענט בשעת מעשה, זיי האבן עס נאר פרובירט צו פארוואסערן אז מען מיינט דעם גבאי'ן אבער נישט דעם רבי'ן. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 21:28 לינק ישיר 

עכטער_חסיד כתב:
לאנצוט

דו קוקסט מיר ארויס ווי איינער פון דעם פרישן דור וואס געדענקט שוין אפילו נישט די גאנצע מערכה
איך בין נאך געווען ביי די לעכטיגע טישן פון הייליגן דברי יואל זי"ע. אלזא פראביר נישט צו געסן ווי אלט איך בין.

דאס אז דער רבי האט ממנה געווען דעם סאטמארער רבי'ן מהרי"י שליט"א אלס רב אין די קהילה אין וומס"ב, האבן אומצאליגע מענטשן געהערט פון אים פערזענליך, און וואס דארף מען מער פון דעם, אז דיין רבי האט אין יענע תקופה כסדר אריינגעשיקט זיינע קעלבער מיט טעיפרעקארדערס אין די טאשן צו רעקארדן ווי דער רבי זצ"ל זאגט כאטש איינמאל אז נישט ער האט ממנה געווען, אבער דאס איז אים קיינמאל נישט געלונגען. (אויב וואלט געווען כאטש איין אזא טעיפ, וואלט עס שוין לאנג אויפגעשפילט געווארן, לכה"פ ביים אלף שעמאס...).-

זאג נאר, לויט דיר וואס האט באדייט דער "עיקר שכחתי" געמיינט? אפשר טאר מען נישט רעדן דערפון, ווייל ס'איז ליידער א בזיון פאר ר' משה פריעדמאן און פאר כ"ק אדמו"ר מהרז"ל? איך האלט אנדערש.

איך האלט אז דאס איז די הכתרה, "עיקר שכחתי".

עיקר שכחתי מיינט:
איך בין אומשולדיג!
איך האב גארנישט געטאן.
איך האב נישט געמאכט קיינעם פאר רב, און קיינעם נישט פאר ממלא מקום!

ולדעתי, איז דאס די הויפט סיבה פארוואס כ"ק אדמו"ר מהרז"ל וויל נישט קומען צו דין תורה פאר קיין שום פרייז אויף דער וועלט, והא ראי' אז ווען ער האט גערופן די אייניקלעך פון ברך משה צו דין תורה (ביי די פעמיליע קאורט) האט ער זאפארט צוריקגעצויגן, ווען זיי האבן געענטפערט זיי זענען "מסכים צו גיין תיכף ומיד".

זייט שפלות האט זיך בא'שפלט, האט זיך נאך אז שפל נישט גע'שפלט.

ביסט מכובד צו ענטפערן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 22:38 לינק ישיר 

לאנצוט!! דו מוזט שוין מסתמא זיין אן אלטע פערד... זאג מיר ביטע, ווען העסטו זיך זעצן לערנען...
(אפשר אין לאנצוט איז דער מנהג צו זיצן אויף היידפארק!!!)

אגב לאמיר דיר נאר זאגן איין זאך:

"הלכתא למשיחא" וכו' מיינט: איך מאך דיר נישט פאר רב הצעיר
בלייב אין מאנראו, לאז אפ מיט די אלע געשעפטן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 22:40 לינק ישיר 

שמעלקע.
קודם זעה אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן אויף "עיקר שכחתי".
נישט קיין פעלער, ווייל קלוגערע פון דיר "בלייבן שטיל"....

יעצט לענין פון הלכתא למשחא איז שוין נישט קיין קשיא: כאן קודם העצען, כאן לאחר העצן.

נאך עפעס שווער מיין ליבער שמעלקא?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 23:05 לינק ישיר 

לאנצוט אז דו ווילסט וועלן מיר דאס דיסקוטירן אין אישי, ווייל דיין ציל (אזוי זע איך עס) איז פשוט צו בארעיכטיגן דיין רביס שייגעץ שטיק דוך מבזה זיין דעם רבין דער ברך משה זצ"ל.


אבער אויף דיין צווייטע טענה בנוגע דין תורה. אפשר ענטפערסטו פארוואס דיין רבי וויל נישט גיין צו דין תורה? פארוואס האט ער ארומגעפירט דעם אידישן שופט שמידט ווען ער האט אים פארגעשלאגן א דין תורה אויף די גאנצע וועלט???? 

און אדרבה, ווען זענען די אייניקלעך געווען גרייט צו גיין צו דין תורה??? 

דיין רבי קען נאך יעצט קומען צו דין תורה! נישט ער זאל שיקן זיינע קעלבער שרייען דין תורה, דער סאטמארער רבי מהרי"י שליט"א איז גרייט צו גיין צו דין תורה מיט זיין ברודער אן קיין פארמיטלער!

נו, פארוואס ווארט דיין רבי????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 23:30 לינק ישיר 

עכטער_חסיד כתב:
לאנצוט אז דו ווילסט וועלן מיר דאס דיסקוטירן אין אישי, ווייל דיין ציל (אזוי זע איך עס) איז פשוט צו בארעיכטיגן דיין רביס שייגעץ שטיק דוך מבזה זיין דעם רבין דער ברך משה זצ"ל.

דו מאכסט זיכער א טעות. ווייל קיינער איז חלילה נישט מבזה דעם הייליגן ברך משה זי"ע. דאס אז ער האט געזאגט "עיקר שכחתי" איז זיין גרעסע שבח, אז ער איז ליידער נישט געזונט געווען. מ'איז מבזה די וועלכע האבן אים מבזה געווען. יא. דאס בין איך מודה.
-
-
אבער אויף דיין צווייטע טענה בנוגע דין תורה. אפשר ענטפערסטו פארוואס דיין רבי וויל נישט גיין צו דין תורה? פארוואס האט ער ארומגעפירט דעם אידישן שופט שמידט ווען ער האט אים פארגעשלאגן א דין תורה אויף די גאנצע וועלט???? 

האסט אפשר א דאקומענט צו שטיצן דיין ארגומענט, אדער סתם היידפארק מעשה'לעך.
לאנצוט ווייסט גענוי פארקערט. און איך ברענג נישט אויף, פשוט ווייל איך האב נישט קיין דאקומענט צו צייגן. אלזא איז עס א ווארט קעגן א ווארט.

לאמיר זאגן אז צד מהר"א וויל מאכן עקסטערע דין תורות, זענען זיי נישט גערעכט? שמועס אויס. נישט סתם מסרב לדין.
דאס איז נאר א "לאמיר זאגן"? א לשיטתך. וואס אפילו לויט דעם זענען די ארונים לדעתי כשר גערעכט. פארוואס?

פארוואס, ווייל יעדער איז מודה אז "וויליאמסבורג" איז דער שליסל. דארט האט מען געווארפן ראשי קהילה, קרית יואל און בארא פארק באלאנגען ביידע אונטער וויליאמסבורג (צענטראל").

ממילא פארשטייט יעדער גלייכער מענטש אז "קודם" זאל מען סעטלען וויליאמסבורג, ווען איז מ'איז פארטיג, וועט מען גיין ווייטער. מ'קען נישט מאכן איין טשולענט קוגל, אריינמישן דעם עיקר מיט'ן טפל און דן זיין.
און אדרבה, ווען זענען די אייניקלעך געווען גרייט צו גיין צו דין תורה??? 
ווען כ"ק אדמו"ר הגה"ק מהרז"ל האט געשיקט אן הזמנה דורך התאחדות אין תשס"ה האבן זיי האבן צוריקגעשריבן אז זיי זענען גרייט אומר ועושה. אבער אבער אבער אבער... כ"ק אדמו"ר מהרז"ל שליט"א איז נעלם געווארן פון די ארענע. און מ'זוכט אים נאך ביז היינט ער זאל זיך שטעלן צו דעם דין תורה וואס ער האט גערופן.

עכטער חסיד טייערער, אויב דו טרעפסט כ"ק אדמו"ר מהרז"ל קענסטו אים ביטע איבערגעבן דעם מעסעדזש אז די אייניקלעך וואס ער האט גערופן צו דין תורה זענען וויליג זיך צו שטעלן היינט: (היום אם בקולו תשמעו), ושכרך הרבה מאוד.
דיין רבי קען נאך יעצט קומען צו דין תורה! נישט ער זאל שיקן זיינע קעלבער שרייען דין תורה, דער סאטמארער רבי מהרי"י שליט"א איז גרייט צו גיין צו דין תורה מיט זיין ברודער אן קיין פארמיטלער!

זייער גוט עכטער חסיד טייערער, ביטע זאג עס פאר הרה"ח ר' יוסף גאלדבערגער פון קרית יואל, וועלכער האט אים געגעבן דעם שליחות פון הרה"ח ר' בערל יאקאבאוויטש כהאי לישנא: בערל יאקאבאוויטש האט גאראנטירט אז ר' אהרן שרייבט אונטער שטרי בירורין, אויב דער רבי שרייבט אונטער....

ער האט באקומען דעם זעלבן ענטפער ווי די אייניקלעך ביי די התאחדות דין תורה.

דו ווייסט פארוואס: וועגן עיקר שכחתי, און וועגן די צוואה און וועגן נאך סיבות, וואס צוליב דעם האבן אים זיינע "פראפעשאנעלס" געזאגט: נישט גיין צו דין תורה.
נו, פארוואס ווארט דיין רבי????
קוק פריער ביטע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2012 03:05 לינק ישיר 
לאנצוט, דאס איז אויך א היידפארק מעשה?

http://www.yousendit.com/download/M3BrT2pPZ2pmVGJyZHNUQw



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2012 03:08 לינק ישיר 
דא האסטו ווי חיים לעזער גראס וויל אז עס זאל זיין שכחתי אבער דער ברך משה לאזט זיך נישט מיטן תירוץ אז ער האט גענוג אין מאנרא אין גענוג קעגענערס......

https://rcpt.yousendit.com/1436784350/f2b84c5671d70f208cad217913fead71



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2012 03:33 לינק ישיר 
לאנצוט. ביסט מכובד דאס אויך צי באטיטלען אלטס א היידפארק מעשה

https://rcpt.yousendit.com/1436805142/a3c4d12d90e8b031aa5f772706be53f2



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2012 13:25 לינק ישיר 

אוי!! וואס מער איך הער עס איבער שטיי איך אין איך שטוין, וויאזוי קען א קינד פון א טאטן א רבן של ישראל, אזוי מבזה זיין א טאטן, מאכן פורים, אין דער צייט וואס דער טאטע ווייזט אים מיט קלארע ווערטער אז רב הצעיר פלאן איז נישט גילטיג נאר בין הזמנים (כחכח), אבער ער פארשטייט נישט קיין מאמע לשון, און פראבירט מיט אלע כוחות אז דער טאטע זאל אנוואונטשן דעם טאטן'ס ברכות, און ער ענטפערט אים על אפו ועל חמתו...

און לדעת לאנצוט ווייזט נישט דער ברך משה וואס עס טוט זיך מיט זיך, ס'איז אזוי ווי דו זאלסט מיר זאגן אויף טאג נאכט און נאכט טאג, און לאמיר דיר פרעגן לו יהא ווען די ברך משה וואלט יא צוגעשטימט צום רב הצעיר פלאן, דעמאלט'ס וואלט געהייסן און די גאסן אז דער ברך משה האט אים געשטעלט, איי ער וייסט דאך נישט בין ימין לשמאל (תיקו).

יעצט לאמיר גיין לדעת לאנצוט ורבו הטמא, אז דער ברך משה האט נישט געוואוסט וואס טוט זיך, איז ווי איז דאס ישרות פון אהרן טייטלבוים צו גיין מפרסם בחוצות העיר אז דער טאטע האט אים ממנה געווען אלס "אב"ד דקהלתינו הקדושות" און וועט אויפטרעטן ביים דרשה חוה"מ - הכתרה, אין דער צייט וואס דער טאטע האט אים קלאר געזאגט אז ער וויל דאס נישט...

שומו שמים, איין מסקנא ווי דער אשכול הייבט זיך אן: דער ברך משה זי"ע זאגט: מה בין בני לבן חמיו..

מענדל האגער כאטש ער האט געקענט זאגן אז דער טאטע ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך, און לעולם בין איך רבי אין וויזניץ
פונדעסטוועגן שתק ולא אמר כלום, וכולו יאמר לו כבוד. (איך רעד נישט פון די התנהגות פון ר' ישראל במשך די 18 יאר, זיך נוהג צו זיין בכבוד אביו ואמו).

משא"כ דער אהרן ט"ב וואס זיין טאטע האט אים געזאגט במלוא מובן המילה ברחל בתך הקטנה אז דו ביזט נישט בעה"ב אין סאטמאר, אין איך שטעל  ר' זלמן לייב אלס רב אין וויליאמסבורג, האט אים מבזה געווען אין געטוהן שלא כרצונו...

ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת וחיי עולם נטע בתוכינו...

  




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2012 16:28 לינק ישיר 
ירא הקהל וישפוט למי החותמת ולמי הפתילות!!

 

תוכן השמועס באסיפת הקהל אצל

מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע

 

אהרן ט"ב: ס'איז געווען דא אין קהל'ס אפיס א מיטינג, מ'האט מיך אריבערגערופען, און דער ראה"ק ר' בערל און דער ראה"ק ר' יענקל און אנדערע חברי הקהלה און מ'האט געזאגט אז אזוי ווי ביים טאטן איז א טובה, ווינטער איז זייער קאלט דא, גרויסע קעלטן אין ניו יארק, מוז מען אוועקפארן לצורך הבריאות, ווי ס'איז ווארימער, און זומער איז אפי' ווען ס'איז פרילינג איז אין קרית יואל גוטע לופט א גארטן מיט א הויף, ס'איז לטובה פארן טאטנ'ס בריאות, אז דער טאטע זאל זיין דארט.

נא, איז קהל אין דער גאנצע ציבור איז אלעס מוותר, כאשט דער גאנצע עולם ווארט און מ'איז משתוקק אז דער טאטע זאל זיין דא אלע חדשים, און קומען אין ביהמ"ד דאווענען, פירן טיש, און אלעס אזוי ווי ס'איז געווען אמאל, אבער אז ס'איז בעסער פארן טאטן אזוי, איז די היזיגער קהלה אלעס מוותר, און דער טאטע זאל זיין ווי ס'איז באקוועמער, און ווי אזוי ס'איז בעסער.

למעשה איז אז ס'שטעלט זיך ארויס, אז די היזיגער קהלה בעט אז ס'זאל זיין עמיצער וואס זאל זיין דא און צוהעלפן, ממילא איך בין דא געווען יו"ט, און מ'האט מיר געבעטן, און מ'האט מיר געזאגט אז איך מוז אריינקומען יעדן שבת, ביז ווען די עולם צופארט זיך, און אינמיטן די וואך אויך דא זיין כפי הצורך דא אין שטאט, מ'זאל קענען זיין זאכן קענען ברענגן פארן טאטן גריסן.

רבינו: דאס איז דאך אלעס גוט בין הזמנים,

אבער ביזט דאך צוגעבינדען צו דער ישיבה!!

 

אהרן ט"ב: יעדער זאך העט מען מוזן אריינטראכטן,

איך האב נאך נישט אויף אלעם קיין...

 

רבינו: משיח וועט קומען ביז דעמאלט'ס,

ס'איז דאך דעמאלטס "הלכתא למשיחא" (הקהל צוחקים)

 

אהרן ט"ב: דער טאטע זאל אנוואונטשן די טאטן'ס ברכות.

 

רבינו: אז משיח זאל קומען.. (הקהל צוחקים)

 

אהרן ט"ב: דאס אויך דאס אויך, סייעתא דשמיא און הצלחה אויף אלעמען.

 

רבינו: די אייבישטער זאל העלפן, מ'מיינט דאך נישט קיין אייגענע אינטרעסן.. וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור באמונה הקב"ה ישלם שכרם, און ווער ס'איז נישט עוסק בצרכי ציבור דער נישט?, נאר דער וואס איז נישט עוסק בצרכי ציבור באמונה, דער נעמט זיך אליינס, וכו' וכו'. (הקהל צוחקים).




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2012 16:41 לינק ישיר 

איך האב שוין געענטפערט אויף דעם: כאן קודם העצען, כאן לאחר העצען.
ממילא איז אלעס אזוי שיין פארענטפערט כמין חומר.

אבער די קשיא פון "עיקר שכחתי", וואס דארט האט דאך קיינער נישט געהעצט אז ער זאל עפעס פארגעסן אז ער מאכט א הכתרה פאר "בנו יקירו", "בנו חביבו", וואס ער קוקט אזוי שטארק ארויס אויף דעם. ער זיצט דערביי, ער הערט די פלאמפייערדיגע דרשות אז מ'נעמט אויף זיין זון פאר רב אין וויליאמסבורג, און ער ווייסט נישט צו זאגן קיין איין ווארט בשעת ער שטעלט זיך אויף רעדן.

איך בין וויליג דיר צוזאגן:
אויב דו קענסט דאס פארענטפערן גיב איך דיר א קוויטל מיט א שיינעם פדיון.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2012 20:35 לינק ישיר 

אינטערעסאנט אבער אז וויפיל דער ברך משה האט נישט געוויסט וואס טוט זיך מיט זיך, און וויפיל עיקר שכחתי'ס ער האט צוזאמגעווארפן, האט ער קיינמאל אפילו בטעות נישט געזאגט אפילו פאר איין בר נש אז ער וויל ר' אהרן זאל זיין ממלא מקומו, אדער עכ"פ רב אין וויליאמסבורג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2012 20:46 לינק ישיר 

סענעטאר גוט געזאגט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2012 21:19 לינק ישיר 

סענעטאר כתב:
אינטערעסאנט אבער אז וויפיל דער ברך משה האט נישט געוויסט וואס טוט זיך מיט זיך, און וויפיל עיקר שכחתי'ס ער האט צוזאמגעווארפן, האט ער קיינמאל אפילו בטעות נישט געזאגט אפילו פאר איין בר נש אז ער וויל ר' אהרן זאל זיין ממלא מקומו, אדער עכ"פ רב אין וויליאמסבורג.


האט מען דען אריינגעלאזט איינעם רעדן צו אים, אן העצן פריער???
מיט וועמען שפילסטו האקי? איך קען דעם ברך משה פון אלע יארן, און איך אויך ליידער ווען ער איז שוין נישט געזונט געווען. ער איז געווארן "אפגעשלאסן". סאו וועמען טרייסטו צו פארדרייען דעם קאפ?

איך ווייס אז ס'איז דא א טעיפ ווי מ'הערט איינעם (א יונגאטש ליידער) העצן דעם ברך משה (איך ווייס וועמען), ווייל ער ווייסט אז ר' יוקל גראס דער קרוב פונעם ברך משה וויל קומען באזוכן און ער וועט וועלן רעדן פון די פרשה.

אלזא, פון דעם ענין האב איך נישט ליב צופיל רעדן, ווייל איך בין "ליידער" זייער גוט באקאנט, און עס רייסט מיר שטיקער וואס מ'האט געטאן מיט דעם צדיק אמת.

גלייב מיר, איך האב זייער אסאך סחורה וואס איך ווייס בידיעה ברורה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דער ברך משה זצוק"ל זאגט: מה בין בני לבן חמיו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 ... 11 12 13 לדף הבא סך הכל 13 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.