סענאטער, אויף דעם וועל איך זיך נישט טענה'ן, איך בין מסכים אז אז דאס מאל ביסטו גערעכט. אבער דו האלסט אז א סיי וועלכער רב וועלכער נעמט אזעלכע מעדיצינען מעג פסק'ן שאלות?
איך ווייס פון גרויסע רבנים, וועלט'ס פוסקים, וועלכע האבן אמאל געשאקלט די וועלט מיט זייער פסק הלכה, טארן היינט מער קיין שאלות נישט פסק'ן, ווייל זייער קאפ איז נישט אזוי קלאר ווי עס דארף צו זיין וד"ל. (וועלכע לעבן נאך היינט אתנו עד מאה ועשרים שנים).
אגב צי ווייסטו אז הגאון האדיר פוסק הדור הרב וואזנער שליט"א לאזט זיך פארהערן דורך דיינים שאלות בהלכות יורה דעה ואבן העזר יעדעס יאר, און וויל וויסן צי "ער מעג פסק'ן" אדער נישט?
איך וויל נישט אויסרעכען קיין נאמען פון א פוסק הדור, וועלכער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג עד יומו האחרון, א פוסק הדור בה' הידועה, און ער האט מער נישט געקענט פסק'ן קיין שאלות בימי זקנתו, כאטש ער האט געקענט רעדן און דאווענען פאר'ן עמוד. - יעדער סאטמאר איד העכער די 50 האט אים גוט געקענט. מער קיין רמזים גיב איך נישט.
נשלח ב-29/3/2012 00:09
איז דא איין רב וואס האט עוועליועטעיד דעם ברך משה און דערנאך געשריבן א פסק אז ער האט א דין ווי א שיכור?
איך בין זיכער אז דו ביסט 100 מסכים לדברי, נאר דיין פאליטיק שטערט דיר. ווייל קיינער איז נישט מחולק אין דעם. א מענטש וואס נעמט מעדיצינען פאר'ן מח, קען נישט פסק'ן קיין שאלות. פינטל.
עס שמעקט דיר נישט צו הערן, ווייל עס גראבט אינטער דעם עקזיסטענץ פון דיין פארטיי ! אבער דאס איז שוין דיין פראבלעם.
נשלח ב-29/3/2012 00:20
והוא הדבר אשר דברנו, דער חילוק צווישן סאטמאר און וויזניץ. אין וויזניץ וואלט דאך ר' מענדל פונקט אזוי געקענט טענה'ן אז דער רבי האט געהאט א דין שיכור ווען ער האט צוריקגעברענגט ר' ישראל, און אז די שטוב מענטשן האבן אים געהעצט קעגן ר' מענדל, האט ער אלעס פארשוויגן אבי נישט צו מבזה זיין דעם שיכור'דיגן קאלעכיגן פאטער. משא"כ ר' אהרן האט פארשטאנען אז ווילאנגט דער טאטע איז ניכטער און זאגט וואס ער וויל הערן, איז דער טאטע טאטע, איינמאל ער גייט נישט אין שפאן באקומט ער א דין שיכור און אלעס בלייבט ווי ר' אהרן וויל.
נשלח ב-29/3/2012 00:36
סענעטאר, גערעכט, אבער נישט גערעכט. לאנצוט איז מצד מהרי"י וועלכער האלט זיך אינמיטן אפשאקלען פון זיי.
אין וויזניץ האט מען נישט אויסגענוצט דעם רבי'ן נישט צו גיין צו חתונות פון זיינע אייגענע אייניקלעך.
וואס ביי ר' ישראל האגער'ס קינדער איז ר' משה'לע געווען?
אין וויזניץ האט מען נישט דעם רבי'ן געזאגט ער זאל זאגן אז מענדל איז א בן סורר ומורר און א פגום וכו'.
נאר א דרשה אויף ר' ישראל אין ביהמ"ד אז ער מאכט מיך קראנק און ער וויל מיך פירן שאולה אויב עס איז אונטערסאנט, וועל איך אריינסקענען א בריוו ווי דער וויזניצער רבי זצ"ל שרייבט בכת"י אז ר' אהרן האט עם אונטערגעהעצט קעגן ר' ישראל.
אין וויזניץ איז נישטא קיין טעיפס ווי מ'הערט האקן אויף מענדעלע. ניין. קיין איין טעיפ איז נישטא. אין סאטמאר איז דא הונדערטער קאסעטעס וועלכע מ'הערט דערויף ווי נישט קיין צווייטער פון כ"ק אדמו"ר מהרז"ל, זיין ברודער הצדיק רבי ליפא, דעם משב"ק עבד לעבדי ה' ר' משה פריעדמאן האקן יומם ולילה, דערנאך דעם משב"ק רבי עזריאל גליק האקן און פארקויפן לשון הרע טאג און נאכט.
עס איז נישטא אפילו איין טעיפ ווי מ'הערט דעם סאטמארער רבי'ן שליט"א האקן אדער אונטערהעצן זיין טאטן אויף זיין ברידער ר' אהרן, אדרבה ברענג עס דא און לאמיר הערן, אנדערש ביסטו א פאלנער שקרן. דאקעגן אין וויזניץ האט ר' אהרן אונטערגעהעצט זיין שווער אויף זיין שוואגער ר' ישראל.
אלזא וואס ביזטו מדמה צו וויזניץ. כ"ק אדמו"ר מהרז"ל און זיינע שלוחים האבן איינגעטינקען דעם ברך משה ללעג ולקלס און אים געמאכט זאגן "עיקר שכחתי".
אן אלטער איד זאל זאגן ביי זיין דרשה "והעיקר שכחתי" זיך דערמאנענדיג אז ער האט עפעס פארגעסן, מיינט עס אז ער געדענקט פון זיך אלעס.
נשלח ב-29/3/2012 09:45
יוסף90
איר האט א רעקארדירונג אז מהר "א העצט זיין שווער קעגן הרה "צ ר ' ישראל ?
שטעלט דאס אהער דא ביטע
איך גלייב נישט אויפן ווארט
נשלח ב-29/3/2012 09:47
מיט אנטשולדיגונג
איך כאפ יעצט וואס איר זאגט
אז איר האט א בריוו דערוועגן
נו אדרבה שטעל עס ארויף
נשלח ב-29/3/2012 16:20
נאכאמאל
עס איז דא א בריוו פון ר' אהרן צו ר' משה'לע אז ער זאל צוריק אריינעמען זיין זון ר' ישראל לחיקו לביתו נאוה
אויף דעם האט עם ר' משה'לע גענטפערט מיט א בריוו בכתב ידו (די גאנצע בריוו), אז איך ווייסט נישט פארוואס די שרייבסט מיר אזא בריוו, ווען די ביסט געווען וואס די ביסט מיר געקומען דערציילן וואספארא שלעכטער מענטש ישראל איז.
יא מר "אישור" ס'איז דא אזא בריוו, ס'ליגט ביי מיינע אריכיעוו'ן און איך וועל עס ארויפשטעלן.
נשלח ב-29/3/2012 17:26
יוסף90 כתב:
ר' לאנצוט שרייבט ווי פאלגענד:
אין וויזניץ האט מען נישט אויסגענוצט דעם רבי'ן נישט צו גיין צו חתונות פון זיינע אייגענע אייניקלעך.
וואס ביי ר' ישראל האגער'ס קינדער איז ר' משה'לע געווען? -אנטשולדיגט מיר. ווען דער ברך משה ווארפט ארויס רבי אהרן תשמ"ג האט איינער טענות. אבער ווען ער ווארפט אים תש"ס, ווען אלע טעיפס ווי מ'העצט אים זענען דא. און אלע מעדיקעל רעקארדס צייגן אז דער ברך משה איז שוין ליידער נישט געווען דאהי, וואס ענטפערסטו שלא מן הענין.
דעם ברך משה האט מען אוועקגעריסן פון זיינע קינדער'ס חתונות 7 יאר. וואס א רציחה נוראה.
אין וויזניץ האט מען נישט דעם רבי'ן געזאגט ער זאל זאגן אז מענדל איז א בן סורר ומורר און א פגום וכו'.
נאר א דרשה אויף ר' ישראל אין ביהמ"ד אז ער מאכט מיך קראנק און ער וויל מיך פירן שאולה אויב עס איז אונטערסאנט, וועל איך אריינסקענען א בריוו ווי דער וויזניצער רבי זצ"ל שרייבט בכת"י אז ר' אהרן האט עם אונטערגעהעצט קעגן ר' ישראל. - איך גיב דיר טויזענט דאלאר פאר דעם בריוו. נישטא אזוינס. ראשית ווייל אלע איידימער האבן אים געשריבן דעם בריוו, נישט נאר רבי אהרן. שנית, ווייל ער ענטפערט נישט אזוי. יוסף 90 בתפארתו.
אין וויזניץ איז נישטא קיין טעיפס ווי מ'הערט האקן אויף מענדעלע. ניין. קיין איין טעיפ איז נישטא. אין סאטמאר איז דא הונדערטער קאסעטעס וועלכע מ'הערט דערויף ווי נישט קיין צווייטער פון כ"ק אדמו"ר מהרז"ל, זיין ברודער הצדיק רבי ליפא, דעם משב"ק עבד לעבדי ה' ר' משה פריעדמאן האקן יומם ולילה, דערנאך דעם משב"ק רבי עזריאל גליק האקן און פארקויפן לשון הרע טאג און נאכט.
עס איז נישטא אפילו איין טעיפ ווי מ'הערט דעם סאטמארער רבי'ן שליט"א האקן אדער אונטערהעצן זיין טאטן אויף זיין ברידער ר' אהרן, אדרבה ברענג עס דא און לאמיר הערן, אנדערש ביסטו א פאלנער שקרן. דאקעגן אין וויזניץ האט ר' אהרן אונטערגעהעצט זיין שווער אויף זיין שוואגער ר' ישראל.
סופרייז. עס זענען יא דא טעיפס. די וועלכע האבן עס געהערט זאגן. און צו זאגן אז זיי זענען שקרנים איז גרינג, אבער למעשה האבן זיי שוין דעליווערט טעיפס ווי מ'הערט ר' שאול פערלשטיין האקן און העצן און אויך רבי עזריאל גליק הערט מען ווי ער האקט און העצט. אלזא גלייב איך אז ווען זיי זאגן אז זיי האבן, האבן זיי.
אלזא וואס ביזטו מדמה צו וויזניץ. כ"ק אדמו"ר מהרז"ל און זיינע שלוחים האבן איינגעטינקען דעם ברך משה ללעג ולקלס און אים געמאכט זאגן "עיקר שכחתי".
אן אלטער איד זאל זאגן ביי זיין דרשה "והעיקר שכחתי" זיך דערמאנענדיג אז ער האט עפעס פארגעסן, מיינט עס אז ער געדענקט פון זיך אלעס. - ער האט "עפעס" פארגעסן... ער האט נישט פארגעסן שטיקל עצי חיים וועלכע סדרה עס איז. ער האט נישט געוואוסט צי וועלכע מסיבה ער איז דא, און וואס די מסיבה דארף זיין. אז ער איז דא מכתיר זיין בנו חביבו פאר רב אין וויליאמסבורג. די וועלט פלאקערט, ער זיצט דערביי, אבער ער ווייסט נישט גענוי וואו ער איז און וואס דאס איז. - רבי יוסף 90, זאג עס ביטע איבער.
2. ביזטו מודה אז מ'האט טאקע געהעצט, אבער נישט כ"ק אדמו"ר מהרז"ל. מיר האבן געמאנט היינט גרויס פראגרעס.
3. לידיעתך, דער איינצגיסטער איידעם פון וויזניצער רבי'ן וועלכער האט אריינגענומען רבי ישראל האגער בשעת ער איז געווען אין גלות איז טאקע דער שייגעץ ר' אהרן טייטלבוים. אין תשנ"ו איז ר' מענדעלע האגער אנטלאפן פון די חתונה ווייל ר' אהרן האט געטאן א חוצפה נוראה און גערופן רבי ישראל'ן... נישט נאר ער פלעגט אים רופן צו זיינע שמחות, ער פלעגט אים שאפן הוצאות פאר די חתונות פון זיינע קינדער.
איך פארשטיי ר' יוסף90 אז איר וועט עס נישט קענען מודה זיין, אבער דאס איז דער אמת.
נשלח ב-29/3/2012 19:52
סענעטאר כתב:
והוא הדבר אשר דברנו, דער חילוק צווישן סאטמאר און וויזניץ. אין וויזניץ וואלט דאך ר' מענדל פונקט אזוי געקענט טענה'ן אז דער רבי האט געהאט א דין שיכור ווען ער האט צוריקגעברענגט ר' ישראל, און אז די שטוב מענטשן האבן אים געהעצט קעגן ר' מענדל, האט ער אלעס פארשוויגן אבי נישט צו מבזה זיין דעם שיכור'דיגן קאלעכיגן פאטער. משא"כ ר' אהרן האט פארשטאנען אז ווילאנגט דער טאטע איז ניכטער און זאגט וואס ער וויל הערן, איז דער טאטע טאטע, איינמאל ער גייט נישט אין שפאן באקומט ער א דין שיכור און אלעס בלייבט ווי ר' אהרן וויל.
איבער'חזר'ן נאכאמאל ווילאנג דער לאנצוט וועט כאפן. ר' מענדל האגער האט געהאט די זעלבע רעכטן (לשיטתכם) ווי ר' אהרן טייטלבוים צו זאגן אז דער טאטע איז שיכור, פארקאלעכט. אדער אפילו שיקן געטרייע אייניקלעך ארויסצוראטעווען דעם זיידן פון דעם טעראריסט הערשל כץ, אבער ער האט דאס נישט געטון ווייל ביי אים איז דא כיבוד אב און ביי ר' אהרן טייטלבוים נישט.
נשלח ב-29/3/2012 20:05
סענטאר, דא שטעקט דיין טעות. און איך זאג דיר עס אז דו זאלסט איינזען ווי קרום דו ביסט, און דו זוכסט נישט דעם אמת.
לדעתי ולדעת יעדן רעכט-דענקיגן מענטשן: ר' אהרן איז קיינמאל נישט געגאנגען קעגן טאטן. ער איז געגאנגען קעגן די וועלכע האבן מבזה געווען זיין טאטן. זיין טאטע איז נעבעך נישט געזונט געווען, ער איז געהעצט געווארן דורך די אנשי דלא מעלי, און דער ברך משה האט נישט געהאט קיין שום מעגליכקייט צו זאגן אנדערש ווי די אנשי רשע האבן געוואלט. און מ'האט קיינעם נישט צוגעלאזט צו אים, והדברים ידועים לכל.
און טאקע צוליב די זעלבע סיבה איז געגאנגען אין די "פאמליע קאורט" - נאר כדי אים צו ראטעווען פון די נעגל פון די בלוט-זויגערס (לדעתם). והם את נפשם הצילו.
דו טראכסט פאר א רגע אז מ'איז געגאנגען אין די פאמיליע קאורט פאר אנדערע סיבה?