|
|
| נשלח ב-29/3/2012 20:22 |
|
| |
הונדערט פראצענט אז ער איז געגאנגן אין קאורט קעגן די אנשי רשע וואס האבן געפייניגט זיין טאטן. דער נושא פונעם אשכול איז אבער "מה בין בני לבן חמיו", און עס ווערט ארויסגעברענגט אז טראץ דעם וואס ר' מענדל וואלט געקענט זאגן אז ער וויל באפרייען זיין טאטן פון די אנשי דלא מעלי און גיין אין קאורט לכבוד דעם, האט ער דאס נישט געטון. משא"כ דער תורה ריז און צדיק הדור אהרן טייטלבוים האט דאס יא געטון.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2012 20:27 |
|
| |
נו פיר אויס, מאן יימר אז ווען ר' מענדל וואלט עס יא געטאן וואלט עס געווען א עוולה?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2012 20:30 |
|
| |
מ'רעד דאך נישט פון מאן יאמר. מ'רעדט דא פון פאקטן. ר' מענדל האגער האט דאס נישט געטון נאר געשוויגן, און ר' אהרן טייטלבוים האט דאס יא געטון.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2012 20:32 |
|
| |
סענטאר... WOW א דאנק פאר'ן מודה זיין. עס קומט דיר א קאמפלימענט.
יעצט צו וויזניץ: אין וויזניץ האט קיינער נישט געהעצט דעם רבי'ן. ער האט אפגעמאכט אז ער וויל אים ווארפן מיט יאר צוריק, און ער האט אפגעמאכט אז ער אים וויל צוריקנעמען. הרבי נתן והרבי לקח. TOO BAD !
אין סאטמאר האט דער רבי דאס קיינמאל נישט געוואלט. דאס איז געווען די ארבעט פון די אנשי רשע. זיי האבן געמאכט א מחלוקה, אוודאי דארף מען זיי באקעמפן.
איך וואונדער זיך פארוואס ביסטו עס בכלל מדמה.
ובפרט אז אין סאטמאר איז ליידער דא קאסעטעס ווי מ'הערט אז מ'העצט דעם רבי'ן יומם ולילה און אין וויזניץ איז נישטא קיין איין טעיפ... טאקע ווייל קיינער האט נישט געהעצט.
גראדע האב איך שוין פריער געשריבן, אז ווען דער ברך משה וואלט אין תשמ"ג אפגעמאכט אז ער וויל אז הצדיק הקדוש רבי זלמן לייב שליט"א זאל זיין ממלא מקום, וואלט איך דיר קלאר געזאגט אז ר' אהרן איז א פארטיגער און טאר נישט קיין קעגן דעם רצון פון טאטן. אבער למעשה ווייסט מען פארקערט, אז ער האט אלעמאל יא געוואלט דעם עלטסטן זון.
ודי בזה
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2012 20:36 |
|
| |
וואס הייסט
דו ווילסטאך דא ארויסברענגען אז ר' אהרן איז א באנדיט פארן יא טוהן, און ר' מענדל א צדיק פארן שווייגן,
נו, פרעג איך דיר ווער זאגט אז ר' מענדל'ס שווייגן איז א גרעסערע צידקות ווי ר' אהרן'ס טוהן,
"אויב" האבן טאקע די גבאי אדמו"ר מוויזניץ ז"ל, איהם אויסגעפייניקט, און ר' מענדל וואלט עס ווען געקענט מונע זיין מיט א פעמילי קאורט אפשר וואלט ער ווען נישט געטארט שווייגן,
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2012 23:13 |
|
| |
איך האב יעצט געעפנט די לינק וואס "געלעכטער" האט געפּאוסט, ווי מ'הערט חיים לעזער גראסס דעבאטירן די רבנות. איך כ'האב עס געהערט דעמאלטס בשעתו. אבער יעצט איבערהערנדיג עס האט אויף מיר געמאכט א מורא'דיגן רושם.
איינס, ווי שטארק דע ברך משה בעקט די זאך און ס'גייט אים נישט אהן די כלומפרש'טע קאנועקענצן וואס חייםן לעזער סטראשעט אים אפ אז ס'וועט ברענדגען אויף די קהלה וכלשונו: ס'וועט ברענען א פייער, הינדערט יאר וועט מען עס נישט קענען פארלעשן... (מ'זעהט דעם בירך משה'ס ווייטע בליק ווייל אלעס איז נאר שענער און גרעסער זייט דאן. הגם ס'איז אמת אז דער פייער ברענט נאך, אבער, און א גרויסע אבער, 1) סברענט שוין נאר ביי די ליידיגייערס וואס זיכן דעם פייער. ביי די כוללים ישיבות ת"ת בעלי בתים ביהמ"ד איז נישטא קיין שום פייער אדרבה אלעס איז שענער געווארן זייט דאן. און ווייטער די ארונים וואס האלטן אז חסידות דארף זיין פארענטשעס פירסום בילדער און מה-יפית-געטענץ, נו, האבן זיי עס ווייטער און ווען נישט וואס זיי נעמען דעם ביר'כס צואה ווי מ'הערט עס קלאר אויף דעים טעיפ און זיי שלאגן זיך טאג און נאכט אויף יעדן בילדונג קעמפס וכו' וואלט שוין לאנג קיין פייער נישט געווען.)
צוויי: ווי שטארק ער איז נאך געווען דאן ביים באוואוסטזיין, כ'מיין איך ווער דיזי ווען איך הער עס און די בירך משה, ענטפערט יעדע זאך מיט א תקיפות און דערשרעקט זיך נישט פון חיים לעזער'ס טעמפער, און האלט זיך קיל, - די רבי'ס טשעפע "פאר שבועות מיינט פאר מתן תורה...? - די אבנארמאלע חוצפה וואס די ארונים האבן זיך אויפגעפירט כלפי דעם רבי'ן בפניו - ער האט נישט די גאטס צו טענה'ן פארן רבי'ן אז ר' זלמן לייב איז נישט גענוג גוט הפנים אז דאס איז אנגענימען, די פראבלעם איז נאר אז ס'וועט ברענגען מחלוקת - ער איז נישט בכח אפי' נאר צו טענה'ן אז ר אהרן איז די איינציגסטער און ער זאגט נאר אז ביז מאה ועשרים זאל זיין נאר די רבי, ווייטער זעהמיר אז ער פארטשייט אז ר' זלמן לייב איז דא שותף. - ווי שטארק די רבי האט אנגענימען אז די התמנות איז א מאסט און אז דאס איז א עת לעשות לד' און ער פרעגט חיים לעזער'ן : "ובמילא אז ענק האבן א פראבלעם דערמיט זאל איך אויפלייזן די קהלה?!" - קוקט ווי שיין די רבי רעדט צו אים אפי' ער איז מבזה אים פארנט פון אלע קהלה לייט, דאס הייסט גאלדענע מדות
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2012 23:14 |
|
| |
הערט עס און שטוינט!
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2012 23:20 |
|
| |
- די רבי'ס ווערטער "אז צדיקים האבן געזאגט אז ווי ס'איז נישט דא קיין מנהיג איז דער שטן דער מנהיג, און אז מ'זעהט דא אז דער שטן וויל שטערן דעם התמנות"
איז אויך ווערטער אוועקצולייגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2012 23:21 |
|
| |
די רבי פארציילט די מעשה אז דער יטב לב האט אויך ממנה געווען א זוהן און די רבי איז מדגיש "ער איז אויך נישט געווען י עלטסטע זוהן!"
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2012 23:26 |
|
| |
- די רבי פארציילט אז דער קדושת יו"ט איז גארנישט געווען ביז דער יטב לב איז אוועק, ער איז ביז דאן אלס געווען ימים טובים אין סאנז, און הערשט ווען דער יטב לב איז אוועק האט מען דאן געברענגט דעם קדושת יו"ט צום רבנות...
- אזו שיין מסביר אז די ציבור האט זיך זייער פארברייטער און ק"י איז אליין שוין א גרויסע שטאט, און דא אין וומס"ג דארף אויך זיין א מנהיג.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2012 23:32 |
|
| |
- די רבי איז מסביר אז אין וומסב"ג קען נאר אנהאלטן אז מ'וועט דא האבן א אייגענע כח! ובלשונו: "איך וויל אז דא זאל רבי זלמן לייב מיין זוהן זיין דער מנהיג. און ר' אהרן האט דאך אין ק"י שוין א גרויסע כח" מורא'דיג! און דאס האט אלעס געזאגט אין פארנט פון חיים לעזער גראסס און אלע ראשי קהלה און מנהלים אהן קיין צעטל! מיט אזא פשטות, מבהיל ווי ווייט די ארונים זענען געגאנגען קעגן אזעלכע קלארע פארשטענדליכע דיבורים. ער איז עס עס מסביר סיי רבי'ש (מיט די מעשה פון יטב לב) און סיי בעל-בת'יש (מיט'ן מסביר זיין אז ס'איז דא ק"י און וומסב"ג = צוויי גרויסע שטעט וואס יעדע איינס דארף האבן א מנהיג נאך וואס ס'איז זיך אזוי צווואקסן קעי"ה) אדרבה פרעגט חיים לעזער וואס ער זאגט דערצו.....
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2012 23:34 |
|
| |
- די רבי זאגט "ר' אהרן אין ק"י א גרויסע ישיבה, און ער האט שוין אפילו גרויסע חסידים(...) ער האט גענוג!"
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2012 23:35 |
|
| |
איין קשיא:
האט דער געטרייער משה גבאי אנגעהויבן אריינשרייען און באשייגעצן חיים אליזער גראס? לאז דעם רבי'ן שרייען!
דאס שרייען האט א טיפן באדייט, און דאס האט ער חשוב'ער גבאי גענוצט אלס אן אנטימידעישאן מיטל. אבער ווי איך האב שוין פריער געשמועסט באריכות מערערע מאל: כאן קודם העצען כאן לאחר העצן.
אגב, דער רבי זאגט דארט אז ר' משה יוסף איז געווען עלטער, למעשה איז ער געווען יונגער פון קדושת יום טוב.
דער עלסטער זון איז געווען דער קאלבאסובער רב הרה"ק רבי אברהם אהרן טייטלבוים, ער איז געווען א וויין סוחר לאנגע יארן. ערשט אין תרכ"ב איז ער נתמנה געווארן אלס רב אויף זיין שווער'ס ארט אין קאלבאסוב.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2012 23:53 |
|
| |
פארשטיי אז חיים לעזער האט שוין אפגעזאגט זיינע טענות. און אז די רבי הייבט אהן רעדן און ער האקט אריין 6 מאל, און נישט מיט א נייע טענה: נאר ווי א פרוי שרייט ער אריין נאכאמאל און נאכאמאל "אוי מחלוקת מחלוקת"
אודאי דארף אים דער גבאי פארשרייען! ווען דו וועסט רעדן צו ר' אהרן ווי אזא מחוצף און אים אריינהאקן צען מאל אינמיטן ווען ער ענטפערט, ערווארסטו אויך די גבאי זאל בלייבן שטיל!!??
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2012 23:54 |
|
| |
די רבי זאגט נישט דאס. ער זאגט "הגם די קדושת יו"ט איז נישט געווען די עלסטע זוהן"
|
|
|
|
|