בית פורומים אידישע געדאנק

דער ברך משה זצוק"ל זאגט: מה בין בני לבן חמיו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/4/2012 14:36 לינק ישיר 

אוקיי

איצט האסטו געוויזן וואספארא טיפש די ביסט


דריי אידן שרייב א בריוו פאר איינעם, יענער ענטפערט פאר אלע דריי צוריק איז איר זענט פאברעכער, קומט לאנצוט דער טיפש און זאגט, אז ווער ער ענטפערט פאר אלע דריי האט ער נישט געמיינט אלע דריי נאר צוויי



לאנצוט, טיפש בתפארתו.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/4/2012 14:48 לינק ישיר 

קומסט מיט בריסקער פלפולים איסור גברא מיט איסור חפצא


יעדער פון אונז האלטן אז דער סידור קידושין אין קרית יואל דורך ר' איז הונדערט מאל מער א שאלה להלכה ווי א סגידור קידושין פון סאטמארער רבי'ן און עטרת מאיר צבי, ווייל דיין רבי איז אן אויפגעזאגט'ער רב פון שטאט, זיין טאטע דער מרא דאתרא לשיטת אנשי מהר"א האט געמאכט זיין זון ר"א אויס רב


איך בין נישט געקומען דן זיין איצט איבער די סידור קידושין.

דא רעדט פון א מציאות אז עס קען זיין אז א טאטע קומט נישדט צו א זון'ס א חתונה, נישט קיין חילוק פארוואס.

צווייטטענס, דער ברך משה האט געשריבן כמה פעמים א בריוו צו זיין זון אין האט געטאדעלט איבער די ערכאות, קומסטו מיר זאגן, אז ער האט יא ליב געהאט ווייל עס איז דא א בילד.

די אלע טאטעס וואס זענען נישט געקומען צו זייערע קינדער'ס חתונה, האבן אויעך שיינע זיסע בילדער ווי זיי שמייכלען צו זייערע קינדער.


ביים חיים הערש מייזליש האסטו א תירוץ אז ר' ליפא האט נישט געלאזט, וואס טראץ לשיטתך איז דער ברך משה געווען געזונט, קומסטו מיר פארקויפן לאקשן אז ר' ליפא האט געהיידזישקט זיין טאטן און האט עם נישט געלאזט קומען.


ר' ליפא האט אויך געהייסן דעמאלץ זיין טאטן אנקאלן ר' אפרים שטערן, אז ער זאל נישט גיין צו די חתונה., אה?


ר' ליפא האט דעמאלץ אויך געהאסן פאר ר' ליפא לעווי און ר' עביר קרייזמאן שיקן א בריוו צו ר' בעריש מייזליש מיט א סטראשונג אז מ'וועט עם מאכן אויס רב.


ר' ליפא האט דעמאלץ געהייסן זיין טאטן אראפהאקן דעם טעלעפאן פאר זיין טאכטער נאך די חופה, אה?



און דאס איז אלעס געווען ביי די געזונטע יארן פון ברך משה ווען ער האט זיך געקענט אליין באוועגן.

וועמען בלאפסטו דיינע נארישקייטן, די מיינסט אז יעדער איז א בהמה.

דעם ברך משה'ס נאטורן האסטו געקענט פונקט ווי מיר, ער איז געווען א שארפער מענטש, און ווען האט זיך געבייזערט אויף איינעם האט ער גענומען גאר שארפע שריט, און דאס איז געווען און יעדע איניזיכט, און די זעלביגע זאך איז עס געווען ביי די ערכאות פרשה וואס זיין זון אהרן האט אנגעפירט.

 
 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/4/2012 17:25 לינק ישיר 

יוסף90,

איך האב דעם ברך משה זי"ע געקענט זעהר גוט, שוין באלד א יובל יאר, און איך ווייס אז ווען ער האט "פיינט" געהאט עמיצן האט ער נישט געגלעט, ער איז נישט געווען קיין פאפער און קיין שוי-שפילער.

יעצט, ווען צד כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האבן פארקויפט אז דער ברך משה האט געזאגט אז דער זון ר' אהרן איז אים מקצר ימים... האט ער אים מורא'דיג פיינט.

ווען צד כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האבן פארקויפט אז דער ברך משה האט געזאגט אז דער זון ר' אהרן איז א בן סורר ומורה... איז דאס א סימן אז ער קען אים נישט דערליידן און וויל אים מער נישט זעהן... (ווי לאנג ער טוט נישט קיין תשובה).

יעצט זיי מיר מסביר מיט "יונגעל שפראך" ווייל איסור גברא פארשטייסטו נישט.
אויב ער האט אים פיינט, וויאזוי האט ער אים ליב ביי די פיקטשער.

פארוואס האט ער נישט געזאגט פאר'ן זון דארט: גיי ארויס פון קאורט. ביסט מיר מקצר ימים!


יוסף90 האט נישט קיין תירוץ (ווייל דעם אמת איז דיר שווער מודה צו זיין).
לאנצוט האט א יא תירוץ - ווייל מ'האט נישט געהעצט.

פינטל.
פינטל.
פינטל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2012 20:19 לינק ישיר 

לסיכום

ר' אהרן טייטלבוים האט מיט א בארבארישן אופן געהעצט זיין שווער קעגן זיין שוואגער ר' ישראל האגער, היינטיגער וויזניצער רבי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/4/2012 20:21 לינק ישיר 

קענסט שרייבן מיסטער לאנצוט 3  מאל פינטל פינטל פינטל

אבער די מציאות האט געוויזן אז דער ברך משה זעלבסט האט אנגענומען דאס מיטל פון נישט גיין צו א קינד'ס חתונה ווען מ'האט אים נישט געפאלגט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/4/2012 21:20 לינק ישיר 

איך וועל איבערפרעגן די קשיא ווי א קלאץ:

ווען מ'הערט שמועות אז רעב ראובן האט א קינד שמעון וואס לויט די שמועות זאגט ראובן אז דער זון שמעון איז אים מקצר ימים און איז א בן-סורר ומורה און דער שמעון רופט דעם טאטן אין קאורט און דער פאטער ר' ראובן איז געפערליך בייז אויפן זון שמעון.

און נאכדעם זעהסטו אז ראובן מיט שמעון שמועסן אינאיינעם ווי טאטע און זון מיט א חיבה יתירה אזוי ווי מ'זעט קלאר אין בילד נומער 1:

בילד 1.



אויך הערט מען אז דער רעב ראובן איז אפגעפלויגן קיין פלארידא בשעת דער זון שמעון מאכט חתונה זיין קינד, און דער ראובן שרייבט שארפע בריוו קעגן דעם זון.

און נאכדעם זעהסטו אז עפעס א מאדנע זאך, ווען דער שמעון האט זיך בדרך לא דרך אריינגעכאפט צום פאטער אין שטוב און געמאכט דארט א תנאים זעט מען בילד נומער 2.


בילד 2.



איז ראובן שרעקליך בייז אויף שמעון יא אדער ניין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2012 02:16 לינק ישיר 

קענסט ברענגען צוואנציג בילדער ווי דער ברך משה לאכט צו אהרן, אבער עס איז נישט קיין סתירה צו נישט וועלענדיג גיין צו די חתונה פון אן אייניקל, אזוי ווי ער האט געטאן ביי די חתונה פון זיין אייניקל ר' חיים הערש מייזליש ווען ער האט נישט געוואלט קומען צו די חתונה, און ער האט אראפגעהאקט דאס טעלעפאן פאר זיין טאכטער נאך די חופה, און א וואך דערויף האט ער געשמייכעלט צו איר.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2012 19:03 לינק ישיר 

רעב יוסף90, איר רעדט שלא בדרא, ווי איינער וואס איז אויף העווי דראגס.

ביטע נישט אטאקירן מיט נישט שיינע אויסדריקן אויף די אנדערע חברים. ההנהלה

קיין שום מענטש קען נישט פיינט האבן עמיצן און זאגן אויף אים ביזט מיר מקצר ימים און א צייט שפעטער שמייכלען צו אים מיט א ליבשאפט (!) און האט אים ווידער פיינט... ליבשאפט און פיינטשאט איז נישט קיין קעווטש מיט א קנעפל. אדער האט מען עמיצן פיינט בתכלית ווייל ער צאפט אים דאס בלוט, קען מען נישט שמייכלן צו יענעם. מ'קען נישט. בהחלט נישט.

בל"נ - איך גיב א קוויטל מיט א שיינעם פדיון פאר יוסף90 אויב ער קען דאס פותר זיין.


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 07/05/2012 01:35:32




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2012 20:26 לינק ישיר 

לאנצוט

קענסט ווייטער ברענגען פון שמייכלען


דער ברך משה האט געהאט א נאטור אז ער קען רעדן אויף א איד און א טאג שפעטער שמייכלען צו עם

עס איז דא פול דוגמאות, און ווי אזוי זאגט דיין ראבינער, ווער עס פארשטייט פארשטייט, און ווער עס פארשטייט נישט וועט נישט פארשטיין.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2012 23:24 לינק ישיר 

אהא, יוסף90.

דער ברך משה שמייכלט צו איינעם באהבה עזה בשעת ער האלט אז יענער איז אים מקצר ימים.

ביי מיר מיינט דאס א שרעקליכער "פעיקער".  און ביסט אוודאי מסכים צו מאכן דעם ברך משה פאר א בלאפער און א צבוע'אק, אבי דיין דורכגעפאלנע שקר זאל האבן חיות. אז דער ברך משה האט אים מורא'דיג פיינט געהאט.

לאנצוט האט דעם אמת'ן מהלך און ס'איז כמין חומר:
ער האט אים קיינמאל נישט פיינט געהאט.
די באנדיטן האבן ליידער אויסגענוצט זיין שוואכן מצב הבריאות און אים געהעצט און פארקויפט כלערליי שקרים. און ווען מ'האט נישט געהעצט (ווייל עס איז געלונגען זיך אריינצוכאפן ווען זיי האבן נישט באמערקט) האט ער טאקע רעאגירט נארמאל, ווי א טאטע צו א זון.

ווייל.... ער האט אים באמת נישט פיינט געהאט קיין טראפ. מ'האט נאר געקידנעפט און אוועקגעפירט קיין פלארידע נגד רצון קדשו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/4/2012 02:08 לינק ישיר 

לאנצוט
אז די האסט נישט וואס צו ענטפערן דארפסטו נישט ענטפערן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/4/2012 07:27 לינק ישיר 

איך גיב א קוויטל פאר ר' יוסף90 אויב ער פארענטפערט די קלאץ קשיא:

אויב דער ברך משה פארט אוועק קיין פלארדיא ווייל ער וויל נישט זיין ביי די חתונה פון זיין אייניקל... פארוואס לאזט ער דארט מאכן א תנאים ביי זיך אין שטוב און טרונקט לחיים מיט א שמחה - הגם לכבוש את המלכה עמי בבית?

יוסף90, אויב דו קענסט דאס פארענטפערן ווערט לאנצוט א זאלי!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/4/2012 14:34 לינק ישיר 

ביי אזעלעכע ענינים לא כל הזמנים השוות




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/4/2012 19:30 לינק ישיר 

אוי זאגסטו גוט יאסעלע

יעצט שטיי מיר אויף איין פעיזדש

אונז זאג מיר די זעלבע זאך, לא כל הזמנים שוות

ס'האט זיך געוואנדן אויב מען געמאכט א הכנה בעפאר אדער נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/4/2012 20:00 לינק ישיר 

הדא הוא דכתיב:
כאן קודם העצען כאן לאחר העצען!
ניבא ולא ידע מה ניבא. כאטש ער גייט יעצט ווידער לייקענען.

יוסף90, קענסט ווען באקומען א קוויטל (?)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דער ברך משה זצוק"ל זאגט: מה בין בני לבן חמיו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 8 9 10 11 12 13 לדף הבא סך הכל 13 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.