פארווארט: טייערע ליינער אויב זוכט איר אין די קומענדיגע פאראגראפן סתם ביליגע פאליטשע שורות און ווילדע אויסדריקן דאן מאכט שוין צו דעם פייל....., אבער אויב ווילט איר באמת וויסן די אמת'ע פאקטן פון די קשרים פון עדה החרדית צו סאטמאר וויאזוי דער קשר איז געוועהן די אלע יארן און וויאזוי ס'איז היינט, און וויפיל מיר זענען שולדיג פאר די עדה החרדית און וויפיל נישט, דאן נעמט די פאר מינוט און ליינט אפ אט דעם ארטיקל, מיר זיכן נישט חלילה צו שאפן פירודים אדער שפאלטן צווישן די רייען פונעם קנאי'שן חדר, אבער מיר זיכן יא אויסצוגראדן און אויסצוקלארן דעם דעת און פארשטיין ווי ווייט דער קשר איז אונז מחייב היינט צו טאג'ס.
אני כשלעצמי בין בכלל נישט דער מענטש וואס זיכט צו פארשפרייטן סתם מאמרים אויפן ברייטן געוועב, נאר אזוי ווי די נושא איז לעצטנס ארויף געקומען אויף די אויבער פלאך, הערנדיג קופקעס אין מיין וואכעדיגן ביהמ"ד, ווי פארשידענע מענטשן וואס לאזן פאלן טענות כאילו סאטמאר צוברעכט די עדה החרדית וכדומה, אשר על כן האב איך געשפירט פאר וויכטיג צו נעמען די פענע און מיט אביסל הסבר באגלייט מיט היסטאריע ווי ווייט איך אליין געדענק רוב פון די פרטים והשתלשלות הענינים, ווי אויך אסאך פרטים דעטאלן און פונקטליכע דאטום'ס וואס איז געדריקט אין די ספרים פון החסיד ר' ליפא שווארץ ע"ה ר' סענדר דייטש ע"ה און יבל"ח ר' בנציון יאקאבאוויטש הי"ו פון ב"ב, איך האב נישט דא גענומען קיין אינפארמאציע פון קיין שום מקור וואס די נאמנות איז מוטל בספק וד"ל, און עס איז צום האפן אז נאכן ליינען די דאזיגע פאקטן וועט דאס בילד קלאר ווערן באופן פשוט.
לאמיר קודם אנהייבן מיט די היסטאריע און דערנאך גיין צום מצב כהיום, דעם ערשטן קשר פון סאטמאר צו עדה החרדית איז געוועהן בשנת תרצ"ב נאכן הסתלקות פון הגאון ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל גאב"ד ירושלים ווען מ'האט גערעדט אין ירושלים אז רביה"ק זי"ע זאל איבער נעמען דאס רבנות פון ירושלים, ווי ס'איז דאקעמענטירן בריוו'ן אהין און צוריק (אויך די באוויסטע בריוו פונעם מנח"א ממומקאטש זי"ע קיין א"י אז דער רבי וועט מטהר זיין א"י מדן ועד באר שבע) ווי דער רבי האט אין א לענגערע בריוו גענטפערט קיין ירושלים אז ער קען זיך נישט אפרייסן פון די תלמידים "כצופרן מעל הבשר".
נאך די מלחמה ווען רביה"ק זי"ע איז ארויף געקומען קיין א"י בשנת תש"ו ווי דער רבי האט אין יענע תקופה געפירט זיין הייליגע מערכה קעגן די ציונים וועלכע האבן ליידער פארכאפט יונגווארג צו זייערע אונטערערדישע שטיקלעך קעגן די ענגלענדער און קעגן די אראבער נאך פאר די מדינה איז געשטאנען (אונטער די נעמען אצ"ל לח"י וכדומה), דאן איז בכלל נישט געוועהן קיין ספעציעלע קשרים מיט די עדה החרדית (וועלכע האט געדינט אלץ א רבנות פאר די גאנצע שטאט וואס האט אריין גענומען אין זיך די אויבערלענדישע מיט ליטווישע – פרושים קרייזן צוגלייך, ווי אויך האבן זיי נאך געהאט נאנטע קשרים מיט די אגודת ישראל).
אויך שפעטער נאכן הסתלקות פון מהרי"ץ דושינסקי זצ"ל ווען ר' זעליג ראובן איז געווארן גאב"ד אין די תקופה ווען די מדינה האט זיך געגרינדערט האט דער רבי מחזק געוועהן די עדה החרדית ווייל דאס איז געוועהן די איינציגסטע פאראייניגטע כח קעגן ציניות, ערגעץ אין יענע תקופה איז דער רבי נתמנה געווארן אלץ נשיא העדה.
בשנת תשי"ב ווען דער רבי האט באזוכט א"י איז אויך נישט געוועהן קיין שום ספעציעלן קשר פון רבי'ן צו די עדה החרדית, ווען דער רבי האט ביי יענע נסיעה געוויילט אין ב"ב האט דער רבי געזיכט דעם קשר צום חזון איש זצ"ל פיל מער ווי אין ירושלים ביי די רבני העדה החרדית, לויט די עדות פון הגאון האדיר בעל שבט הלוי שליט"א האט זיך דער רבי דורכגערעדט מיטן חזון איש וועגן בויען ערליכע מוסדות אין א"י.
חודש סיון בשנת תשי"ג לפ"ק איז נסתלק געווארן דער גאב"ד רבי זעליג ראובן זצ"ל, ביי די לוי' האט מען שוין גערעדט און אויסגערופן אז מען איז מכתיר רביה"ק אלץ רב אין ירושלים, כאטש עס זענען געוועהן אידן פון די ליטווישע קרייזן וועלכע האבן זיך מתנגד געוועהן קעגן דעם התמנות, ווי אסאך האבן זיך אפגערעדט ביים בריסק'ע רב זצ"ל וועגן דעם רבי'נס דאווענען שפעט שחרית און מנחה נאך די שקיעה וכדומה, אבער דער בריסק'ע רב האט שארף אפגענפערט אז די עיקר מלחמה איז יעצט קעגן ציונות און מ'דארף נישט קוקן אויף קיים שום אנדערע זאך נישט.
דאס ערשטע מאל ווען דער רבי איז געפארן אלץ רב איז געוועהן בשנת תשט"ו און דענסמאל האט די עדה החרדית געמאכט דאס ערשטע מאל א אפיציעלע קבלת פנים מטעם העדה, און עס האט דערביי אויפגעטרעטן ביים קבלת פנים הגאון ר' דוד יונגרייז זצ"ל וועלכע האט בשעת מעשה געזאגט אז די עדה החרדית בעט מחילה פונעם רבי'ן צוליב דעם וואס ווען די רבני אייראפע ובתוכם רביה"ק האבן געשיקט בריוון קיין ירושלים צו די עדה החרדית נאך פאר די וועלט מלחמה אז די עדה זאל זיך אפטיילן פון די אגודת ישראל, און בשעתו האט מען נישט אנגענומען דעם פארלאנג פון די רבני אייראפע און יעצט זעהט מען ווי ווייט די אגודה איז פארפארן אז זיי זענען געווארן ממש א חלק פון די רעגירונג, און אלץ פיוס האט מען יעצט באשלאסן מקבל מרות צו זיין פון רבי'ן אלץ גאב"ד העדה החרדית, וועלכע האט מיט זיין הייליגן בליק געזעהן פריער אויף יארן שפעטער.
א זייטיגע נקודה איז כדאי צו באצייכענען אז ביי יענע נסיעה איז געוועהן דאס ערשטע מאל וואס די קבלת פנים איז געוועהן אויף א גרויסן פארנעם מיט ווייסע פערד מיט פאליציי און געזאנגען, און ווען מ'האט געזאגט פארן רבין אז דעם טראסק האט מען געטאהן נאר כדי מחזק צו זיין די שיטה און אזוי וועט נתפרסם ווערן אז ס'איז נאך דא א גרויסע ציבור וועלכע איז נישט מיטגעשלעפט געווארן מיט ציונות, האט דער רבי אויף דעם געזאגט פאר החסיד ר' ליפא שווארץ ע"ה אז דער גאנצע כבוד איז הבל הבלים און ס'וועט נישט ברענגען קיין שום תועלת, וכלשון רבינו (עי' בס' זכרון איש חיל עמוד ק"ט) "עס רייצט זיי נאר אויף איך בין מוחל די פערד מיט די כבוד עס איז הבל הבלים און איך ברויך עס נישט האבן און עס וועט גארנישט ברענגען".
זייענדיג רב אין ירושלים האט זיך דער רבי אנגעשטויסן מיט אסאך דיפערענסן מיט די עדה החרדית, ווי צב"ש אתרוגי שמיטה, איסור בחירת עיריות, דער שידוך פון ר' עמרם בלוי מיט די גיורות, ליינען מגילה ביום י"ד אין ירושלים פאר די זעקס טאג'יע מלחמה, עס איז נאך געוועהן מערערע דיפערענסן אבער מיר האבן נאר באצייכט עטליכע וועלכע זענען ברייט באקאנט (ווי מיר וועלן דאס באלד באשרייבן מער בארוכות), אבער במשך די אלע מיינוגס פארשידנהייטן האט זיך געקענט ארויסזעהן דעם רבי'נס הייליגע מדות אין טיפע חכמה וואס כאטש דער רבי האט געהאט אסאך עגמת נפש און צומאל זיך געלאזט הערן אין שטוב גאנץ שארפע אויסדריקן קעגן די עדה החרדית אבער דעם קשר און די חיזוק מצד דעם רבי'ן איז נישט אפגעשוואכט געווארן, אלעס מיט די מטרה ווייל דער רבי האט געוואלט מחזק זיין דעם שיטת התבדלות מרשעים.
אתרוגי שמיטה
מיר גייען נישט דא אריין גיין אין דעם גאנצן הלכה'דיגן דיון פון אתרוגי שביעית אויף וועלכע דער רבי האט געשריבן די ברייט באקאנטע תשובות להלכה, אבער מיר ווילן יא בארירן די דיפערענסן וואס האט דאן געהערשט, כדי צו וויסן אביסל דעם שטייפן שטעלונג פון די עדה החרדית כלפי דעם רבי'ן כאטש וואס דער רבי איז געוועהן זייער מרא דאתרא, דער רבי האט געהאלטן אז מען טאר נישט האנדלען מיט אתרוגים פונעם "אוצר בי"ד" אזוי ווי אין א געווענדליכע יאר וואס מען פארקויפט אתרוגים לויט די שיינקייט, און אוודאי טאר מען נישט ארויס טראגן קיין שמיטה אתרוגים פון א"י, למעשה שרייבט בפירוש ר' איטשע דוד רעזמיוואש הי"ו פון וויזניץ אין זיין ספר ימים מקדם, אז ר' פנחס עפשטיין זצ"ל דער דעמאטדיגע ראב"ד וועלכע האט געגעבן דעם הכשר אויף זיין פרדס און באגלייט די אתרוגים פונעם פלאנצן ביזן שניידן אפצוהיטן דעם פעלד פון מורכבים, האט אים ר' פנחס געזאגט און געגעבן א היתר זאגנדיג אז כאטש דער סאטמארע רב איז דערגעגן אז מ'זאל ארויס שיקן אתרוגים קיין חו"ל בשנת השמיטה עכ"ז מעג ער ארויס שיקן אתרוגים פון זיין פרדס וואס האט געהאט די הכשר פון די עדה קיין חו"ל כדי צו העלפן דעקן די הוצאות,
כאטש וואס ביים רבי'ן איז דאס געוועהן זייער שארף און עס איז געוועהן גאר שארפע לשונות פון רבי'ן וואס ער האט זיך אויסגעדירקט פאר החסיד ר' מענדל פריעדמאן ז"ל (מחברי הנהלת העדה) וואס איז יענס יאר געוועהן דאהי חודש תשרי, אויך האט דער רבי אפי' געהייסן פאר ר' אברהם ב"ר ליפא שווארץ פון לאנדאן צוריק צו טראגן א שמיטה מילגרוים קיין א"י וואס ער האט געברענגט פארן רבי'ן אויף ר"ה צו מאכן א שהחיינו, דער רבי האט אים באפוילן אז ער טאר דאס אפי' נישט עסן אין חו"ל נאר צוריק טראגן קיין א"י און דארט עסן, נאך מער פון דעם, דער רבי זעלבסט האט געשיקט קיין א"י דריי אתרוגים פון חו"ל, צוויי פאר אנ"ש אין ירושלים, און איינס פאר אנ"ש אין ב"ב, אז מ'זאל מאכן א ברכה נאר אויף די חוץ לארץ'דיגע אתרוגים, אזוי שארף איז דאס געוועהן ביים רבי'ן.
בחירת צו די עיריה
בשנת תשי"ט איז ווי באוויסט האט די עדה החרדית גע'אסר'ט בחירות צום כנסת אינעם זעלבן קול קורא דעם איסור קעגן גיין צו בחירת פאר די שטאטראט, און זיי האבן זיך געשטעלט מיט אלע כוחות אז דער רבי זאל זיך צו דעם צושטעלן, דער רבי כשלעצמו איז געוועהן שטארק דערגעגן און ער האט געזאגט אז אויף דעם איז גולטיג די כלל פון כל המוסיף גורע, דער רבי האט געהאלטן אז די בחירת צום כנסת גרעניצט זיך מיט איסורים חמורים פון ג' עבירות כמבואר בויואל משה, ווידער די בחירות צום שטאט ראט דארף מען אנפרעגן יעדן מקום לאקאל די דארטיגע ערליכע רבנים, ווי למשל בני ברק וואס הרב לאנדא זצ"ל מיט הרב וואזנער שליט"א וועלכע האבן פארלאנגט פונעם ציבור צו וועלכן קאנדידאט דער ציבור זאל אויסוועלן אלץ ראש העיר, האבן טאקע די סאטמארע חסידים געפאלגט די לאקאלע רבנים און געגאנגען אלע יארן צו די בחירת העירי', די עדה החרדית מצדם האבן נישט געקענט שלום מאכן מיט דעם מיינונג אז דער רבי וואס איז זייער אייגענעם מרא דאתרא שטעלט זיך נישט צו צו זייער איסור, און זיי האבן געטון כל מיני מיטלען משכנע צו זיין דעם רבי'ן ארויס צו געבן די זעלבע איסור,
ווי למשל זיי האבן געשיקט א בריוו קיין לאנדאן צו א שלוח זאל זאגן פארן רבי'ן אז אויב דער רבי וויל זיך נישט צושטעלן צום איסור זאל ער ענדערשט נישט קומען קיין א"י, נאך מער, זיי האבן געשריבן צו דעם שלוח זאל גיין זאגן פארן רבי'ן אז די גאס שמועסט אז די סבה פארוואס דער רבי וויל נישט אסר'ן בחירת העירי' איז ווייל ווען דער רבי האט אנגעהויבן בויען דעם שיכון סאטמאר אין בני ברק האט ער גענומען פון די שטאטראט פונעם ראש העיר ר' ראובן אראנאוויטש ע"ה 10 טויזנט פונט (א סכום עצום בימים ההם), פארשטייט זיך אז די מעשה מיטן געלט איז געוועהן א אויסגעטראכטע ליגנט אבער דאס האט מען נאר אריין געשיקט צום רבי'ן כדי צו משכנע זיין דעם רבי'ן אז דער רבי זאל טון די שריט פון אסר'ן בחירת העירי' כדי להוציא מלבם פון די זאגער'ס אז ער האט גענומען געלט פון די עירי', פארשטענדליך אז די דאזיגע בריוו האט דעם רבי'ן זייער וויי געטון, און דער רבי האט זיך אויסגעדיקט זייער שארפע לשונות,
די חוצפה איז געגאנגען נאך ווייטער, ערב שבת ווען דער רבי איז שוין געוועהן אין ירושלים האט מען געדריקט פלאקאטן מיט א איסור כללי אויף די בחירות מיט רבינ'ס חתימה אן צו דערמאנען אז דאס איז נאר צום כנסת, דער רבי איז געווארן שטארק צוקאכט פון דעם שריט און באפוילן פאר ר' ליפא שווארץ זאל נעמען עטליכע בחורים און ארום גיין אין די שטאט אראפ צו נעמען די דאזיגע קול קורא'ס, און געזאגט אז ער דאוונט נישט שחרית ביז מ'רייסט אראפ די אלע פאלשע קול קורא'ס, גלייך דערביי האט דער רבי געהייסן פאר ר' מענדל פריעדמאן ז"ל ער זאל איבערדריקן נייע קול קורא'ס און ארויסשרייבן קלאר אז די איסור קעגן בחירות איז נאר צום כנסת, וכלשונו הק' "איך וויל נישט מ'זאל מיך פירן ביי די נאז, א זאך וואס איך האב נישט מברר געוועהן לאיסור וויל איך נישט אסר'ן", עכ"ז איז די עדה החרדית אנגעגאגנען ווייטער מיט זייער שטעלונג און עד היום הזה יעדעס מאל פאר די בחירת ווען עס קומען ארויס די אלטע קול קורא'ס, איז דא א עקסטערע צעטל פון די עדה החרדית ווי זיי אסר'ן ביידע בחירות צוגלייך און א עקסטערע קול קורא פון רבי'ן זי"ע ווי ער אסר'ט בלויז בחירות צום כנסת, (עס איז נאך דא אין די פרשה אסאך פרטים שהשתיקה יפה להם).
פרשת ר' עמרם בלוי זצ"ל
מיר וויל נישט בארירן די טעמע צוליב די סענסעוויטעט וואס קומט מיט צו די פרשה, אבער וואס איז ידוע לכל אז די עדה החרדית האט געפירט א מערכה כבידה קעגן ר' עמרם ווען ער האט חתונה געהאט מיט די גיורת (וועלכע האט געראטעוועט יאסאלע שומאכער), און פארן רבי'ן האט די פרשה זייער וויי געטון אז ס'ווערט א פירוד בין הדבקים צווישן דעם קנאי'שן רעכטן לאגער, און ווי באקאנט האט מרן הברך משה זצ"ל דאס פארציילט עטליכע מאל די שטארקע צער און ווייטאג וואס רביה"ק האט אים געזאגט אהיים קומענדיג פון א"י נאך די פרשה, אז ליידער וויפיל השתדלות ער האט פראבירט צו טון ס'זאל נישט זיין הבערה ללהב יוצאת ולא עלתה בידו, ביז ווען דער מנחת יצחק זצ"ל איז געקומען קיין ירושלים אלץ ראב"ד וברוב חכמתו ומתינות האט ער שלום געמאכט צווישן די עדה אין ר' עמרם.
קריאת המגילה ביום י"ד בירושלים
אין די כ' יארן פאר די זעקס טאג'יע מלחמה האבן זיך פארשידענע אנשי ירושלים אויפגעוועקט מיט א שאלה, היות די אלט שטאט איז יעצט (אין די יארן) אונטער די אראבישע הענט און עס איז נישטא קיין איין איד וואס וואוינט אין אלט שטאט ירושלים, קומט אוס אז לויט געוויסע שיטות איז נישט דעם יו"ט פורים ביום ט"ו ווי געווענדליך ירושלים וועלכע איז סמוך ונראה צום אלט שטאט וואס איז מוקף חומה ווייל קיין איין איד וואוינט נישט יעצט צווישן די חומות, דאס בי"ד פון עדה החרדית האט אינגאנצן אוועק געמאכט די טענה, אבער דער רבי זי"ע ווען ער איז געוועהן אין א"י בשנת תשכ"ה האט געזאט אין שטוב אז מ'דארף יא חייש זיין אויף דעם, אבער אלץ כבוד פון די עדה האט דער רבי נישט געוואלט פסק'נען פאר די שטאט די הוראה אז מ'דארף ליינען ביום י"ד, נאר ער האט געזאגט אז נאר אויב מרן הרה"צ הרמ"א פריינד זצ"ל וואס איז דאן געוועהן דער מורה הוראה אין אונזער ביהמ"ד אין ירושלים וועט אנפרעגן די שאלה וועט ער זאגן וויאזוי מ'זאל זיך פירן, הרמ"א פריינד זצ"ל האט טאקע אנגעפרעגט דעם רבי'ן פאר פורים תשכ"ז כדת מה לעשות, דער רבי האט זיך לכתחילה געגרייט צו שרייבן פארן בי"ד אז מ'זאל טאקע ליינען די מגילה ביום י"ד, למעשה נאך א לענגערע דין ודברים מיט החסיד ר' ליפא שווארץ און מיט א שמועס מיט מרן הברך משה זצ"ל האט דער רבי באשלאסן מפני כבוד הבי"ד, וועט ער נאר הייסן פאר אנ"ש צו ליינען מגילה ביום י"ד מיט א ברכה געהעריג שטיל אן קיין פירסום, וביום ט"ו זאל קומען א מענטשן מטעם העדה וואס ער ליינט נאר ביום ט"ו ער זאל מוציא זיין דעם עולם מיטן קריאת המגילה.
סך הכל פון די היסטאריע פון די אויבן דערמאנטע פרטים און נאך אנדערע פרטי הדברים זעהן מיר ווי די עדה החרדית האט זיך אין אלע זייערע יארן געהאלטן זעלבס שטענדיג און בכלל נישט געוועהן כפוף צום פולשטענדיגן דעת תורה פון רביה"ק זי"ע אפי' אין די תקופה ווען ער האט משמש געוועהן ברבנות אלץ גאב"ד העדה החרדית, אנדערשט איז אבער געוועהן אין די תקופה ווען הגאון המנחת יצחק זצ"ל (וואס דער רבי האט אים ממנה געוועהן און ארויס גענומען פון זיין קהילה אין מאנטשעסטער כאטש אסאך האבן געהאלטן אז ער איז נישט גענוג קנאי כידוע) האט משמש געוועהן אלץ ראב"ד און אפי' אלץ גאב"ד ווי ער האט זיך מיטן גאנצן הכנעה זיך מכניע געוועהן פארן רבי'ן זי"ע און רביה"ק האט אים ארויס געוויזן שטארקע אהבה, רביה"ק האט אים אלץ געבעטן ער זאל גיין באזוכן די מוסדות און די קעמפ'ס, און איינמאל אפי' געבעטן ער זאל גיין קוקן די גסות שחיטה וועלכע איז דאן געוועהן אין קאנאדא, בעת דער מנחת יצחק מיטן בי"ד זענען געקומען אהער בשנת תשל"ח צום התיסדות פון קרן הצלה זענען זיי דעם ערשטן טאג ארויס געפארן קיין ק"י נעמען שלום פון רביה"ק, דער רבי האט געהייסן אז די אויפנאמע זאל זיין אין בית המדרש של בית רבינו, ווי דער רבי האט שלא כדרכו און מיט התרגשות ארויף געלייגט די האנט אויפן מנחת יצחק און געזאגט "איך פריי מיך אייך צו זעהן", די אהבה האט זיך שטארק אנגעזעהן די גאנצע צייט ביים גרינדונג פון קרן הצלה, ווי דארטן האבן די סאטמארע חסידים זיך מקבל געוועהן צו שטיצן חינוך הטהור אויף א שטארקן אופן, און מ'האט שפעטער אלע יארן גענומען א פערזענדליכע התחייבות צו שטיצן די אלע ערליכע מוסדות.
אזוי אויך שפעטער ביים רבי'ן מרן הברך משה זצ"ל, האט דער מנחת יצחק זצ"ל מיטן גאנצן כח זיך מקשר געוועהן מיט סאטמאר, אפגערעדט ביי פרשת בעלזא ווען דער ברך משה זצ"ל האט גענומען די גאנצע זאך פאַר א שטאפל שארפער ווי די עדה החרדית זעלבסט, ווען די עדה החרדית האט אנגענומען דעם שריט פון די בעלזא הכשר מיט די שחיטה אלץ א בלויזע הירוס, האט זיי דער ברך משה זצ"ל אנגערופן "נעלאגן", ווייל מגזע מחצבתו לבית סיגוט האט ער דאס מדמה געוועהן צו די מחלוקה אין סיגוט ווי די ספרדים האבן אויפגעשטעלט א זעלבסשטענדיגע קהילה, און דער קדושת יו"ט האט גע'אסר'ט זייער שחיטה ווייל זיי זענען אפגעטיילט פון די ארטאדאקסן, די זעלבע איז געוועהן דער צושטעל צו בעלזא וואס האט גענומען זייער רשות פאר די שחיטה פון די מועצה הדתית האט ער דאס צוגעגליכן צו די נעלאגן, כאטש עס איז געוועהן א שמועס פון שלום אנהייב מערכה, וואס לכתחילה האבן סיי דער ברך משה זצ"ל און סיי דער מנחת יצחק זצ"ל מסכים געוועהן צום שלום, אבער למעשה צוליב די שחיטה האט מען זיך נישט געקענט פארגלייכן.
כמו כן אין די תקופה ווען הרמ"א פריינד זצ"ל האט משמש געוועהן אלץ ראב"ד און אלץ גאב"ד זייענדיג א אייניקל פון די בארימטע משפחת פריינד וועלכע האבן זיך געציילט פון די גדולי החסידים לבית סיגוט איז ער געוועהן דבוק בלב ונפש צו רביה"ק זי"ע און מיט א זעלטענע התקשרות צו מרן הברך משה זצ"ל ולגזע התמרים בכלליות ווי מ'האט דאס געזעהן ביי אסאך באזוכן ובעת שמחות, אזוי אויך האט ממשיך געוועהן הגרי"מ דושינסקי זצ"ל וועלכע האט גענאסן גרויס הערצה ביי רבותינו הק', עס איז באקאנט די שארפע לשונות פון רבינו הק' ווען איינער האט געשריבן א פאשקעוויל אקעגן אים ואכמ"ל, און וויפיל מ'האט פראבירט אין די אנהייב ס' יארן ווען די פירוד איז סאטמאר האט אויסגעבראכן אז ער זאל זיך אריין מישן, האט ער ברוב חכמתו און מיט מתינות פארשטאנען די אמת'ע פאקטן און זיך נישט געלאזט אריין שלעפן.
אין די גאנצע תקופה וואס עדה החרדית האט אנגעהאלטן א שטארקע קשר מיט סאטמאר,קען מען נישט אנצייגן קיין שום זמן וואס אפי' עס זענען געוועהן פארשידענע עגמת נפש ליידער דורך בעלי ריב ומדון ווי באקאנט, ווי למשל פרשת שערי חמלה פאר די קראנקע קינדער וואס דעמאטץ איז שוין געוועהן יד א........... באמצע עכ"ז האט זיך נישט אפגעשוואכט דעם קשר אמיץ וחזק צו חינוך הטהור און צו די עדה החרדית, ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט ביי די גרויסע כינוסים פאר קרן הצלה והדברים ידועים לכל, ווי אויך האט די עדה החרדית כסדר געזיכט דעם קשר און דעם עידוד פון סאטמאר, ס'איז געוועהן כמים פנים אל פנים.
ווידער, אין די לעצטע תקופה ווען די איציטיגע הנהגה האט אנגעהויבן צו געבן פרייע רעכטן פאר די עקטרעסמיטן / סיקריקים, אויסניצנדיג די פאקט אז סאטמאר איז צושפליטערט ואין מנהיג לבירה, קוקט אויס פון איין זייט אז די עדה החרדית האט אנגענומען זייער אלטע אמאליגע זעלבסטשענדיגקייט און זיי רעכענען זיך נישט מיט סאטמאר, אבער פון די צווייטע זייט האבן זיי בכלל נישט די אייגענע שטארקע כוחות אין רבנות און אוודאי נישט די זעלבע אמאליגע שטארקע כח ההשפעה אין די גאס וואס די עדה פלעגט אמאל פארמאגן, ווייל די ביטערע מענטשן וועלכע זענען ביז היינט געוועהן פארשלאסן אין זייערע ווינקלען צוליב דעם וואס די אלטע רבני והנהלת העדה האבן פארשטאנען אז מ'טאר זיי נישט געבן קיין פרייע האנט צו טון כל מה שעולה על רוחם, זענען פלוצלינג היינט ארויס פון זייערע לעכער און געווארן מושלים בכיפה, און מיטאמאל רופט מען יעדע קורצע וויילע פרישע הפגנות, אנשטאט זיך צוזאמען קומען ווי אין די אלטע צייטן ביי די הפגנות פאר הסברה אדער אויסשרייען וויי געשריי פון טיפן הארץ אדער טון עסקנות מיט השתדלות קעגן גזירות ורדיפות הדת אזוי ווי ס'איז געוועהן אין די אמאליגע תקופות, ווי מ'האט אנגעווענדט א ים מיט עסקנות מיט עסקנים אפי' פון פרעמעדע קרייזן מיט די איינציגסטע מטרה אפצושרייען די רדיפת הדת (ווי עס איז דאקעמענטירט אין פארשידענע ספרים, הרב מבריסק, דעם ס' פון ר"י גראסמאן און נאך), איז געווארן היינט א פארפלייצונג פון צינדן מיסטן, ברעכן גאסן לעקטער'ס וואס שטעלן איין די גאנצע שטאט אין א סכנה, ווילדע געשרייען, חילול ד' מיט ווילדע מעשים קעגן גוי'שע צייטונג שרייבער לעיני כל העמים, מ'האט היינט אנגהויבן צו געבן א געפיל פאר יעדן באזעסענעם מענטש אז הפגנות מיינט צולאזטקייט ואין מנהיג לבירה, און עס איז קענטיג פארוואס רוב מנהיגי קהילות וועלכע זענען אונטער די עדה החרדית לאזן נישט הינט צו טאג זייערע בחורים גיין צו די הפגנות.
ליידער האבן די עקסטרעמיסטן / סיקריקים באקומען א אוזן קשבת מיטן הילף פון די נכסי מלוג ביים גאב"ד שליט"א זעלבסט, און די תוצאות זענען ליידער גאר ביטער, די פאקטן רעדן פאר זיך אליין אז די אלע מערכות פון די לעצטע פאר יאר זענען דורכגעפאלן איינס נאך אנדערן, להיפך ווי ס'פלעגט זיין אמאל אז די עדה פלעגן מצליח זיין מיט יעדע מערכה כמעט, ווער עס ווייסט און געדענקעט די אלטע מערכות פון גיוס בנות (לעצטנס איז נתגלה געווארן א דאקומענט אז די ארגינעלע נוסח פונעם איסור קעגן גיוס בנות אז ס'איז ביהרג ואל יעבור איז געשריבן געווארן דורך הרב פראנק דער רב מטעם), גיוס בני ישיבות נתוחי מתים, חטטי שכבי ביי קברי אביי ורבא, קבר רבי ירמי', מיט וואס פארא ערנסטקייט יעדע שטאפל איז צוגעגאנגען, און אפי' דער איסור קעגן בנק לאומי איז געוועהן געשטיצט דורך אלע דרויסנדיגע קרייזן, און דורך דעם האט מען געהאט א הצלחה און מ'האט אפגעשטעלט די גראבינגען, און די עדה החרדית האט מיט זייער רעספעקט ומתינות צוגעצויגן צו זיך פיל ארגענעזאציעס פון די פרעמד וואס זענען אפי' אביסל לינק געשטומט (ווי למשל יד לאחים, אתרא קדישא, קרן השביעית און דער וועד קעגן נתוחי מתים און נאך).
מהיפך להיפך און פארקערט ווי די היינטיגע מערכות וואס שפילן זיך אפ אין די לעצטע שטיקל צייט, ווי מיר האבן קלאר געזעהן וואס האט זיך אפגעשפילט ביים גראבן דעם בית החיים אין יפו, ס'איז ליידער נאך קיינמאל נישט אין די היסטאריע אין מדינת ישראל ביי חטטי שכבי אז ס'זאל זיך ענדיגן מיט אזא וויסטן דורכפאל ווי דאס, נישט אז די ציונים זענען אמאל געוועהן קלענערע רשעים אמאל ווי היינט, אבער מיט דעם וואס די מערכה וואס איז געפירט געווארן אויף אזא צולאזטע וועג סיי אין א"י און סיי דורך די שלוחים די סיקריקים פון אמעריקא ווי מ'איז יעדן שני וחמישי געוועהן פראטעסטירן ביים קאנסעלאט, און יעדן זונטאג ביים הויז פון עיבי ראזן, די גאנצע מערכה איז געפירט געווארן דורך צולאזטע יונגלעך אן קיין טראפ דעת, דער תכלית איז געוועהן נאר צו ווייזן אז זיי זענען די אויסשליסליכע בעלים אויף קנאות והמבין יבין, האט גורם געוועהן אז דער ביה"ח איז ליידער ליידער אויסגעריסן געוארן אינגאנצן, אויך די פרשה פון אם המריבה יוכיח אדער די שטארק אנגעווייטאגטע מערכה איבערן בעלות אין אתרא קדישא מירון ואכמ"ל, כהנה וכהנה ווערן געפירט טעגליכע מערכות מיט א קינדישע צוגאנג אן קיין טראפ ערנסטקייט און ברייטע בליק.
די לעצטיגע אפענע חילול שבת אין ירושלים זאגט קלאר עדות אויף דעם ביטערע דורכפאל פון די וועכנטליכע מערכות וואס ענדיגט זיך מיט גארנישט, ליידער זאגן יעצט די אמת'ע ערליכע עסקנים אז אויב ווערט אויסגעפירט די פלענער פון די שטאטראט אין ירושלים צו בויען א פרישן טיאטער אין צענטער פון שטאט איז כהיום נישטא מער קיין שום פאראייניגט כח לוחם צו זיין קעגן דעם פלאן היל"ת, רחמנא לצלן ווי ווייט מ'האט זיך נעבאך דערקייקלט, וואס זאלן די אמת'ע ערליכע אידן וועלכע האבן געשטיצט אמת'ע קנאות ביז היינט - זאגן?, פארפירן קעגן די יעצטיגע קנאים טאר מען נישט - ווייל מ'צוברעכט קנאות, זאל מען מיטשטיין מיט די צולאזטע ווירטשאפט?, אוודאי נישט, שטייט מען און מ'בלוטיגט אוועק און מ'זעהט ווי מ'מאכט חרוב דאס ביסל אמת'ע קנאות בידים, ווי עס זאגן אפן די עלטערע באזעסענע מיטגלידער פון די עדה החרדית אז אין די לעצטע פאר יאר איז אומעגליך דורך צו פירן סיי וועלכע ערנסטע זאך צוליב דעם וואס די יונגע צולאזטע כוחות נעמען אלעס איבער.
דאס איז א דירעקטע תוצאה פון דעם אז זיי שפירן זיך זעלבסשטענדיג און מיינען אז מ'איז גענוג גרויס און גענוג שטארק אז מ'דארף נישט אנקומען צו קיין דרויסנדיגע הילף, מיט א איינרעדעניש אז איינשליסן פרעמדערע קרייזן איז א חסרון אין קנאות, וואס דאס קומט אויך מכח דעם וואס ס'איז שולט די שיטת הסיקריקים בארץ ובחו"ל אז יעדן פרעמדן איד איז מחיוב ד' מיתות בי"ד.... און יעדער צווייטע איד איז א מין א אפיקורס, זייער קנאות קומט נישט פון צער אויף כבוד שמים, נאר ס'קומט מכח קיצוניות און שלעכטקייט באגלייט מיט ראסיזום....
צו דעם אלעם קומט נאך צו די ווייטאגליכע פרשה וואס די עדה החרדית האט דירעקט מצער געוועהן און אריין געשטאכן א מעסער אין סאטמאר, דאס איז "פרשת סאטמאר בני ברק", וואס איז אפענע וואונד ביי יעדן היימישן איד וועלכע דעם רבי'ן ז"ל'ס נאמען איז הייליג און טייער ביי אים, ווייל דער פאקט איז אז ס'איז נאך אין די היסטאריע פון יהדות החרדית נישט געוועהן אז מ'זאל אריין טראגן א געלט סיכסוך אין בג"ץ הציוני אן קיין היתר בי"ד, נישט אין די עדה, נישט אין אגודה, נישט אין ש"ס, און אפי' נישט אין די מזרחי,
עס איז באקאנט פאר יעדן בלתי שום ספק אז דער צד המשתמטים לדין תורה האלט נישט ביים גיין צו די"ת אין ערגעץ נישט אין די וועלט, און פארדעם ניצן זיי יעדע מין שמוציגע שקר'דיגע מיטל וואס עקזעסטירט נאר, אין בני ברק זעלבסט איז דער סיכסוך געוועהן ביי א לאקאלע בי"ד פון הרב לאנדא שליט"א, דערנאך האט דער צד שכנגד דאס אוועק געשלעפט צום בי"ד פון ר' ניסן קרליץ שליט"א, שפעטער ווען זיי האבן געזעהן אז דארט איז מען אויך נישט מצליח צו בארעכטיגן זייערע גזילות האבן זיי דאס פארשלעפט צום בי"ד פון הרב וואזנער שליט"א, די פאקט איז אויך אז די אלע דריי בתי דינים האבן ארויס געגעבן א פסק ובראשם מיטן אונטער שריפט פונעם פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א מיט פונקטליכע אנווייזונגען און פרטיות'דיגע זאכן וואס עס דארף נאך נתברר ווערן ביי די"ת, (עס דארף ארויס געברענגט ווערן אז די אלע דריי בתי דינים זענען אין דיני ממונות אסאך שטערקער ווי די בד"ץ העדה החדרית און די גרעסטע געלט סיכסוכים פון די וועלט קומען אן צו זייער טיש) אבער מעשה שטן הצליח און דורך די הילף פון די נכסי מלוג ובסייעו פונעם גבאי'ן בבית הגאב"ד ירושלים האט מען געצווינגען אוועק צו טראגן די די"ת פון בני ברק און צו גיין צו א זבל"א דייקא א בי"ד של חמש אין חו"ל, ווי יעדער פארשטייט אז דאס מאכט אסאך שווערער און מער קאמפלצירט די די"ת און די קאסטן זענען אין די מיליאנען ליידער, און וויפיל מען האט זיך געבעטן ביים גאב"ד זעלבסט און וויפיל מען האט גערעדט פערזענדליך און דורך חשוב'ע שלוחים האט מען נאר געטראפן פארשטאפטע אויערן און א פארמאכטן טיר, (ווי באקאנט איז דער גבאי אין שטוב אויסגעהאלטן דורך די פינאנץ מינסטער פון די סיקריקים און זיצט ביי אים אין כולל און דאס אליין זאגט שוין אלעס).
די עוולה שרייט עד לב השמים, קודם צום אלעס ערשטן זענען זיי נאך אפי' נישט ארויס פון בג"ץ און די קלאגע ליגט נאך אין בג"ץ אפן, און צווייטנס ווען אין די צייט וואס די מצב הכספי פון אלע ערליכע מוסדות אין א"י איז זייער אנגעשטרענגט, נעמט מען בידים הקדש געלט וואס ווערט צוזאמען געשטעלט דורך אידן יראים ושלימים וואס שיידן אפ געלט פאר מוסדות יטב לב מיט א ריינע אמונה אין די ווערטער פון רביה"ק אז די ערשטע פרוטות זאל מען געבן פאר די מוסדות אין א"י, און ווי אידן זאגן אז מ'זעהט דערביי ישועות מיט זכות פון צדקת ר' מאיר בעל הנס, און עס ווערט צורינען מדי חודש בחודשו גרויס געלט סיי פון דעם אז די סיכסוך האלט צוריק דעם רענט פון צענדליגע טוינזטער'ס חודש'ליך, און סיי די קאסטן פון די די"ת מיט די הוצאות פון פארן אהין און צוריק וואס עס ציט אריין אין די מיליאנען, די צד שכנגד ציט און שלעפט חדשים די צייט צווישן איין זיצונג אין דעם צווייטן מיט כל מיני שקרים וכזבים נישט צו לאזן קובע זיין זמנים אויף קומענדיגע זיצונגען, און ווען מ'זיצט שוין יא איז דאס רוב מאל מיט פארשפעטיגטע שעות צומאל דריי פיר שעה שפעטער אויף די קאסטן פונעם ציבור, און מ'זעהט אז זיי ווילן באמת אז דער יעצטיגע פסק זאל אויך פארשפלעפט ווערן מיט אלע כוחות, ווייל דאס ווארט דין תורה איז ביי זיי די גרעסטע חטא.
(שלא מן הענין איז אפשר נישט אזוי באוואוסט דעם פאקט וואס האט זיך אפגעשפילט אין אנטווערפן ווען פלוצלונג האבן אנ"ש געזעהן ביי די סיכסוך איבערן ביהמ"ד והמסודות אין אנטווערפן ווי דאס דארטיגע בי"ד האט זיך מיטאמאל ארויסגעצויגן נישט וועלדיג דן זיין איבער דעם ענין לעומקן של דברים, ער איז אויך מערקעוועדיג אז די איינציגסטע אויסשליסליכע שטאט ווי האדמו"ר מהז"ל איז געפארן וויילן אויף א שבת איז אנטווערפן מיט א גרויסן טראסק פון א מסע הקודש מיט פארענטשעס מיט סעקיורעטי פון ניו יארק, אין די צייט וואס ער האט נאך נישט געטראפן קיין שום שטאט ווי ער האט באוויליגט צו פארן אויף א שבת, די אמת'ע פאקטן פון הונטער די קוליסין זענען לעצטנס ארויסגערינען אז האדמו"ר מהז"ל האט ביי יענע נסיעה אפיר גענומען דעם דארטיגן דיין ר' עמרם העניג און אין א פריוואטן לאנגן שמועס האט ער אים געווארנט אז ער זאל נישט צורירן צו די די"ת און נישט דן זיין איבער דאס התמנות און די כח הבעלות פון האדמו"ר מהז"ל, זאגננדיג אז דאס איז א שפיל מיט פייער און אז דער טאטע האט געזאגט אז ווער עס רירט צו דעם צו וועט נישט גוט ענדיגן וכו' וכו' ואכמ"ל, אבער עס איז געוועהן קענטליך אז ווען הגאב"ד שליט"א מירושלים האט געוואלט מסדר זיין די די"ת פון ב"ב האט ער דוקא געוואלט אז ר' עמרם העניג פון אנטווערפן זאל זיין דער "שליש", והוא לפלא.....)
דעם עצם עלבון התורה מיט זייער טענה אז רביה"ק האט געוואלט אז די מוסדות אין בני ברק זאלן זיין נכסיו הפרטי א ירושה פאר די רעבעצן, איז דער גרעסטע שקר און די גרעסטע בזיון ועלבונה של תורה צו זאגן, אין די צייט וואס אפי' די מיידל סקול דארט האט מען נאר געגעבן א נאמען "בית פיגא" נאר נאכן הסתלקות פון רביה"ק ווייל בחייו האט זיך קיינער נישט געוואגט דאס צו טון, ובכלל צו נעמען דעם הייליגן רבינ'ס רצון וועלכע האט כל כלו זיך מוסר נפש און אוועק געגעבן נפשו ולבו זיין גשמיות מיט זיין רוחניות לטובת הכלל, דער רבי וועלכע האט קיין געהאלט פון קהל נישט גענומען קיינמאל, און יעדע פרוטה וואס ער האט געהאט פארטיילט פאר צדקה, קענען קומען אייגענע באי ביתו און זאגן אז יא דער רבי האט געזוכט רוכש צו זיין נכסים???, ס'איז דאך דאס ארגסטע בזיון וואס איז נאר דא אויפן חשבון פונעם רבי'ן ז"ל וכדי בזיון וקצף.
און ווי פריער געזאגט מיטן הילף פונעם סקריקים גבאי'ן מיטן נכסי מלוג אין פוצה פה ומצפצף מ'הערט נישט קיין ווארט פונעם גאב"ד דערקעגן וואס ער האט לכתחילה אויסגעשטעלט דעם יעצטיגן די"ת אויף דעם אופן, און מ'הערט אויך נישט קיין ווארט קעגן דאס לצנות מאכן פון די די"ת און מצער זיין אזא מוסד קדוש פון חינוך הטהור אויף וואס די עדה החרדית וואלט זיך אפציעל געדארפט זארגן פארן וואוילזיין פונעם חינוך הטהור.
אנשי שלומינו פארבייסן זיך די ליפן פון צער און פרעגן הזאת נעמי?, וואס האבן מיר חוטא געוועהן קעגן די עדה החרדית אז מיר זאלן צוריק באקומען אזא קאסט?, איז דאס די הכרת הטוב וואס מיר האבן געטון און מיר טוען נאך כסדר פאר קרן הצלה?, כאטש וואס קרן הצלה האט אין זיך איין געוויסן רב אין די הנהלה וועלכע איז אונז א שונא מובהק, דאך זאגט עדות ר' משה בצלאל בודק מיט זיין אפיס, אז פון אונזער לאגער נעמט מען ארויס מער געלט פאר קרן הצלה ווי פון זיי, עס מוז קלאר געשטעלט ווערן אז די גאנצע מערכה וואס די עדה החרדית פירט קעגן תכנית הליבה, הסברה, כינוסים, קונטרסים, עסקנות, אלעס ווערט באצאלט אויסשליסלעך דורך וועד משמרת חומתיך געפירט דורך הרב בנציון לאויב שליט"א און הרב הירצקא צוויבל שליט"א, מיט די נדבת לב פון אנ"ש וועלכע צייגן ארויס א געפיל פון קנאות און ערליכקייט, ווי אויך האבן זיי געגרינדערט א גמ"ח אין וומס"ב – ק"י – לאנדאן ווי מ'לייזט אויס העד טשעק'ס וואס אידן גיבן פאר די מנהלי המסודות פון חינוך הטהור, ממילא איז דער קלארע פאקטן אויפן טיש וועלכע און וועמענס נדבות קומען אן צו די מנהלי המסודות.
עס שטעלט זיך ארויס דעם בילד נאכאמאל און נאכאמאל וואס פארא זעלטן נארמאלע ארנטליכע פאלק אנשי שלומינו זענען, און ווי נארמאל מ'גייט צו צו יעדע זאך אפי' ווען ס'גייט נישט לויט אונזער ווילן, בו בזמן וואס מיר דארפן דעקן דעם שאדן פון מיליאנען פון חינוך הטהור, און מיר וואלט זיך געקענט ארויס דרייען מיט יושר פון שטיצן חינוך הטהור פאר אנדערע מוסדות וועלכע קומען ארויס בשליחות ובהמלצות העדה, דאך איז דער אנגענומענע פאקט אז ס'גייט ארויס פון אונזער מחנה שווערע מיליאנען פאר חינוך הטהור, אדרבה כאפט'ס א שמועס מיט יעדן מנהל אדער משולח פון א"י וועט איר געוואויר ווערן די אמת'ע ציפערן.
ווי אויך אונזער קהילה אין ירושלים צייגט ארויס דאס מערסטע כבוד און רעספעקט פאר די רבני העדה ובראשם הגאב"ד שליט"א, ווי מ'רופט זיי אויף אלע כינוסים ומסיבות שונות, צו זאגן דרשות און באשיינען די מאורעות, יעדער פארשטייט אז דאס רופן דעם בי"ד איז די אפציעלע שטעלונג פון אנ"ש וראשי קהילתינו בכל אתר ואתר.
מיר קוקן ארויס אויף רבינו שליט"א ווי שטארק בנועם הליכות בצדק וביושר לפנים משורת הדין דער רבי ווייזט ארויס זיין שטארקע ידידות און הערצה צו די עדה החרדית בכלליות און אפי' צום גאב"ד שליט"א, יעדעס מאל ווען דער גאב"ד געפינט זיך דאהי ביי די באזוכן זעהט מען ווי רבינו שליט"א צייגט ארויס יותרת הכבוד (די שיינע שמועסן איז אפי' געדריקט אינעם שולחן מלכים), אפי' נאך היי יאר חודש כסלו איז פאגעקומען שיינע באזוך פונעם גאב"ד שליט"א ביים רבי'ן און פון רבינו שליט"א צוריק ווי עס איז פארפירט געווארן שיינע הלכה'דיגע שמועסן, דער רבי איז אוחזין מעשי אבותיו אזוי ווי מיר האבן געשריבן פון אנהייב אז אפי' די עדה החרדית האט פיל מאל מצער געוועהן רביה"ק זי"ע דאך האט ער למען קדשתו של א"י ולמען טהור לבו פון אמת'ע התבדלות מרשעים פארקוקט אויף אלעם און מחזק געוועהן די עדה החרדית, אשרי העם שככה לו.
דאס אלעס איז די גראדע ליניע ומהלך המחשבה פון יעדן איד מאנ"ש וואס ווייסט דעם אמת סיי לגבי די היסטאריע און סיי לגבי די יעצטיגע מצב, דעריבער איז די אלע רעדענישן און פאלטישע קופקעס בכלל נישט גערעדט צו די זאך, און דאס איז א גראדע יניקה פון די בעלי מחלוקה – סקריקים, וועלכע מאכן חרוב יעדע ביסל ערליכקייט, ומלחמת ד' בעמלק.
לבקשת הכותב: ביטע זייט'ס נישט מגיב קיין נארישקייטן, און אויב מאכט זיך יא איין נער וואס ענפערט דא שלא מן השורה, ביטע איגנארירט און פארשלעפט נישט די נושא צו זייערע שטותים,