בית פורומים אידישע געדאנק

מזל טוב הגה"ק אדמו"ר מזלאטשוב מתיר בני יואל חתונה, הגה"ק משארמאש מסדר קדושין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/3/2012 20:57 לינק ישיר 

זיבעלע, אנטשולדיגט ביטע פארן זיך טרעפן מיט דיר דא. ווען איך ווייס ווען מיט וועלכע באמבע אטאקע די וועסט אפפרעגן די מציאות הדברים, וואלט איך קיינמאל נישט געשריבן נאר איך וואלט מיר פארשטעקט ערגעץ ווי טיף טיף אין א מויזן לאך....




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 21:06 לינק ישיר 

כ'הייב נישט אן צופארשטיין וואסארא ווייטאג, איך זעה דא א העפטיגע געווינס, ב"ה נאך א פארפאלק וואס רופט אויס, אז מיר ווילן נישט רשות פון די פאנדשזעלאו רעבע, א יוד וואס האט פארגאסען מער יודיש בלוט ווי אכמעדינישדאד,

ס"ה האט דער זלאטשובער געהאט רשות און נישט דער שארמאשער, און למעשה איז דער שארמאשער געוון מסד"ק און דער זלאטשובער האט געפיפען אינעם דברי געציל...

אגב - הרשות בידך צורופען רביה"ק מיט וועלכע צונאמען די ווילסט, די האסט מיר נישט געפרעגט באפאר צו מ'מעג רופען מישמאש, דער פאמדשעלאו רעבע גלייכט בעסער די נאמען דער אלטער פון בעדפארד היללס א.ד.ג

דער אויסוואל איז דיינס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 21:24 לינק ישיר 

zibala כתב:
כ'קענישט סטאפן פון קאטשענען פון געלעכטער, די חארויניס לעבן אין לאלא לענד, וואסארא אילוזיעס גג על גג, א גאנצע דעמעדש קאנטראל טעים וואס ארבעטען פול טיים אויף הייד פארק אין דעם פארום צו פארוואסערן און אויסצוגלאנצען דעם מיאוסן פרצוף פונעם פאנדשעלאו פארטיי,
מיסטער לאנצוט ענד קא,  זענען דא אויף א מישען, זייער אילוזיע גייט נישט ווייטער פון הייד פארק, זיי שפירן זיך אין די העכערע ספערן ווען זיי פירקלען אן יעדען אשכול מיט טויזענטער תירוצים און לאגישע אויסריידן אויף יעדע פאקט וואס ווערט באריכטעט דא, ס'איז קאמיש וויאזוי ערוואקסענע מענטשן נאאיווע קעלבער, נעמען אזויפיל מי צו שיין אויסצוצירן דעם נזם אף חזיר, 

לאמיר עס צולייגן אויף קליין געלט, 

עס איז באריכטעט געווארן אז זלאטשובער רבי שליטע איז מתיר א בני יואל חתונה, וואס ברויכט איר מער, דער דברי געציל מיט דער בירך לאוב האלטן קלאר אז רביה"ק  האלט מ'טאר זיך נישט באטייליגען ביי א חתונה אין עטמ"צ ווי דער שארמאשער רב איז מסדר קידושין, און דער זלאטושבער רבי האט זיך יא באטייליגט.

נא וואס פעלט מער פון דעם??!!

לאנצוט כאפט דעם מיקראפאן - אזוי ווי טאהש געדענקסט?, די ענטפער איז א בחינה ווי סי פי אר, קודם א בלאז אריין עפעס, מ'העט שוין זעהן שפעטער צו ס'מאכט סענס צינישט...

היראים -  מער אזא תלמוד חכם'מישדיג ווארטשטעלער - ווארפט אן אטאם באמבע וואס דארף לכאורה צו ווארפן דעם גאנצן פאקט, ס'קען גארנישט זיין אמת ווייל ער האט באזוכט די פאבליק סקול, קומט דאך אויס אז ער איז עס מתיר, במילא איז ער דען אוטאמאטיש אוסר דעם זאל, און פערטיג...

אזא שטיק גאונות, יראים האט ליב די פינטעלעך ... ... .. .. דאס מאכט שטערקער זיין לומדות, 

נו, קען מען דען ענטפערן אויף אזא טיעפן פשעטל? אוודאי נישט, איי הגר"י ראטה וואס האט ג'אסרט דעם דיסטריקט ביהרג ואל יעבור איז לשיטתו אוסר דעם זאל, ווי קען מען מדמה זיין מילתא למילתא! 
איי ר' מעכעלע האט קיינמאל נישט מתיר געווען דעם פאבליק סקול? שוין אבער דאס איז א פאקט אז זיין באזוכען איז עס מתיר!.

פינחס יואל - האט א באלעבאטיש'דיגן בליק -  ער פאנגט אן פון טעלער ברעכן, ר' יונתן פישער האט זיך משדך געווען מיט א ג'אסרטן בנ"י טאטע און גענומען א שנור פון די ג'אסרטען מוסד, אבער ביז אהער קען דערהייבן ג'אסרטע, די בד"ץ די בירך משה מיט אלע פריערדיגע איסורים האט ר' יונתן אויסגעלאכט מיט א שמיץ אריבער, אבער מיטן דברי געציל האט זיך נישט געוואלט שפילן, זיין'ס א איסור איז אן איסור...

בקיצור דער חתן האט שוין געוואלט אפלאזן די שידוך (הגם ער קען דאך גראד נאך די חתונה איבער מאכען די קידושין ביים דברי געציל? א קשיא אויף א מעשה) ווייטער איז פנחס יואל מסביר אלע אינסייד אינפארמעישאן באריכות נפלא אויף א כראנאלאגישע סדר, דער האט געפרעגט, יענער האט גענטפערט, איינער האט געטראכט, אן אנדערער האט געוואלט, ביז ער קומט צו צום אויספיר אז די חתונה איז פארגעקומען דורך א מסד"ק וואס האט נישט באקומען רשות,

און הערט און שטוינט, ער פירט אויס "טראץ זיין עלטער און שוואכע כוחות האט ער זיך געשטארק אויף אלע ארומיגע און זיך נישט זאלאגט פארפירן פון קיינעם..." 
איר הערט ווערטער דער זלאטשובער האט באשיינט די חתונה טראץ ער האט נישט געקענט ריעטשן דעם פאנטשזעלא רעבע, און טראץ וואס ס'נישט געווען קיין רשות...

און הערט ווייטער דער חתן האט אויך נישט אפגעלאזט די שידוך (געטשענשט זיין מיינד), וויאזוי שטימט עס? אה ס'גארנישט לאנצי גייט באלד ענטפערן אויף דעם אויך... 

לאנצי טעהנ'ט גאר אנדערש ווי פנחס יואלי, ער טעהנה'ט מ'האט דייקא יא פארפירט דעם זלאטשובער, ס'האט זיך אקוראט איבערגעשפיעלט די מעשה פון די בעלזער רב'ס חתימה פאר די בחירות, עס איז צו האפן א דער פאנדשיעלאו רעבע וועט פרובירן צו משפיע זיין דעם זלאטשובער רעבע אז ער זאל צוריקציען פון דעם פרעצענדלאזן שריט (אזווי רביה"ק האט פרובירט ביים בעלזער רב) אז נישט קאן געדויערן צענדליגע יארן ביז די פאנדשעלאו חסידים וועלן שלום מאכען מיט די זלאטשובער חסידים.
אבער ער האט נאך איין טרייסט אז ר' יחזקאל ראטה האט נאכנישט באשיינט דעם זאל, שמע מינה אז ער אסר'ט עס, און דאס איז ברור עם אז מהר"י ראטה איז נישט אזויווי בעלזער רב, און אפשר ווייסט ער גאר נישט אז מ'מעג, נאר ער האלט קלאר ס'איז אסור...
פרטים יבואו, דאס איז זיכער מורי ורבותי אז איך וועל ח"ו נישט צונעמען די לעצטע ווארט פון לאנצי, סוף כל סוף איז דאס דאך נישט מיין פול טיים דשאב, און איך זיך נישט צוצנעמען זיין פרנסה וואס ענטערטענט אזויפיל אידן

חג כשר ושמח 


אזא עקספערט? 3882 מאל געהאקט אויפן קי בארד וביניהם געפון איך נישט קיין איין ווארט בטעות וועלכע באציט זיך צום זאך. ער פרעגט און שרייבט ווארף און לאכט אלעס אין די עטליכע מינוט פון זיין קורצע פארט טיים דשאב.

אפשר ענטפערסטו מיר אמת'דיג גערעדט צו דער זאך. פארוואס טאקע איז ר' מעכעלע נישט געווען סידור קידושין נאך עטליכע וואכן וואס איך הער שוין אז ער גיין זיין סידור קידושין אן רשות?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 21:33 לינק ישיר 

zibala כתב:
כ'הייב נישט אן צופארשטיין וואסארא ווייטאג, איך זעה דא א העפטיגע געווינס, ב"ה נאך א פארפאלק וואס רופט אויס, אז מיר ווילן נישט רשות פון די פאנדשזעלאו רעבע, א יוד וואס האט פארגאסען מער יודיש בלוט ווי אכמעדינישדאד,
דער אויסוואל איז דיינס


וואס למשל וועל איך טאן אויף א שונא פונעם הייליגן דברי יואל זי"ע וועט אים רופן: פאלם-טייטס רעבע!
דו ווייסט וואס? איך וועל זאגן ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים, ונתן לנו תורת אמת, וחיי עולם נטע בתוכינו.

און אז דו רעדסט פון בלוט, וויל אויך וויסן וואס צו ענטפערן פאר א שונא פון הייליגן דברי יואל זי"ע וועט מיר צייגן דעם שמוציגן טראנסילוואניער אידישע צייטונג, און וועט מיר זאגן אז דאס איז בלוט-פארגיסעכץ וואס דו קראלי/סאטמארע האבן געטאן?

דו ווייסט וואס? איך וועל זאגן ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים, ונתן לנו תורת אמת, וחיי עולם נטע בתוכינו.

און דאס זעלבע זאג איך דיר אצינד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 21:42 לינק ישיר 

ווייסט דער לשון וואס די האלסט איין איבער חאזערן "איך וועל דיר זאגן" "איך וועל דיר זאגן" "איך וועל דיר זאגן" "איך וועל דיר זאגן", דערמאנט מיך פונעם פאנדזשעלאו רעבע זאגענדיג "איך וועל דיר זאגן" עפרא לפומיה, געדענקסט?

בכלל האבעך דיר געוואלט בעטן בכל לשון של בקשה, איך דערהייב נישט די דיקע בלויע אותיות ס'גיט אזא אפפעקט ווי די ביזט עפעס גערעגגט און די רעדסט גאר שארף, מיין ציל איז ח"ו נישט דיר אויפצורעגן, איך בין נאר דא זיך אביסעל אויסצולופטערן פון די אנגעצויגענע ערב פסח אטמאספערא.

פליעס כ'בעטאך נאר די רעגאלערא שווארצע אותיות אזויווי די פנים אל פנים וואס די ישיבה של הפאנדשעלאים פלעגט ארויסגעבן ווען דער טראנסליוואניער האט פארמאכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 21:47 לינק ישיר 

אפסססס..... איך האב געמיינט אז די ארבייטס נישט פול טיים..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 21:53 לינק ישיר 

קנאקעדיג טייערער -

באמת כ'האב נישט קיין אנונג פארוואס דער זלאטשובער איז נישט געווען מסד"ק, אזויווי איך בין נישט קיין מחותן און נישט קיין בן בית דארט ווייסעך נישט, אזויפיל ווייס איך אז פנחס יואל מיט לאנצי און יראים זיי ווייסן סא ביטע ווענד דיך צו זיי.

און יעצט צום ענין פון באציען צום "זאך" דער אשכול באציהט זיך נישט אויף עפעס אנדערש ווי דער הייליגע זלאטשובער האט מתיר געווען א חתונה וואס איז געווען בלי רשות הפאנדשעלאו, מיט הופעות בבגדי שבת צו די חתונה,

ס'יז צוקער זיס צו זעהן ווי די אפשטויבטע ניקס קומען ארויס פון די מייז לעכער, הערטס מיר אויס, לאנצי קאווערט עס עטס מאכטס איהם נאר שווערער די דזשאב ווען יעדער האט אן אנדערע ווערסיע..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 21:55 לינק ישיר 

פינחס_יואל כתב:
אפסססס..... איך האב געמיינט אז די ארבייטס נישט פול טיים..


ס'געווען א סלאו טאג היינט, כגיי שוין מאכן געלט,

ביי ביי כעווערע - וואטשט נישט צו עסן צופיל מצה די סאדיום קען זיין שעדליך





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 22:11 לינק ישיר 

zibala כתב:
קנאקעדיג טייערער -


און יעצט צום ענין פון באציען צום "זאך" דער אשכול באציהט זיך נישט אויף עפעס אנדערש ווי דער הייליגע זלאטשובער האט מתיר געווען א חתונה וואס איז געווען בלי רשות הפאנדשעלאו, מיט הופעות בבגדי שבת צו די חתונה,




אז דו באציסט דיך שוין יא צום "זאך" זיי שוין מסביר לגמרי. אויב דער זלאטשעבער רבי ערשיינט בבגדי שבת אינעם זאל ווערט עס אויטאמאטיש "דער הייליגע זלאטשובער האט מתיר געווען א חתונהטא פארוואס ווען ער האט באזוכט אינעם פאבליק סקול שרייבסטו "איי ר' מעכעלע האט קיינמאל נישט מתיר געווען דעם פאבליק סקול?"

אפשר ווייל ער איז נישט געווען בבגדי שבת?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 22:21 לינק ישיר 

זייער פשוט ווייל דא האט ער דאך מיטגעהאלטן ווי דער חתן וויינט אז ס'נישטא קיין רשות און ער האט געווארט אויף א טעלעפאן קאל פונעם פאנדשעלאו, און ער האט געשיקט שלוחים וכו' וכו' וכו' עכ"ז האט ער גענומען קוראש און געקומען צו די חתונה,

משא"כ ביי די פאבליק סקול, ווייס איך נאכנישט די מעשה כ'ווארט נאך אויף דיר זאלסטעס איינמיירען...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 22:30 לינק ישיר 

לויט ווי מיר קוקט אויס האלטן מיר שוין ביי דעם לשיטת לאנצוט ודעימי':

רבינו בעל ויואל משה זי"ע = גבאים און דער רעבעצין ע"ה האבן אים פארפירט
רבינו בעל ברך משה זי"ע = נישט געוויסט וואס טוט זיך מיט זיך
אדמו"ר מטאהש = ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך
אדמו"ר מזלאטשוב = ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך

רבותי!! ס'איז גוטע נייעס...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 22:32 לינק ישיר 

אז די ווייסט נישט  די מעשה פארוואס שרייבסטו אז ר' מעכעלע האט קיינמאל נישט מתיר געווען דעם פאבליק סקול?


zibala כתב:


ס'געווען א סלאו טאג היינט, כגיי שוין מאכן געלט,




תוקן על ידי פינחס_יואל ב- 27/03/2012 22:36:45




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 22:39 לינק ישיר 

zibala כתב:
ווייסט דער לשון וואס די האלסט איין איבער חאזערן "איך וועל דיר זאגן" "איך וועל דיר זאגן" "איך וועל דיר זאגן" "איך וועל דיר זאגן", דערמאנט מיך פונעם פאנדזשעלאו רעבע זאגענדיג "איך וועל דיר זאגן" עפרא לפומיה, געדענקסט?
א דאנק פאר דיין קללה. אבער איך וועל דיר זאגן איני רוצה. איך האלט נישט דערביי אצינד. אפשר מארגן וועט זיין אנדערש. דערווייל האלט איך נישט ביים שטארבן. טו בעד.

בכלל האבעך דיר געוואלט בעטן בכל לשון של בקשה, איך דערהייב נישט די דיקע בלויע אותיות ס'גיט אזא אפפעקט ווי די ביזט עפעס גערעגגט און די רעדסט גאר שארף, מיין ציל איז ח"ו נישט דיר אויפצורעגן, איך בין נאר דא זיך אביסעל אויסצולופטערן פון די אנגעצויגענע ערב פסח אטמאספערא.
איך ווייס אז רויט פלעגט דיר שטערן. אפשר דאכצעך דיר אז דו זעסט בלוי-און-ווייס רחמנא לישזבן.

פליעס כ'בעטאך נאר די רעגאלערא שווארצע אותיות אזויווי די פנים אל פנים וואס די ישיבה של הפאנדשעלאים פלעגט ארויסגעבן ווען דער טראנסליוואניער האט פארמאכט.
אינטרעסאנט, איך האב אלעמאל געוואוסט אז מ'האט עס געמאכט אין דער איד אפיס. און די שרייבער זענען געווען ארבעטער פון דער איד און בן כ"ק אדמו"ר הברך משה זי"ע, הרה"צ רבי ר' ליפא אבדק"ק זענטא שליט"א.

קען זיין אז רבי ליפא האט געהאט א אפיס אין די ישיבה.

.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 23:07 לינק ישיר 

שמעלקאלע


נאך אלץ בעסער אז די דערמאנטע צדיקים זענען פארפירט געווארן, ווי איידער צו זיין אין איין קאטעגאריע מיטן אהרונישן רבין וועמען מען קען נישט פארפירן!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 23:20 לינק ישיר 

עכטער_חסיד כתב:
שמעלקאלע

נאך אלץ בעסער אז די דערמאנטע צדיקים זענען פארפירט געווארן, ווי איידער צו זיין אין איין קאטעגאריע מיטן אהרונישן רבין וועמען מען קען נישט פארפירן!


כ'וועל דיר זאגן, ס'קען זיין אז דו ביסט גערעכט. איך טראכט אסאך מאל אריין. אפשר בין אין "WRONG"?
יא, אפשר איז לאנצוט פארקרומט?
דער פאקט איז אז אלעס איז מעגליך און קיינמאל קען א מענטש נישט זאגן זיכיתי לבי טהרתי מחטאתי וכו'.

אבער ווען איך זעה אז למעשה אז פון חורף תשס"ו בערך עד היום הזה, חודש ניסן תשע"ב ועד בכלל, איז דער צד כ"ק אדמו"ר מהרז"ל אין ציוניסטישן קאורט. 6 יאר אין ערכאות ביי די ציונים, ווער האט זיך דאס געגלייבט.

און נישט נאר מ'איז אריין בדרך לא דרך אין קאורט ביי די ציונים נאר קיינעם פאלט בכלל נישט איין צו שרייען געוואלד.
דאס באוועגט מיר צי וויסן אז איך פאר גלייך ב"ה.

אדרבה, אויב דו האסט צו ענטפערן צו דער זאך, ביסטו אלעמאל וועלקאם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > מזל טוב הגה"ק אדמו"ר מזלאטשוב מתיר בני יואל חתונה, הגה"ק משארמאש מסדר קדושין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.