|
|
| נשלח ב-28/3/2012 21:19 |
|
| |
| לאנצוט כתב: |  |
פארוואס ווען דער רבי דער דברי יואל זי"ע האט געלעבט האט מען נישט געמאכט קיין ה' אייר דרשה קיין איין יאר?
פארוואס ווען דער רבי דער ברך משה זי"ע האט געלעבט האט מען נישט געמאכט קיין ה' אייר דרשה קיין איין יאר?
וואס האט זיך געשטוישט ווען כ"ק אדמו"ר מהרז"ל איז געברענגט געווארן פון ירושלים צו פירן קריג?
ביטע דערלאנג צוריק אויב דו האסט וואס. |
|
סתם פאר אינטערסאנטקייט. איינער האט מיר לעצטענס געוויזן א רשימה ווי עס שטעלט זיך ארויס די פאקט.
די מספר מחאות אויף די גאסן וואס רז"ל, פילאף וכו' האבן אדורך געפירט די לעצטע 12 יאר -זינט די נייע הנהגה איז געקומען פון ירושלים-. שטייגט איבער די מספר פון אלע מחאות וואס איז געמאכט געווארן בימי רבותינו הק' גאנצע 50 יאר משנת תש"י עד שנת תשנ"ט...!!!!!
ני? איז ער דען נישט קיין גרעסערער קנאי פונעם טאטען און פעטער אינאיינעם????
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2012 21:26 |
|
| |
דזשאסט פאר די רעקארד:
ביז תשס"א איז קיינמאל נישט געווען קיין דרשות ה' אייר. קיינמאל. פארוואס?
און פארוואס איז זינט כ"ק אדמו"ר געקומען פון ירושלים יא דא יעדעס יאר, און נישט סתם, נאר דורך דעם מלך פון סיקריקים הרה"צ המפורסם ר' מנשה פילאפף שליט"א.
איך זאג נישט אז "ווער עס האלט א דרשה ה' אייר איז א סיקריק". ניין.
איך זאג אז די קהלה פון מהרז"ל זענען סיקריקים און מאכן צעדרייטע פראטעסטן יעדן שני וחמישי אויף שטותים און הבלים, און זענען "מחריבי קרתא" און אלס א ראי' ברענג איך דיר אז זיי האלטן זיך פאר גרעסערע קנאים ווי דער דברי יואל אליין.
וועט א נארמאלער מענטש האלטן אז דאס גיין מיט טאוועלן קעגן הרב שטיינמאן און שרייבן אויף אים ימח שמו און שר"י איז נארמאל, נאר אז הרה"צ רבי מנשה פיליפ זאל זיין געזונט און שטארק שטייט ביים רודער, קען היינט אלעס פאסירן.
ברוך השם אז ביים סאטמארער רבי'ן שליט"א געפונען זיך נישט די שלענג די מחריבי קרתא, הודו לה' כי טוב.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2012 22:06 |
|
| |
די שליסל צו די אלע תגובות פון צד האהרונים!!!
איך וועל מיר נישט דא אריינלאזן אין זייערע אויפגעטראכטע שקרים וכזבים, נאר איין ווארט וועל איך דא יא ברענגען וואס כ'האב געהערט פון א גוטן איד, האט ער געזאגט אזוי: די כת האהרונים זענען באוויסט אלס אזאנע וואס האבן אן אייגן אויסגעטראטענעם וועג, מ'האט נישט קיין שייכות צו די פריערדיגע, נו, ווען ס'גייט נאר אזוי, זעט דאך יעדער איינער וואס זיי זענען, אבער די פראבלעם איז אז ווען ס'קומט זיי יא עס גוט צו ניצן פאר א שטעקן די פריערדיגע, דעמאלטס קוקט עס אויס ווי זיי זענען אדוק ומקושר צו אבות אבותינו ורבותינו הק', ע"כ ודפח"ח.
דאס איז א קלארע אפשאצונג אויף די מערכה קעגן דער גרויסע בי דינא רבא העדה החרדית בארה"ק ובראשם מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, יומם ולילה זענען זיי פארנומען משנה צו זיין און אויסרייסן מנהגי רבותינו הק' זי"ע, אויפטרעפן חידושים און ווייזן פאר דער וועלט אז איך בין אויך עפעס א רבי וואס קען מאכן און טוהן פאר אידישקייט (הלוואי), און פלוצלונג ווען ס'קומט א מערכה קעגן ביד"ץ העדה החרדית קומט מען און מ'פראבירט מסביר צו זיין אז אונז האבן מיר זיך פון וועם צו לערנען די שקצות, פון אונזער גרויסע פעטער לבן, דער דברי יואל (עפ"ל), ער האט זיך אויך נישט פארשטאנען מיטן ביד"ץ עדה החרדית, דאס הייסט אזוי: ווען מ'איז אין א קלעם אז דער גאס קוקט עפעס אן די זאך אז מ'לעבט נישט גוט מיטן עדה החרדית, אדער ווען מ'דארף גיין באזוכן פרעמדע רבנים אד"ג, דעמאלטס לייגט מען ארויף דאס פעקל און רשעות אויפן פעטער לבן, אבער ווען אלעס איז כימים הטובים, דעמאלטס נעמט מען דעם פעטער און מ'שטופט אים אריין טיפער אין די אדמה.
המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד....
בשם ה' נעשה ונצליח
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2012 22:21 |
|
| |
היידפארק דמיונות פון א קלוגן איד.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2012 22:31 |
|
| |
סיקריק איינער דו שעמסט דיר נישט צו שטיין אין ווארט מיט בעלי דמיונות...(הלמאי)
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2012 22:32 |
|
| |
| zibala כתב: |  | [quote] פארוואס ווען דער רבי דער דברי יואל זי"ע האט געלעבט האט מען נישט געמאכט קיין ה' אייר דרשה קיין איין יאר?
פארן זעלבן טעם פארוואס ער האט נישט געמאכט שחיטה מונחת - ווייל ר' עזריאל האט נישט געלאזט פאר'ן זעלבן טעם פארוואס די פאנדשעלאוס האבן נישט געהאט קיין הכשר - ווייל די רעבעצין האט פארפירט פאר'ן זעלבן טעם פארוואס מען האט נישט דעהאלטן קיין קאקא דרשה - ווייל יענקל ברוך האט געטופעט מיט די פיס פארוואס ווען דער רבי דער ברך משה זי"ע האט געלעבט האט מען נישט געמאכט קיין ה' אייר דרשה קיין איין יאר? ווייל די משתלטים על הציבור זענען געווען דערקעגן
וואס האט זיך געשטוישט ווען כ"ק אדמו"ר מהרז"ל איז געברענגט געווארן פון ירושלים צו פירן קריג?
לכאורה מיז מען צוקומען צו די מסקנה אז זינט די ציונים פון סאטמער וואס זוכן מאכן שלום מאכען מיט די מתנחלים האבן זיך אפגעטראגן מתוכינו קען מען שוין ב"ה האלטן מחאות און ה' אייר
ביטע דערלאנג צוריק אויב דו האסט וואס. [/quote] |
|
איך געדענק אינמיטן די נ' יארן זענען געווען אינגעלייט וואס האבן געוואלט מאכן א דרשה אין ה' אייר, און מען האט גערעדט דערפון צום רבין ז"ל דער ברך משה, האט דער רבי געזאגט, איך זע נישט מיט וואס ה' אייר איז אנדערש ווי א אנדערע טאג אין יאר, מען דארף יעדן טאג רעדן דערפון און מוחה זיין.
איך וועל אבער מעתיק זיין ווערטער וואס רז"ל האט געזאגט אין א דרשה אין ישיבה לצעירים וומסב"ג שנת תש"נ, און איך מיין דאס וועט פארענטפערן אביסל די סיבה "יעקב אבינו האט מתפלל געווען בקהלם אל תחד כבודי, ס'איז ברור אז די אלע וואס גייען קעגן די הנהלת הקהלה, כאטש זיי רופן זיך בני יואל מיינט נישט, איך האב אינזין געהאט די וועלט זאגט נאך אויף אן עפל שרייבט קיינער נישט אז דאס איז אן עפל, ווען איינער מאכט א פאלשע עפל, שרייבט ער אויף מען זאל וויסן דאס איז א עפל, פארוואס, ווייל אז ס'איז נישט קיין עכטע עפל דארף מען אויפשרייבן אז דאס זעט אויס ווי א עפל. אונז דארף מיר נישט הייסן בני יואל, אונז זעמיר תלמידים פון רבין ז"ל, אונז גיי מיר אויף דעם וועג איז גוט אזוי, די דארפן זיך אנרופן אזוי ווייל זיי זענען נאר א פאלשע זאך די געבן זיך אזא נאמען, אבער ס'איז ביי מיר ברור אז פונקט וואס יעקב אבינו האט מתפלל געווען בקהלם אל תחד כבודי, אז דער רבי זאגט אויך בקהלם אל תחד כבודי". וראויים הדברים למי שאמרם
תוקן על ידי וואלןסח ב- 28/03/2012 22:32:55
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2012 22:45 |
|
| |
וואלן.
איך האלט אז זיין עלטערע ברודער האט אים געצווינגען דאס צו זאגן. עכט האלט נישט אזוי.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2012 22:48 |
|
| |
ס'יז פאני אז זאלץ מיט קאקא און פאנדשעלאוס מעג מען זיין פרומער ווי דעם רעבין, אבער ווען ס'קומט צו קנאות פארשלייערט מען זיך און רעבעזעכרוינע ליווראכע (כלשונם),
ס'קומט צו נאכלויפן יעדען ציוני און מאכען שלום, לויפט מען אפילו רביה"ק האט נישט געוואלט באזוכען די אגודאים אום תשכ"ה זאגענדיג אז נאכן ארויסגעבן דעם ויוא"מ ברויך איך מיך נישט מפלפל זעהן מער,
האט דער פאנדשעלאו רעבע געפרעגט דעם פוער פיו על קדושי עליוניםף פ"וו ער איז מחלל שם שמים מיט זיינע מתנחלישע כופרישע שיטה? אוודאי נישט! איי ווי איז דעמאלטס דער דברי יואל? רביה"ק האט א יעדען רב פון יענע קרייזען פרובירט אויפצווייזען אז דער טרייפענע מדינה איז מעכב ביאות המשיח, פאר פאמדשעלאו איז גוט אפאר מעשהל'ך פונעם בעל שם און וויאזוי בעלז פירט זיך שובבי"ם, מוראדי'ג וויכטיג געווען דער שלום עפארט... געקייט אביסעל ניסלעך גרעדט געהויבענע מעשיות פון די אלטע יודישע קוואל און ארויסגוואקט מיטן שירעם,...
דער דברי יואל האט געמאכט פראטעסטן און מחאות ווען עס האט אויסגעפעלט נישט געציילט 4 א יאר צו פינעף, ליידער בימינו אלה ווען די פארשאלטענע ציונים האבן צוהילף די פארשאלטענע פרומע פארטייען מיט וועם פאנדשעלאו קייט ניסלעך, האט זיך די רדיפות געדאפעלט 1000 מאל פעלט אויס 1000 מאל מער מחאות,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2012 22:54 |
|
| |
לאנצוט, האסט ב"ה שיין אוועקגעדרייווט דעם אשכול. אבער אז מ'האלט שוין יא דא לאמיך דיר טאקע פרעגן. אויב איז א ה' אייר דרשה פסול, פארוואס האלטן שמואל שלמה טעללער מיט דוד שלמה עקשטיין דרשות יעדן ה' אייר פאר די בחורים? און אויב מיין זיכרון דינט מיר גוט האבן די אהרונים פאררופן מיט א צוויי דריי יאר צוריק א גרויסן עצרת אויף ה' אייר אין הופפער. איז דאס א הא לן והא להו סארט?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2012 22:58 |
|
| |
סענאטאר. דו ליינסט נישט וואס איך שרייב, און ביזט נאר ביזי ווי עס קוקט אויס מיר צו אטאקירן.
איך האב פריער געשריבן: עס איז נישט קיין פעלער צו האלטן א דרשה ה' אייר. אבער דער מציאות איז אז די סיקריקים באוועגונג זענען היינט ביים רודער ביי דעם לאגער פון כ"ק אדמו"ר מהרז"ל און מ'זעט עס אויף יעדן טריט און שריט.
אנגעהויבן פון די פראטעסטן יעדן שני וחמישי וואס אמאל איז דאס קיינמאל נישט געווען און געענדיגט מיט די ווילדע דרשות פון הרה"צ ר' מנשה פיליפ שליט"א, דער אבי הסיקריקים אויך ווען עס לאזט זיך, און אפיציעל יעדן ה' אייר.
דער מציאות איז אבער אז ביז תשס"א איז קיין איין יאר נישט געווען קיין דרשה ה' אייר. איז די מדינה נישט געווען אזוי טריפה אמאל ווי היינט? איז רביה"ק בעל דברי יואל נישט געווען אזא קנאי ווי הרה"צ רבי מנשה פיליפ שליט"א?
דער תירוץ זאגט דער רבי אין די הייליגע ס"ג תורה אז דאס זענען "מחריבי קרתא". עס האט גארנישט מיט קנאות וזה ברור לכל מי שרוצה לדעת האמת.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2012 23:05 |
|
| |
האב איך דיר זייער קלאר געפרעגט. אויב איז די ה' אייר דרשה א הוכחה אויפן מציאות, פארוואס דינט דאס נישט אלס אן הוכחה ביים צד האהרונים?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2012 23:14 |
|
| |
איך האב דיר שוין געזאגט עטליכע מאל און איך וועל עס זאגן נאכאמאל, מ'מעג רעדן ה' איר קעגן ציונות. עס איז נישט קיין שום פעלער - קיינמאל פריער האט מען נישט גערעדט. איך פרעג דיך פארוואס האט מען אמאל נישט גערעדט?
לגבי די שינויים וואס דער סאטמארער רבי שליט"א מאכט, איז פשוט: ווייל די סטארס מאכן פרוצות דארף מען מאכן גדרים. פינקט ווי דער ברך משה זי"ע האט געמאכט א תקנה נישט אנצוטאן קיין "ווייסע היטן" ווייל עס איז געווארן א פירצה.
נו, נעקסט טריי ביטע.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2012 23:31 |
|
| |
| zibala כתב: |  | ס'יז פאני אז זאלץ מיט קאקא און פאנדשעלאוס מעג מען זיין פרומער ווי דעם רעבין, אבער ווען ס'קומט צו קנאות פארשלייערט מען זיך און רעבעזעכרוינע ליווראכע (כלשונם),
, |
|
פארפאלן ביזט 100 פראצענט גערעכט
צינעות האט זיך די רבי געפרייד ווען איינער איז געגאנגען וואס מער צינעות
קנאות איז שוין א פארקערטע מעשה די רבי ז"ל האט ארויס געווארפן די שווארצע פארן אים מבזה זיין אין די גאנצע וועלט
אין פאר מאכן א פראסטעסט אריין גערעכנט ר' משה מנחם טירנויער
אין מען האט נאר געמאכט 1 פראטעסט נישט קיין צענדילגער פראטעסטן
אין ר' זלמן דער סיקרוק פירט זיך אויף אין דעם מהלך וואס די רבי ז"ל האט ממאס געווען פין זיך אין פין זיין קהילה
תוקן על ידי אבראהאם ב- 28/03/2012 23:32:28
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2012 00:08 |
|
| |
ווערן ר' זלמן לייב פירט איין ה' אייר שיעורים = סיקריק.
ווען ר' אהרן פירט איין ה' אייר שיעורים = גודר גדר ועומד בפרץ.
הער איך וואס דו זאגסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2012 00:19 |
|
| |
סענטאר,
זיי נישט קלוגער פונעם בעל דברי יואל. אז ער האט נישט געמאכט די אלע משוגענע זאכן, כאטש ער האט מער פיינט געהאט די מדינה ווי הרה"צ ר' מנשה פיליפ שליט"א.
עס מער דיר פאסטן מודה צו זיין. צאי לך בעקבי הצאן.
|
|
|
|
|