די טאטע איז געווען אינדרויסן, און איז אריינגעלאפן ראטעווען זיינע קינדערלעך, און ער איז דארט געבליבן ר"ל.
לויט געוויסע באריכטן איז איין זעקסטע קינד יא פארבליבן ביים לעבן.
די מאמע האט זיך נארוואס אויפגעשטעלט שבעה נאך א ברודער, און אצינד גייט זי זיצן נאך איר מאן און די גאנצע [אדער כמעט גאנצע] משפחה.
עס איז א אויסער-ארדענטליכע הארצרייסנדע טראגעדיע, ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די.
|
|