משא"כ דער יונגערער ברודער וועלכער משום איזה סיבה שהוא האט נאכנישט געטאן קיין איין סאליד אקט, וואס זאל אים ברענגען א העד-ליין, מוז ער צאלן פאר אז מ'זאל אים באשרייבן.
אזוי זעט א מענטש מיט א גלייכן קאפ.
איך וועל דיר עס איבערצייגן:
כ"א כסלו תשע"ב - ביידע רבי'ס האבן געהאט "פול געפאקטע" ארמארי געביידעס. אין ביידע האט מען געטאנצן ביזן הימל. ביי ביידע האבן די רבי'ס גערעדט דרשות, קנאות און נאך זאכן.
למעשה האט נאר איין דרשה באקומען קאווערידזש אין די גאנצע וועלט --- די אנדערע דרשה איז געבליבן שלאפן און איז געדעקט געווארן נאר אין דער איד.
פארוואס ווייס איך נישט און עס אינטרעסירט מיר נישט, אבער עס צייגט איבער וואס איך האב דיר יעצט געשריבן: פאר דעם עלטערן ברידער פירט מען פון אויבן אז עס זאל זיין "דבריו נשמעים" און ער לייגט צו א פלייצע דערצו. ער שמייסט, ער ארבעט, ער שטויסט און באכעט זיין עולם און עס דערגרייכט אינדרויסן אויך. דער רבי וועלכער שלאפט, פירט מען פון אויבן אז אלעס שלאפט שיין, רואיג. טראנקוויל.
שאאאא.. וועק נישט אויף! דא שלאפט מען!
נשלח ב-6/4/2012 16:38
לאנצוט, ר' אהרן מאכט נייעס... איך און די גייען אויך באקן מצות. עדווערטייזד אויף בחדרי זענען געווען בלויז ר' שראל דער נייער וויזניצער רבי (פארשטענדליך אז יעצט איז נישט קיין חידוש אז ער איז אין די נייעס) דער צווייטער איז... פרעמעשלאנע רבי... און דער דריטער איז דיין רבי... ווייל נאר ער "מאכט נייעס"... ער באקט מצות wow
נשלח ב-6/4/2012 22:27
הוספה: געוואלדיג לאנצעס! קודם איז די תירוץ אז אלע רביס שלאפן און נאר דיין רבי איז אויף און ווען די כאפסט זיך אז די האסט גערעדט ווי א נאר ווייל נישט נאר דיין רבי באקט מצות און נישט נאר דיין רבי רעדט קנאות איז די תירוץ אויף די איטענשאן הינגער: "ס'איז העכער'ס... מן השמים... שוטה וואס די ביסט
נשלח ב-9/4/2012 12:19
א' דחוה"מ פסח תשע"ב אדמו"ר, ראש ישיבה ומרא דאתרא • סדר יומו של האדמו"ר מסאטמר http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=33111 דאס איז שוין געווען אין עמי דורך "פרענקפוטער" אדער אין משפחה (קען זיין אין ביידע) ס'איז ריסייקעלד
נשלח ב-9/4/2012 19:50
נפל כתב:
הוספה: געוואלדיג לאנצעס! קודם איז די תירוץ אז אלע רביס שלאפן און נאר דיין רבי איז אויף און ווען די כאפסט זיך אז די האסט גערעדט ווי א נאר ווייל נישט נאר דיין רבי באקט מצות און נישט נאר דיין רבי רעדט קנאות איז די תירוץ אויף די איטענשאן הינגער: "ס'איז העכער'ס... מן השמים... שוטה וואס די ביסט
יעדער מענטש אויף דער וועלט זעט יעדן טאג אז ר' אהרן ארבעט אריין אין זיין ציבור אין אלע תחומים וואס איז נאר שייך, און דאס האט אן אפעקט אויף די קרייזן וועלכע זענען נישט סאטמאר אויך. מ'קען נישט לייקענען אז ער איז אן ארבטער.
דאס זיין אין די נייעס איז א תוצאה, (רעזולטאט אין אידיש). איך בין זיכער אז ווען כ"ק אדמו"ר מהרז"ל זאל טאן האלב פון ר' אהרן וועט ער אויך ווערן א יש איבעראל, יעדער פארגינט אים. למעשה משום איזה סיבה שלאפט ער א טיפן שלאף. און אנשטאט אויסגעבן דיין כעס אויף דעם שלאפעדיגן רבי'ן, געסטו עס אויס אויף דעם רבי'ן וועלכער ארבעט יא.
איך פארשטיי דיין ווייטאג, אבער איך פארשטיי נישט דיין אויסברוך אויף נישט דעם נישט-ריכטיגן אדרעס.
ביטע ערקלער.
נשלח ב-10/4/2012 00:13
קוק איבער די נייעסן וועסטו זעהן אז זיי באשטייען ע"פ רוב פון זאכן וואס יעדער פשוטער אינגערמאן טוט. באשריבן איז נאר דיין רבי. שרייבט מיר איינער אין אישי אז ווען נישט ענק זענען מפרסם בילדער ווי ער זיצט ביי א ספר וואלט קיינער נישט געגלייבט אז ער עפענט אמאל א ספר, דעריבער פארשטיי איך שוין די הינגער פאר קעפלעך
נשלח ב-10/4/2012 00:38
נפל.
קען זיין אז דו ביסט גערעכט אז די ארונימ'ס קאוורעדזש איז מאסיוו. מסכים. די באדעם ליין איז אז ער איז דער איינציגסטער רבי אויף דער וועלט וועלכער איז א ראש ישיבה און א רב, און א משגיח.
קענסט נישט לייקענען אז ער איז אין די ישיבה יעדן טאג. קענסט נישט לייקענען אז ער לערנט פאר יעדן טאג קענסט נישט לייקענען אז ער איז יעדע וואך אין בית השחיטה און מאכט תיקונים. קענסט נישט לייקענען אז ער פארט פון צייט צו צייט קיין טעקסאס צו די גסות זיך אומקיקן. קענסט נישט לייקענען אז ער פארט פערזענליך קיין אריזאנא צום שניט.
TOO BAD אז די ארונים נוצן עס גוט אויס און קעשן איין קעגן דעם שלאפעדיגן ברודער. האסט א ברירה, מאך נאך.
נשלח ב-10/4/2012 01:39
אויב נאכמאכן איז שוין בעסער נאכצומאכן די ארגינעלע וועמען ענקער רבי מאכט נאך, סקווירא בעלזא וכדו' אבער דאכט זיך אז נישט דאס איז סאטמאר, דעריבער גלייב איך אז איר וועט בלייבן ווי א נער אויפן מארק... אגב איך האב שוין לאנג געהאט א שפיר אז ס'איז אלס נאר איינצוקעשן אויף העד ליינס, שכויעך פארן קלארמאכן
נשלח ב-10/4/2012 02:06
טו נאר איין טובה זיי מחליט און נעם א גלייכע ליניע: ר' אהרן איז אויף און אלע רבי'ס שלאפן. אלע רביס באקן מצות וכו' און נאר ר' אהרן קומט און אין די העדליינס מיט "העכערע כוחות". ס'איז נישט קיין העכערע כוחות נאר די אהרוינים צאלן קעש... דריי נישט אהין און צוריק ביי יעדן תגובה, הייבסט אן אויסזען ווי א שיכור וואס קען נישט גיין גלייך
נשלח ב-10/4/2012 02:29
נפל טייערער. איך האב דיר געזאגט אז ס'איז נישטא נאך איין רבי אויפן כדור העולם וואס איז אקטיוו אין די אלע געביטן:
קענסט נישט לייקענען אז ער איז אין די ישיבה יעדן טאג. קענסט נישט לייקענען אז ער לערנט פאר יעדן טאג קענסט נישט לייקענען אז ער איז יעדע וואך אין בית השחיטה און מאכט תיקונים. קענסט נישט לייקענען אז ער פארט פון צייט צו צייט קיין טעקסאס צו די גסות זיך אומקיקן. קענסט נישט לייקענען אז ער פארט פערזענליך קיין אריזאנא צום שניט.
ע"כ איז פארשטענדליך אז דער מענטש מיט אזוי הויכע דאזע ענערגיע לשם ולתורתו, איז אין די נייעס. איי עס שמעקט דיר נישט... דאס איז נישט פון ר' אהרנ'ס אגענדעס אז עס זאל דיר שמעקן.
קענסט אים רואיג פארשילטן. עס קוקט נישט אויס אז ער זאל זיך ערנסט צו טאן מאכן פון דיין שרייבן און בילן אויף היידפארק. ס'קען זיין אז ער דארף זיך יא צוקראצן, אבער משום איזה סיבה פארט ער ב"ה זייער גוט, טראץ דיין אנטיפאטיע.
נשלח ב-10/4/2012 03:02
ר' אהרן דארף באקומען דעם נאמען, האדמו"ר מהר"א מבחדרי
תוקן על ידי ברעקינג ב- 10/04/2012 03:02:34
נשלח ב-10/4/2012 03:36
חוץ אויף הייד פארק, ווי נאך פארט ער גוט?
נשלח ב-17/4/2012 03:48
כ"ה ניסן תשע"ג = כך חגגו את הפסח בסאטמר www.bhol.co.il/Article.aspx?id=39890 נאכן זיך לאזן באשרייבן די מצות באקן וואס ווי באקאנט שלאפן אלע רבי'ס און נאר ר' אהרן טוט דאס, דערמאנט מען אונז נאכאמאל אז נאר ר' אהרן שעפט מים שלנו און נאר ער מאכט בדיקת חמץ, אלע שלאפן און נאר ער פארברענט די חמץ וכו'
נשלח ב-17/4/2012 05:13
כ'האב באמת נישט געגלייבט אז לאנצוט איז אזא חמור...
קוק אין די אלע קליפ'ס און בילדער וואס בחדרי לייגט ארויף, העסטו דאך פשוט זעהן אז דאס קומט פון בחצרות סאטמאר, נו, איז וואס ענטפערסטו מיר אז ער איז אין די נייעס ווייל הוידל בוידל, זאג פשוט ענק האבן א גוטן בילדער סיסטעם וואס אין דעם געביט איז טאקע אהרן טייטלבוים אנדערש ווי אלע אנדערע רבי'ס (עי' ערך תגובות האחרונות) און שלום על ישראל...
נשלח ב-17/4/2012 18:16
שמעלקאלע, ביסט גערעכט. די ארונים האבן א גוטע PR, אבער די זאליס האבן דעם זעלבן PR, מיט די זעלבע טוויטער'ס און די זעלבע יו טוב'ס, די זעלבע נייעס פארשפרייטער און מאנעוורירער.
דער איינציגסטער חילוק איז דער רבי ביי די ארונים מאכט נייעס און איז אקטיוו
דער רבי ביי די זאלונים איז א שלאפענדיגער בטבע, ממילא וויפיל די זאלונישע מאשיין ארבעט אריין פאר פובליסיטי שלעפט דער רבי איין. נישט חלילה אז דער רבי ביי די זאלונים איז קעגן די פובליסטיטי, ניין. ער איז נישט קיין ארבעטער, ער האט נאך קיין איינציגע מערכה נישט אנגעהויבן און אוודאי נישט געענדיגט,