שמעלקאלע, ביסט גערעכט. די ארונים האבן א גוטע PR, אבער די זאליס האבן דעם זעלבן PR, מיט די זעלבע טוויטער'ס און די זעלבע יו טוב'ס, די זעלבע נייעס פארשפרייטער און מאנעוורירער.
האסט מיר נאך אלס נישט געענטפערט?? טענט לו בחיטים והודה לו בשעורים איך רעד פון שיינע בילדער און קלארע קליפס וואס איז א גוט געשעפט פאר וועב זייטלעך און בילדער מאגאזינען, און קומסטו ווי א חלה דעקל און זאגסטו מיר אז אונז האב מיר אויך "נייעס" טוויטער אעדר די קליינע יוטיוב קליפס וואס איז שוין יא דא מפעם לפעם וכדומה וואס דאס איז דירעקט נישט קיין געשעפט פאר קיין וועב זייטלעך אדער בילדער מאגאזינען.
לאנצוט!! ווי ביזטו אזוי פארשווינדען געווארן!! א וואך צייט שטייט מיין תגובה אן קיין פארענטערפערונג דערויף!! היתכן!! רבינו מהר"א וועט דיר תובע זיין היתכן אז דו האסט אים נישט פארטיידיקט ביי די נארישע (לשיטתך) הייידפארק מעשה'לעך.
אגב אונטערסאנט אנצומערקן וואס די ארונים זאגן צו ר' ישראל האגער'ס דרשה מוויזשניץ, איבער די אלע ליין מאטריאל מיט די בילדער פון די רבי'ס, צו מיינט ער עס ערענסט אדער בלויז אזוי ווי זיין שוואגער'ס ברידער...
נשלח ב-23/4/2012 10:33
ער איז נישט פארשווינדן
נשלח ב-27/4/2012 02:49
לאנצוט מ'ווארט אויף דיר זאלסט עפענען דיין פה מפיק...
נשלח ב-2/5/2012 20:18
ג' אחרי-קדושים = איך אוכל להשתתף, www.bhol.co.il/Article.aspx?id=40403 די זעלבע רבנים זענען געווען ביי ר' זלמן לייב, אבער פון דעם וועט איר נישט טרעפן קיין בילדער אפילו מיט אלע "טויזענטער טוויטערס אקאונטס" כלשון לאנצעס. סך הכל טון אלע רבי'ס אקוראט די זעלבע זאכן, די חילוק איז נאר אז ר' זלמן לייב איז א הצנע לכת כמנהג אבותיו און ר' אהרן מיט זיינע מענטשן זענען אינטערנעט פאמפער וואס מאכט זיכער אז לכה"פ יעדע וואך זאלן זיינע בילדער זיין אין אלע מאגאזינען און לכה"פ איינמאל אין 2 וואכן זאלן זיינע בילדער זיך דרייען אויפן אינטערנעט.