בית פורומים אידישע געדאנק

באמבע: מאיר הירש באשטעלט א.ג. "טריפה" טשיקענס פון פענסעלוועניע פלענט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/3/2012 10:30 לינק ישיר 
באמבע: מאיר הירש באשטעלט א.ג. "טריפה" טשיקענס פון פענסעלוועניע פלענט!

נעכטן איז דער בלאט ארויסגעקומען מיט אן היסטערישן אויפרייס אז א געוויסער פלענט אין פענסעלוועניע שעכט טריפה'נע צומות הגידין טשיקענס. ‎​
 
מיר דארפן קיינעם נישט מסביר זיין וואס דער אטאקע מיינט. מיר פארמאגן ב"ה נישט קיין אהרונישע קורצקעפיגע מוחות מיט קאצן זכרונות, מיר געדענקן זייער גוט ביי וועלכע בית השחיטה מ'האט געכאפט רעד הענדעד שעכטן צומות הגידין טשיקענס. און דאס איז טאקע נישט אין קיין צווייט פלאץ וואו די "בית השחיטה המהודרת". דעריבער זענען די אהרונים ביזי ריינצואוואשן דעם סקאנדאל פון דעמאלס, וואס איז נאך אגב קיינמאל נישט פארראכטן געווארן כדבעי, ווייל זיי נעמען נאך אלץ פון די שוואכערע סארט טשיקענס פון די "מאריס" פארעם. ‎​
 
אזוי אויך פלאגן זיי זיך מיט נאך א רייע סקאנדאלן די לעצטע שטיק צייט. דער קלימאקס איז געווען דאס אויפזאגן דעם ענערגישן פירער פונעם בית השחיטה, יואל ווייס, וועלכע האט געפירט דעם שלאכט הויז ביד רמה, און אים ערזעצט מיט א קרוב משפחה פונעם בעל הבית וד"ל. און כדי דאס אלעס צו פארדעקן נעמט מען ארויס דעם טיפישן ארוני טריק און מ'הייבט אן באשמוצן אז ס'טויז נישט "ביי יענעם". ‎​
 
דער שלייער פון די שקרים וואס זענען ערשינען נעכטן אין בלאט האבן געטראסקעט נאך איידער וואס און ווען, ווען מיטוואך נאכט, גייענדיג צום דרוק ווי דער בלאט רופט עס, האט זיך מאיר הירש געמאנגלט אין לעבעדיגע טשיקענס פאר זיין בית השחיטה, האט ער אנגערופן נישט קיין צווייטן ווי דעם פלענט אין פענסילוועניע וואס איז פארפעסטעט מיט צומות הגידין לשיטת שמואל ווידער, און געבעטן זיי זאלן אים אריבערשיקן א שימפמענט פון לעבעדיגע טשיקענס. ‎​
 
עס איז צום האפן אז דער בלאט וועט מאכן א איבערקערעניש וועגן דעם סקאנדאל אז מ'האט געשחט'ן צומות הגידין טשיקענס נעכטן אין בית השחיטה המהודרת אין קרית יואל, און פארלאנגן פון אלע אהרונים אז זיי זאלן דאס אוועקשליידערן אין גארבידזש.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2012 14:43 לינק ישיר 

וואס איז די נפקא מינה פון ווי מ'נעמט די טשיקנס אויב מ'איז דאס בודק  ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2012 16:37 לינק ישיר 

סענאטר, נעקטע מאל פרעג דיך נאך מציאות הדברים איידער דו אטאקירסט

צומת הגידין איז א זאך וואס קען פאסירן ביי יעדן טשיקן, נישט קיין חילוק פון וועלכע פארום ס'קומט, אין קרית יואל האט מען אויך געטראפן די לעצטע פאר וואכן א גרעסערע פראצענט צומת הגידין ווי געווענליך, דער פראבלעם דא איז, אז אין קרית יואל איז מען בודק כסדר, און אין אנדערע פלענטס איז מען קיינמאל נישט בודק, נאר אז ס'מאכט זיך א פריוואטע מענטש קומט נעמען און ער וויל זיך אליין בודק זיין און טרעפט, דעמאלטס ווערט א איבערקערעניש, און קרית יואל פלעגט מען נישט בודק זיין, ווייל ס'האט געהייסן אז ס'איז בכלל נישט מצוי, למעשה איינמאל נאכדעם וואס מען האט געטראפן אביסל, טאקע ווען ס'איז געווען די איבערקערעניש מיט דעם ת"ח פון לעיקוואד, האט רבינו שליט"א געמאכט א תקנה אז מען מוז יעדעס מאל בודק זיין, ווי באלד מען זעט אז מען טרעפט, אנדערש ווי מען האט געמיינט ביז היינט אז מען טרעפט בכלל נישט, און זינט דעמאלטס איז מען בודק יעדן טאג, און ס'איז דא געוויסע מאל תקופות וואס מען טרעפט א גרויסע פראצענט, אנדערע טרעפן נישט פשוט ווי מען זוכט נישט.
יעצט מאיר הירש האט געמעגט נעמען "לעבעדיגע" טשיקנס פון ווי ער וויל, ס'גייט אנקומען אין בית השחיטה גייט מען דאס בודק זיין, און וועלכע ס'האט צומת גידין גייט אין גארביזש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2012 17:01 לינק ישיר 

וואלן-סח, יש''כ פארן ברייט מסבר זיין מיין פוינט. ביטע ארויסשרייבען ווער ''רבינו שליט''א'' איז, ווייל לכאורה איז ער נישט די רבי פון אלע ליינערס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2012 18:29 לינק ישיר 

דאס איז נאר אויב גיימיר מיטן מהלך אז די זאלי הינער זענען די "ריינע ראסע" הינער,

אבער מיר גייען בשיטתינו, ווי די אמעריקאנער קאנסטיטוציע:

all chickens are created equal under g-d

ממילא איז די באמבע נישט מער ווי א נפיחה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/3/2012 00:22 לינק ישיר 

די שוידערליכע סקאנדאל וואס די בלאט האט געשריבן מיט גרויסע פאנדזשעלא אותיות אויפן פראנט פעידזש האט פאראורזאכט אז הונדערטער מענטשן זאלן צאמפאלן פאר חלשות פון די שרעקליכע אויפדעקונג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/4/2012 00:37 לינק ישיר 

דאסטארס

וואס איז פשט פון דעי סארט שפראך

זאגט מיר דעם אמת :

איז אמת אז מען טרעפט צומות הגידין אדער נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/4/2012 01:48 לינק ישיר 

ניין ס'איז בלויז א הייד פארק ערפינדונג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/4/2012 17:11 לינק ישיר 


סעקיוורא זאגט אז יא? דער ספרדישער רב זאגט אז יא? זענען זיי שרייבערס אויף הייד פארק?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > באמבע: מאיר הירש באשטעלט א.ג. "טריפה" טשיקענס פון פענסעלוועניע פלענט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext