איז פארהאן אן א עצירות אין ראדני?
אין ''איד'' פון פרשת צו אינעם צווייטן חלק אויף עמוד 11 , אונטערן קעפל ''טעגליכע פארשריט מיט ''לפאר ולרומם'' אקטיוויטעטן אין בית המדרש הגדול'' , שטייט אין באריכט בתוך הנייעס כדלהלן:
''אויך דאס הענגען די מודעות איז איינגעהאלטן אויף ספעציעלע באשטימטע ערטער; באזונדערע דעזיגנירטע פלעצער פאר די קהלישע מודעות פון שיעורי תורה און התאחדות אברכים.
אלע בית הכסא'ס זענען ציכטיג ריין אויפגערוימט און זויבער אויפ'ן בכבודיגסטן פארנעם; איבעראל, אויף טריט און יעדן שריט , מערקט זיך און ס'איז קענטבאר אז דא ארבעט מען מיט כח און מחשבה
ארויפצוברענגען די 'מעינטענעס און זויבערקייט' אויפ'ן העכסטן שטאפל.'' ( עד כאן פון באריכט אין איד)
יעדעס ווארט פון באריכט איז זיס ווי צוקער.
מיין שאלה איז נאר , צו עס איז דא אן עצירות אין ראדני, אז ביז פסח וועט מען שוין נישט נוצן די '' בית הכסא'ס וואס זענען ציכטיג ריין אויפגערוימט און זויבער אויפ'ן בכבוד'יגסטן פארנעם''?
|
|