בית פורומים כל העולם כולו

קויפט נישט ביי מארסי גארדענס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/4/2012 17:48 לינק ישיר 
קויפט נישט ביי מארסי גארדענס


היות די טעראריסטן וואס פארפירן קעגן די אויסגעהאלטענע מאגעזינען גיין אן מיטן פולן טעמפא
אין סטראשען רבנים אז מען מיז זיך צישטעלן צי זייער פונסטערע מערכה.

אין ליידער א טייל פין די טעראריסטן זענען שוין לעצטענס געווארן מילאנערן פין מאכן פאלעסיס אויף מענטשן וד"ל
אין זיי זענען נאך נישט ציפרידן אין זיכן וואס מער פאוער אין געלט.

זענען זיי געגאנגען פאריגע וואך צי די אייגענטומער ווי " מארסי גארדענס  " אין געזאגט אז טאמיר ער ווארפט ארויס די אויסגעהאלטענע מאגעזינען וועלן זייי אים ציברענגען 200 קאסטעמערס.

ווילן מיר בעטן דעם חשוב'ען ציבור נישט איינציקויפן ביי מארסי גארדענס ביז ער נעמט צוריק די מאגעזינען
מען זאל ח"ו נישט זאגן חוטא נשכר.



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/04/2012 04:31:27




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/4/2012 21:39 לינק ישיר 

נאכ'ן מיטהאלטן נעכטן פוירסט-הענד וויאזוי מען טעראריזירט א גראסערי אין וויליאמסבורג, האב איך באשלאסן אז איך מוז שרייבן אפאר ווערטער וואס ליגט מיר אויפ'ן געדאנק וועגן די שטערן מערכה.


צוקוקנדיג וואס דא קומט פאר און וויאזוי די מערכה ווערט געפירט, איז ממש אומגלויבליך צו זען וואספארא מצב מען האט זיך דערקייקלט.


די סטראבעריס און די טרויבן זארגט זיך קיינער נישט ארומצוגיין אין די געשעפטן זיכער מאכן אז אלע שליידערן ארויס די פעקלעך וואס מ'קען חלילה עובר זיין צענדליגער לאווין דאוריתא מיט איין ביס? נאר דער שטערן און שפאקטיוו איז ממש עפעס וואס די טייערע יונגעלייט שפירן אז עס איז ניטאמאל גענוג אן איסור גמור וואס לויפט יעדן טאג פריש אין די מודעות, נאר ממש מען מוז זיכער מאכן אז די גראסעריס האבן נישט דעם טריפה'נעם חפץ? מען דארף דאך זיין בלינד און שטום נישט צו שמעקן אז דא ליגט א פערזענליכע נגיעה וואס שטופט זיי אזוי צו פירן די מערכה.


זייער הייליגע אש קודש האט זיך ניטאמאל איינגעשטילט מיט'ן טאן אזא זעלטענע שריט ווי ארומגיין צו יעדן גראסערי פערזענליך און פאדערן און פארלאנגען ארויסצואווארפן דעם שטערן, וואס וואלט שוין אויך געווען מאדנע, נאר טאקע גיין איין מאל, נאכאמאל און ווידערמאל, און פשוט נישט אפלאזן ווער עס וויל זיך נישט צושטעלן. און דערצו נאך סטראשען און טעראריזירן די וואס וואלטן שוין לאנג נאכגעגעבן, נאר זיי ווילן פשוט נישט אויפרעגן די קאסטומערס און אוועקנעמען פון זיי א זאך וואס זיי קויפן שוין צען יאר, הייבט מען זיי אן דערגיין די יארן און סטראשען אויף אלע ערליי אופנים. איז דאס תורה'דיג? קען דען איין גראסערי אייגנטימער זיך איינרעדן אז די מענטשן פירן "א הייליגע קאמף"?


מיר טארן זיך נישט לאזן פון זיי. קליינע ראצערלעך טארן קיין שליטה אויף א ציבור נישט האבן. זיי קענען נישט קאנטראלירן וואס די גראסערי זאל פארקויפן.


דאס איז שוין אויסער די לאך וואס זיי האבן זיך אליין געגראבן מיט'ן קעמפן דוקא נאר קעגן די שטערן/שפאקטיוו, אבער נישט קעגן אלע צייטונגען און מאגאזינען, וואס קיין שום פארשטענדליכער בעה"ב קען מען נישט איינרעדן אז זיי זענען אויף א העכערע לעוול ווי דעם שטערן.


שוין אפגערעדט מיט דעם וואס זיי האבן שוין נאכ'ן אפדרוקן דעם איסור קעגן "שטערן" ארויסגעשניטן דעם "בליץ", וואס די רבנים המתירים שרייבן קלאר אז זיי האבן געהערט פון עטליכע חותמים אז זיי האבן ניטאמאל געוואוסט אז מען האט ארויסגענומען די לעצטע רגע דעם בליץ פונעם איסור, נו, קען דאס איינער מסביר זיין? קען נאך איינער חלומען אז די גאנצע אזויגערופענע "איסור" האט עפעס אן ערנסטן ציל. ס'הייסט נאך א לאנגע דין ודברים און זיך קאכן אין די סוגיא און דן זיין די צדדים להיתר ולאיסור, האט איינער געטראפן א פלא'דיגן קצות וואס האט צונישט געמאכט דעם חלק פסק וואס באציעט זיך צום בליץ און עס איז באשלאסן געווארן אים ארויסצונעמען... טייערער רב, איר האט פארזען אן אפענעם פסוק: כי השוחד יעוור עיני חכמים (און כ"ש ...)


נאך א פירכא קשה מאוד: אויף אן אויסגאבע וואס האט רבנים וואס שרייבן קלאר אז זיי האלטן אן עינא פקיחא און די שטערן אייגנטימער רעדן זיך דורך מיט זיי אויף יעדן טריט, גייט מען מאכן אזא שארפן איסור? אין אנדערער ווערטער, האט מען דערמיט ארויסגעגעבן און באשמיצט די רבנים און דיינים וואס שטיצן דעם שטערן און מען זאגט זיי "איר זענט נישט גענוג ערליך! איר זענט א באנדע ליידיגגייער! עס איז אסור צו ליינען די זאכן אויף וואס איר זאגט מותר!" דאס איז דאך א חוצפה נוראה און א בזיון התורה.

אבער לאמיר שוין זאגן אז די רבנים האבן אזוי איינגעזען און האלטן זיך פאר גרעסערע דור-פארשטייער ווי די רבני המתירים. פיין, מען האט שוין געזען א מחלוקת צווישן רבנים. זיי האבן געקענט ארויסגעבן זייער חוות דעת קודש און דאס פארשפרייטן איבעראל. אבער צו גיין נאכדעם און פירן א נידריגע קאמפיין, וואס קוקט אויס ממש ווי א פאליטישע שפיל, איז דאך שוין גאר אן אנדערע מעשה. צו ארומגיין צו די געשעפטן און פרובירן ארויפצווינגען אויף זיי בעל כרחך ארויסצואווארפן אן אויסגאבע וואס האט א רב וואס געט זיין גושפנקא דערויף, איז דאך א חוצפה און א פרעכהייט.


צי למשל אויב חסידים פונעם וואלאווע הכשר האלטן אז מען טאר געוויסע פראדוקטן פון התאחדות ממש נישט ארייננעמען אין מויל, וועלן זיי יעצט גיין פרובירן צווינגען די געשעפטן ארויסצואווארפן התאחדות פראדוקטן? העכסטנס קענען זיי מעורר זיין פאר ווער עס וויל הערן, אבער צווינגען? אפילו חוג חת"ם סופר הכשר האב איך נישט געזען מען זאל צווינגען די געשעפטן ארויסצושטעלן. איך האב אויך נישט געזען די זעלבע פרומע יונגעלייט ארומגיין צו די ספרים געשעפטן און זיי צווינגען ארויסצוטראסקען די אלע ספרים וואס זענען נישט אין איינקלאנג מיט די שיטה הק'. איך בין סאטמאר, אבער יענער נישט. די זעלבע דא, דו ווילסט נישט קויפן די שטערן, קויף נישט. קענסט אפילו אויך מעורר זיין אנדערע דערוועגן און הענגען פלאקאטן. אבער צווינגען די געשעפטן דאס ארויסצוטראגן, זיך גאר שלאגן מיט זיי ארויסצושטעלן אן אויסגאבע וואס האט א רב וואס שרייבט "כשר וישר", דאס טוט מען נאר ווען מען פירט א פערזענליכע קאמף, דאס איז נאר ווען מען וויל "ווייזן", נאר ווען טעראריסטישע בלוט לויפן אין די אדערן.

ווי זענען די זעלבע טייערע יונגעלייט וואס פירן דא די מלחמות ד', ווען עס קומט צו די אנדערע, אמת'ע פראבלעמען פונעם דור. פארוואס באגנוגן זיי זיך מיט א צעטל קעגן דעם מלאך המשחית אינטערנעט? פארוואס לויפן זיי נישט ארום צו די געשעפטן און צווינגען זיי נישט צו פארקויפן די קלוגע טעלעפאנען. כאטש נישט פאר קיין בחורים. כאטש נאר מיט א פילטער. אדער עפעס אנדערע איידיעס, אבער עפעס, צו ראטעווען דעם דור פון דעם גרעסטן רוחניות'דיגן געפאר וואס איז נאר לכ' אמאל געשטאנען און באדראעט דעם אידישן פאלק.

און דער אינטערנעט האט נישט קיין איין רב וואס געט א היתר, און אפילו יעדער עמך איד איז מודה אז עס איז די גרעסטע געפאר פאר יונג און אלט און עפעס מוז דראסטיש געטאן ווערן. אבער קיין ווארט הערט מען נישט פון די טייערע יונגעלייט. זייער צייט איז צו באגרעניצט ווייל זיי מוזן באקעמפן דעם שטן אליין: דעם שטערן. נאר דער שטערן איז א געפערליכע פראבלעם וואס מען מוז ממש באקעמפן פאר אלע כוחות און צווינגען די געשעפטן דאס ארויסצושליידערן, אבער דער אינטערנעט? נישט געפערליך... איז שייך א גרעסערע פרוף ווי ערנסט זיי מיינען דא לשם שמים? מיר טארן נישט לאזן די געמיינע יונגען פירן דעם דור. מיט זייערע היץ-קעפ און פערזענליכע נגיעות קענען זיי א גרויסן שאדן טאן פאר'ן דור, ווייל עס איז ליידער נישטא ווער עס זאל זיך ארויסשטעלן זיי פייטן.

נאר מיר אלע צוזאמען קענען דאס באווייזן. מיר מוזן געבן חיזוק און שטיצע פאר די גראסעריס וואס ברעכן זיך נישט פון די פארשלייערטע טעראריסטן.

אזוי ווי די דורכגעפאלענע מערכה קעגן קול מבשר, וואס דארט האבן זיי פשוט גארנישט געקענט טאן ווייל זיי קענען נישט קאנטראלירן וועלכן נומער די מענטשן וועלן דייעלן אויף זייער סעלפאן, האבן זיי פרובירט אנדרייען די אדווערטייזער. אבער עס האט זיך זיי נישט אויסגעארבעט און קול מבשר וואקסט און בליעט, להנאת אלע טויזנטער צוהערער (אריינגערעכנט דיינים און רבנים). די זעלבע וועט האפנטליך זיין מיט דער שטערן. נאר אויב וועלן די טעראריסטן עפעס אויפטון, דעמאלט האב איך מורא וואס עס וועט קומען נעקסט. דאס מיינט אז זיי קענען פשוט קאנטראלירן דעם וויליאמסבורגן ציבור כאוות נפשם הטוב. און דעמאלט איז צרות צרורות.

זיי מאכן אויך קאלט דעם לעצטן ביסל ערנסטקייט וואס מען פרובירט נאך די קינדער זאלן אויפוואקסן אינעם היינטיגן דור צו "קאמפיינען". אויב אונזערע קינדער זעען נאר קאמפיינען קעגן דידזשיטעל קאמעראס און דער שטערן, און ער זעט אז ביידע האבן די עלטערן אין שטוב, ווייל אפילו אויב די גראסערי וועט נישט פארקויפן דעם שטערן, וועלן עס די קאסטומערס גיין קויפן ביי די ניוס סטענדס אדער וועט מען באשטעלן א סובסקריפשאן. יעצט וויאזוי וועט ער אנקוקן די קומענדיגע גרויסע פלאקאטן קעגן אנדערע פירצות, ווי דעם אינטערנעט? אלעס וועט דאך ביי אים ווערן א פשוטער וויץ און קיין שום קאמפיין וועט מער נישט האבן קיין גרויס חשיבות.

אויב מ'וועט נישט באצייטנס אפשטעלן די טעראריסטן וואס ווילן נעמען דעם היימישן ציבור אויף די אייגענע פלייצעס געצווינגענערהייט, אויב זיי טוען איינטיילן די רבנים און די געשעפטן וואס יא און וואס נישט, אויב זיי קענען זיך אפן ארויסשטעלן קעגן די רבנים המתירים און זיי אזוי פארשעמען מיט'ן וועלן "צווינגען" די גראסעריס ארויסצושטעלן זייערס א פראדוקט, איז א גרויסער בראך אויף דעם קומענדיגן דור. אפשר דאס מיינט די פני הדור כפני הכלב, נישט די רבנים נאר די וואס האבן זיך אליין דערקלערט אלס די "פני הדור" וואס ווילן אלעס פירן לויט זייער פארשטאנד און ווי זיי דיקטירן, און זיי זענען שוין טאקע ממש כפני הכלב, וואס שמעקט אריין זיין נאז אין אלעמען, אפילו ווי עס באלאנגט נישט.

מיר טארן נישט בלייבן זיצן מיט פארלייגטע הענט. לאמיר שטיצן און מחזק זיין די גראסעריס וואס האלטן זיך פעסט און זיי ווייזן אז דריי יונגעלייט פארטרעטן "נישט" די איבריגע 99 פראצענט היימישע אידן. עקסטרעמיסטן טארן קיינמאל נישט האבן קיין האנט צו קאנטראלירן. מיר ווילן הערן דעת תורה, נישט דעת ה'עקסטרעמיסטן מיט פערזענליכע נגיעות און מעשי אלימות.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/4/2012 01:32 לינק ישיר 

איך האב נישט געוואלט אריינרעדן אינעם ענין ווייל מקען זיך נישט אננעמען אויף א זאך וואס איז סוף כל סוף אפילו לויט די רבנים המכשירים נישט קיין לכתחילה און קאצפיינען דארף מען אויף חומרת והידורים נישט אויף אראפ
אבער אויב איז אמת אז די טעראר באנדע פון דעם וואס איז רייך געווארן אויף הרגענען א איד און ער פירט טעראר קעגן יעדן וואס גייט נישט מיט זיין פארדרייטן שכל וואלט מען געדארפט איינמאל פאר אלעמאל אויסרייסן די עניגע ממחנינו אבער א שאד אז די מערכה איז אויף דעם וויל די מאגאזינען וועל איך ממילא נישט קויפן אפילו מיט א השגחה א שאד אז מקען נישט אנפירן א מערכה קעגן די חברה ביי זייערע הריגות אויף מענטשן און ביי זזיערע קאמפיינס צו העלפן חאתרא קדישא צו גראבן קברים פאר גרויס געלט וכדומה
אבער אויב איז נישטא קיין מערכה יעצט נאר דאס איז ווער סהאט שכל גיבט כאטש א גוט ווארט פאר אזא גראסערי וואס לאזט זיך נישט פון די חברה
און אז מרעדט שוין יא איבער פירן ערנסטע מערכות דורך רבנים נישט דורך בלוט זויגערס מיין איך לעניית דעתי אז דער עיקר פוינט קעגן די מערכה פון די סיקריקין לגבי די יעצטיגע נושא איז בעיקר די ווערטער פון הרב דיפלא:
 
"זיי מאכן אויך קאלט דעם לעצטן ביסל ערנסטקייט וואס מען פרובירט נאך די קינדער זאלן אויפוואקסן אינעם היינטיגן דור צו "קאמפיינען". אויב אונזערע קינדער זעען נאר קאמפיינען קעגן דידזשיטעל קאמעראס און דער שטערן, און ער זעט אז ביידע האבן די עלטערן אין שטוב, ווייל אפילו אויב די גראסערי וועט נישט פארקויפן דעם שטערן, וועלן עס די קאסטומערס גיין קויפן ביי די ניוס סטענדס אדער וועט מען באשטעלן א סובסקריפשאן. יעצט וויאזוי וועט ער אנקוקן די קומענדיגע גרויסע פלאקאטן קעגן אנדערע פירצות, ווי דעם אינטערנעט? אלעס וועט דאך ביי אים ווערן א פשוטער וויץ און קיין שום קאמפיין וועט מער נישט האבן קיין גרויס חשיבות."

מדארף האבן שכל און פירן א מערכה וואס האט א קיום וואו למשל קאמפיינען סזאל זיין ווי מער כשרע מאטריאל און מער און מער זאלן ארויפלייגן השגחות די זעלבע מיט דיזיטעל קאמערעס ווילסט מאכן כשרע זייער חשוב מיר זענען עס מחזק ביזן סוף אבער זאג נישט אז ווער סהאט נישט איז א גוי אין דער צייט וואס נארמאלע ערנסטע מענטשן האבן עס אין דער צייט וואס דאס איז בלויז א גדר טאקע חשוב אבער פארט איז עס נישט דומה אפילו צו די אינטערנעט סעלפאונס וואס אינג און אלט ווערן חלילה נכשול מיט ראיות אסורות יעדע רגע רח"ל
איך הער אז די ערנסטע עסקנים וואס האבן געבעטן רבינו שליט"א מעורר זיין דערוועגן מוצש"ק יתרו ביים חינות הבנות אווענט אין ק"י און דער רבי האט עס בלויז ארויסגעהויבן און נישט געאסרט די אנדערע.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/4/2012 04:29 לינק ישיר 

איך האב נישט געוואלט אריינרעדן אינעם ענין ווייל וויפיל איך ליין אין הער פארשטיי איך נישט די פראבלעם,
AMI האב איך נישט אריינגעלאזט פון די צווייטע וואך אפילו מ'האט דאס פארקויפט אין אלע היימישע גראסערי ווייל ס'איז א גיפטיגע מאגעזין, די זעלבע איז מיט אוצרות. (יא, די בלאט האבן מיר יא...)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קויפט נישט ביי מארסי גארדענס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext