| נשלח ב-16/4/2012 02:10 |
|
| |
א פארווייטאגטע בריוו פון א זאלי איבער די קעמפס
נעבעך, ווער קען אים העלפן?

|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2012 03:19 |
|
| |
איך ווייס נישט די קראנטקייט דערפון אבער אזויפיל גלייב איך זיכער נישט אז די זאליס פלאנען צו אריינטראגן זייער עולם אין דאמפ אריין מיטן חשבון פון סאסייד איינער האלט אז יא? זענען זיי טאקע שוין אין א מצב פונקט ווי בני המן צו מאכן לעג ולקלס פון די צאן קדשים אקוראט ווי זיי ביי די רביצין? אויב יא איז עס געוואלדיג דער ציבור מעג שוין איינזעהן ווער די חברה זענען, דער איד וואס וויל אפטיילן בני המן פון זאליס וועט האבן א שווערן דזשאב ווען כלל ישראל וועט צו זעהן אז נאך השמטה מדין תורה און גזילה לעיני השמש פון אלע בנינים אז עפעס גייט זיי נישט מיט די גניבה וועלן זיי ראנשטאט זיך אראפזעצן זיך ענדערשט אראפציען דעם הוט און שרייען קאזאק הנגזל און מאכן לוויית אפשר קען מען בעטן בני יואל זאל מנדב זיין די 5 ספרי תורה און מוועט מכבד זיין דעם שגיון לדוד מיט איינס און ר' זאלין מיט די 2טע און מענדי זיין ברידער מיט די 3טע און הערשי זיין זוהן די פערטע אברהם שייע וועט לכאורה אפלאזן דעם פארשטינקענעם פיש ממילא וועט די 5טע בלייבן מעגליך פאר דעם אינגעל וואס וועט געוואונען א בר מצוה בזיון כנהוג במחנה רב טוב ע"י השגיון... אבער שמעתי אז זיי ווילן אויך פארמיידן בזיונות און זיי זוכן שוין א קעמפ אפצודינגען אבער פון דין תורה אדער פארהאנדלען איז דערווייל קיין רעדע ווארים מהאלט דאך נאך נאר ביי די 5טע מכה און ויחזק ה' את לבם כדי צו ווייזן דעם אויספיר פון חז"ל אז סוף גנב לתלוי'...
תוקן על ידי גרוינים ב- 16/04/2012 03:20:28
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2012 03:41 |
|
| |
איי גיימיר האבן די קעמפס, אין די אהרונים וועלן בלייבן מיט די צינג אינדרויסן, ביז 2 וואכן באקומען מיר דעם פערמיט אין די אהרונים וועלן שרייען גנבים!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2012 04:48 |
|
| |
אקעי גיי מיר ציילן ספירה ביז 2 וואכן.
אינדער צווישען גייען די זאליס אויך באקומען א פערמיט אויף די נייע ווילסאן שול, און די בני יואל גייען צוריק טאנצען מיט די תורות אין אן אפענע קרעטשמע...
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2012 04:57 |
|
| |
איז דא איין נארמאלער מענטש וואס האלט אז מיר גייען נישט האבן די קעמפס? די גנבים האבן פראבירט גנבענען סואט 8 אין האבן באקומען א פייג, זיי האבן געוואלט גנבענען די מצה בעקערי אין באקומען א פייג, אין יעצט גייען זיי באקימען דעם דריטן פייג.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2012 06:28 |
|
| |
חלה דעקעלעך....
די אפיס גייט אן אין פולן שוואנג, מען האט היינט געפאקט און אדרעסירט רוב אפליקעשאנס, עס גייט מארגן אריין אין פאסט אפיס.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2012 06:42 |
|
| |
תוקן על ידי גרוינים ב- 16/04/2012 07:04:17
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2012 07:02 |
|
| |
מנהל ביטע אראפנעמען די 2 ליידיגע קעסטלעך מטעות
תוקן על ידי גרוינים ב- 16/04/2012 07:06:53
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2012 07:04 |
|
| |
| שחמט כתב: |  | | איז דא איין נארמאלער מענטש וואס האלט אז מיר גייען נישט האבן די קעמפס? די גנבים האבן פראבירט גנבענען סואט 8 אין האבן באקומען א פייג, זיי האבן געוואלט גנבענען די מצה בעקערי אין באקומען א פייג, אין יעצט גייען זיי באקימען דעם דריטן פייג. |
|
לאמיר אייך זאגן צו סאיז דא איין נארמאלע מענטש? אין אייער לאגער בכלל נישט!!... און טאקע דערפאר איז דאס אומגלויבליכע דא צו זעהן וואו נאכן קלארן פסק פון די העלט דיפארטמענט אז סאיז נישטא גארנישט ביז מפארהאנדעלט קען מקוים ווערן מיינע פריערדיגע שורות תוך כדי דיבור וואו די זאלמונים שרייען קאזאק הנגזל און גרייטן זיך צו גיין סאסייד, שיין דערלעהבט, קיעפ אן אין די פיסטריט פון קאנגראגעישאן בית יואל, ווארט אויף פאליציי און דאן וועלן די אלטסן קאונטי פאליציי ווערן קעי דשוי בויעס און מוועט מאכן לוויית מיט ספרי תורה..
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2012 09:16 |
|
| |
די זאליס לעבן נעבעך אין דמיון, ביי זיי האבן זיי נעכטן געפראוועט די נעילת החג טיש אין די נייע ווילסאן שול, און די בית החיים באגראבן זיי ווייטער, און די מתיבתא אין קרית יואל פירן זיי, זיי לעבען אינעם עולם הדמיון.
ער פרעגט נאך צו עס איז די א מענטש וואס האלט אזוי, צו א מענטש האלט צו נישט איז אירלעווענט, די פראבלעם פון די זאליס איז, אז די געריכט האט אזוי געפסקענט אז די קעמפס האט נישט קיין בעל הבית, ממילא קען מען נישט געבן ליגאל קיין שום בעלות פאר קיינעם, און די העלט דיפארמענט שרייבט אזוי קליפ און קלאר אין זייער בריוו, און די אהרונים לעבן גאר אינעם עולם הדמיון.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2012 22:14 |
|
| |
ביי די זאליס איז די מצב אצינד כאדארדאם, דאס אפשפארן די קעמפ'ס איז פאר די זאליס געווען וואו זאלטץ אויף אן אפאנעם וואנד, און וואו פעפער אויף די וויידעל פון א ווילד פערדל,
דער סיבה איז פשוט, דער זאלי ווייסט אז זיין רעבע איז א גראבער מן הארץ, און א מושחת במידות שאין בדיגמתו, און גנב און א שמיציגע רויבער, און א ביליגער חמסן, און ער טאר נישט זיין קיין רב בישראל, און ער איז כסדר גורם בישות וחרפות פאר אלע וואס אינדענטעפעצירן זיך מיט אים,
די זאליס דערהאלטען האלטען זיך בלוז דאס חיות מיט די מעכטיגע גניבה וואס דער גנב וחמסן הדור ר' זלמן האט דירוך געפירט לעיני השמש שנת תשנ''ט אויף אלע בנינים וואס סאטמאר האט פארמאגט און וויליאמסבורג,
די פרעכע גניבה וואס זייער רבי זאלישעל האט דירוך געפירט דאס איז זייער גאנצע שטויס קראפט,
און ווען די גניבה הייבט זיך אן שאקלען, מיטן הצלת בית עלמין, מיטן פארשפארן דעם אייזענעם שול, מיטן פארשפארן די קעמפס, פאלן די זאליס אריין און א פארלוירענקייט, וואס איר קענט דאס אפליינען אויף זייערע זאלישע פעינעמער, און די דאזיגע טעג, זיי דערזען זיך דערשטיקט מיט דעם רבי זלמן הדשיגאני, און די גניבה גליטש זיך אזוי צוביסליך ארויס פון זייער הענד, און דער געגנבעטער בעט און וואס ר' זלמן פאפט יעדע נאכט לכה''פ עשר שעות רציפות, וואקעלט זיך, די בישה און ווייטאג איז דאך ביי זיי עד לב השמים, ליבי ליבי על חלליהם......
די מעסיגע זאליס שרייען אז זיי ווילן פארהאנדלן מיט סאטמאר,
אבער די בייסיגע שלעכטע יאקאבאוויטשליך שרייען בשום אין אויפן, ווייטער גיין מיטן קאפ און וואנט.... נאר אזוי.... און מאנעכע זאגען גאר אז דער גנב און מן הארץ רבי זלמן הדשיגאני איז אויך ביי די דאזיגע שיטה... גיין מיטן קאפ און וואנט.... נאר אזוי ...
לויט וואו איך הער איז סאטמאר אונגאנצען נישט פאראינרעסירט צו פארהאנדלען, עס איז גארנישט דא וואס צו פארהאנדעלן דא, קודם זאל דער רבי זאלי מקיים והשיב את הגזילה, און אויב האט איינער טענות אז מען דארף עפעס אראפ געבן פאר רבי זלמן הדשיגאני אויך, ווייל למעשה וויל ער דאך פארט זיין א רעבע, און היות ער איז א מן הארץ און א פאסקיצוועניק, קען ער נישט האבן קיין חסידים נאר טאמער ער האט ריעל עסטעיט, און ער איז עטוועטייזט אונעם ניזוויק, קען מען דאך גיין צו דין תורה, און אז דער דין תורה וועט זאגן אז מען דארף געבן פאר רבי זאלישל א שולכעל וועט זיך קהל גערן פרייען צו קענען אויס פאלגען וואס די תורה הק' הייסט, מיט זענען דאך פארט נישט קיין זאליס ח''ו,
עס בלייבט נאר איבער צו שטיין און דער זייט, און מיט האלטען וואו דער הייליגער ברך משה זי''ע שטייט אויבן און הימל, און פארארבייט מעשים אז זיין אייביגן רצון זאל נתמלא ווערן במלואה, און די גניבה וואס זיין בענאק האט דירוך געפירט, זאל ציריק צו אירע ארגינעלע בעלי בתים קהל יטב לב ד'סאטמאר.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2012 23:13 |
|
| |
טייערער מישמאש געווענלעך עגרי איך מיט וואס די שרייבסט אבער דא נישט, די קוקסט אויס צו עקסיידעט, הלוואי זאל מען מיט אט די דאזיגע שריט ברענגן אז די סכסוך זאל אנקומען צו דין תורה און עס זאל זיין וילמדו תועים בינה, אבער ווי עס קוקט אויס האלט מען ליידער נאך נישט דארט. זייט וויסן טייערער מישמאש אויב די ווייסט נאך נישט ביז יעצט, אז די זאליס זענען מלומד בשוחד ובחניפה ובטעראר, זייער גאנצער עקזיסטענץ ווי אזוי זיי זענען אנגעקומען ביז דא איז דאך דורכגעווייקט מיט שפיכת דמים גניבה גזילה רציחה וחניפה וטעראר חילול שבת ויו"ט ר"ל, און נאר דורך די אלע מעטאדען איז זיי געלונגן צו פארכאפן די גניבה, און נאר מיט דעם האלטן זיי זיך ווייטער, אז נישט מיט גוטן וועט עס גיין מיט בייזן, אמת אז ווי עס האלט יעצט קענען זיי נישט עפענען די קעמפס, אבער ליבי אומר לי אז ווען מען וועט דארפן גיין און קעמפ וואס איז נאך א קנאפע 9 וואכן פון היינט וועלן זיי שוין לכאורה האבן א פערמיט, ווי אזוי? פרעג מיך נישט, כ'האב דיר שוין געזאגט אז די זאליס זענען מלומד בשוחד ובחניפה ובטעראר, און אויף איינע פון די אופנים וועלן זיי עס לכאורה באקומען.
יעצט קומט די יארצייט פונעם הייליגן רבין דער ברך משה זי"ע וואס די אלע רשעים (כת הזאלונים בני יואל סקרוקים) האבן אזויפיל געצאפט דאס בלוט פון אים, לאמיר אלע מתפלל זיין אז רצון קדשו זאל טאקע פארווירקלעכט ווערן במילואו און אלע גניבות זאל אפגעגעבען ווערן פאר די ריכטיגע בעלים און די אלע רשעים זאלן נישט האבן קיין שום שליטה אויף אונז, און רבינו שליט"א זאל אונז פירן על מי מנוחות עבגוצ"א
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2012 23:18 |
|
| |
הרב גור,
קיינער איז נישט קיין נביא, און קיינער און טאקע קיינער ווייסט נישט וואס עס וועט זיין, צו די קעמפ'ס וועלן יא זיין אפן, צו נישט,
איך האב נאר געשריבען, וואס די מצב איז איצט, היינט איז דער קעמפ פארמאכט, וואס עס וועט זיין מארגן ווייס איך נישט,
|
|
|
|
| נשלח ב-17/4/2012 00:54 |
|
| |
נאכדעם וואס די אויסגעהינגערט-נאך-חיזוק ארונים האבן שוין די-יאר-אליין געטאנצן 4 מאל חסדי ד' און געבליבן אייביג מיט צינג אינדרויסן איין מאל אויף די גרויסע בראדוועי מצה בעקעריי איין מאל אויף די סאוט אכט שוהל (ווי די גאנצע שטאט האט מיטגעהאלטן נאך די שריפה וואספארא לוזערס זיי זענען געווען) איין מאל אויף די מעכטיגע UTA מוסדות אימפעריע ווען זיי זענען געלאפן פארהאנדלען מיט די באנק איין מאל אויף די מסירה אויף די קוואל וואסער פון די מצה בעקעריי
טאנצן זיי יעצט נ-אָ-כ-אַ-מ-אָ-ל צום #169,5498,469,6546,695469,65469,98469,987621619 'סטן מאל..... און די מלך הבעקערס שוערט יעצט נ-אָ-כ-אַ-מ-אָ-ל
אז יעצט מיינט ער עס שוין ערנסט און מיר האן די קעמפס. טאנצט יודעלעך
טאנצט אבער גרייט אייך שוין אהן נייע טעפּס פאר אייערע שיך ווייל איר גייט
נאך א סך יאר אזוי טאנצן אויף הין-און-צוריק-ראלער-קאוסטער רייד אויף וואס
איר זענט שוין נעבען פאר 12 יאר
כאפט אייך גוט אהן!
|
|
|
|
| נשלח ב-17/4/2012 02:20 |
|
| |
דער IAMSMART האט נעבעך געכאפט איין ערנסטע נערווען 'קעמפ' בראך, עס האט אים צוגעטרעטן צום הארץ.
איצט וועל איך דיר זאגן נאכמאל זייער קלאר אין די לעצטע יאר צייט זייט די קארט אוו אפילס אין אלבעני האט געפסקענט אז די בניני סאטמאר האט נישט קיין בעל הבית, איז ביי יעדע מלחמה פונעם פסק ביי אלע זאכן וואס זענען אונטערן נאמען קהל יטב לב האבן די אהרונים געווינען, בית החיים קרית יואל, פערמיט - ביהמ"ד החדש ווילי, און איצט האלט מען ביי די דריטע זאך די 2 קעמפס וואס דערווייל זאגט די העלט דיפארמענט קליפ און קלאר אז דאס בלייבט פארמאכט.
איבער די 4 זאכן וואס די זאגסט איז אזוי 1) מצה בעקעריי דערווייל איז נאך נישט געווען קיין מלחמה איבער די מצה בעקעריי, און אפשר קומט דאס איצט אויף די רייע. 2) סאוט 8 שול איז קיינמאל נישט געליגען אויפען נאמען פון קהל יטב לב, די פייט איז גאר אן אנדערע מסכתא, און די קעיס איז נאך אין געריכט. 3) UTA וואס די אהרונים זענען פארהאנדלען מיט די באנק. - ווייטער דאס האט נישט מיט קהל יטב לב. 4) קוואל וואסער - סתם געשאסען, קומט בכלל נישט דא אריין.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/4/2012 18:29 |
|
| |
איך הער שמועות פון די גאס, אז די זאלי לויערס האבן אנגערופן אונזערע לויערס אז זיי זענען גרייט אויף פארהאנדלונגען, האבן אונזערע לויערס באשטימט אויף פרייטאג צו האבן א זיצונג מיט זיי צו זעהן וואס זיי ווילן אלץ, און צו זיי האלטן טאקע ביי פארהאנדלונג.
סטעי טונד
איינער ווייסט עפעס מער ביטע מעלדן פארן ציבור.
|
|
|
|
|