אויך בין איך נייגעריג אויב ליינען דער איד אדער דער בלאט האט שוין אויך אפגעקאסט קרבנות ביי די יוגענט און צו מען גייט דערמאנען די פארטייאישע פאליטישע צייטונגען ביי די גרויסע אסיפה...
נשלח ב-16/4/2012 16:26
די אמת, איך זע נישט קיין אות אחת דערמאנט ספעציפיש דער שטערן צי דער שפאקטיוו אין די אלע צעטליך. ווייסטו עפעס מער פרטים פון וואס עס שטייט אויף די צעטליך וואס מ'הענגט אויף די גאס? איז דא עפעס פאליטישע מאטיווען וואס מ'באהאלט יעצט פונעם ציבור און מ'גייט דאס הערשט אויפשפילן ביים עצרת?
נשלח ב-16/4/2012 18:44
אומגעזונטע מענטשען איז שוואך געזאגט.
א דור מלא פראבלעמען און פון דעם אפגעריסענען נושא מאכט מען א גאנצע עצרת...נעבעך....
נשלח ב-16/4/2012 19:29
עס איז גארנישט קיין נייע סארט פאליטישע עצרת'ן.
די זעלבע עצרת השבת ספעקטאקלען וועלכע מאכט ליצנות פונעם שבת קודש יאר יערליך, און ווערט געטריבן דורך פאליטישע מאנעוורעס מיט א שלייער פון שבת קודש, איז דער איצטיגער עצרת א פאליטישע מאנעוורע.
נאך א וואונדער אז ביים עצרת השבת באטייליגן זיך נישט קיין 50'סטל פון די שטאט'ס אידישע באפעקלערונג. כפי השמיעה איז דארט געווען בערך 350 מענטשן, שוין מיט בחורים.
ליצנות איז אן אונטער-סטעיטמענט.
מהיכן דנתני וועט איר פרעגן: וועל איך ענטפערן:
אויב מ'זאל איין מאל אין יאר מאכן אן עצרת איבער דעם פלאג וואס הייסט "עטרת אברהם", אויף דעם פאברעך איז אינמיטן שטאט אין א הייליגע תלמוד תורה בילדינג מאכט מען חתונות כנגד רוב תושבי העיר, עס קומען אן לימוזינען יונגען און מוידן מ'זעט מיאו'סע סצענעס פון די געסט וועלכע באלאנגען נישט דא.
אלא מאי, אז אלעס איז פאליטיק, און עס טראגט טאקע אזא כאראקטער.
ודי בזה.
נשלח ב-16/4/2012 20:21
רבותי רבותי,
לאזט אייך נישט קאלט ווערן פון קיינע ליצים!
די אויסגאבעס זענען סם המוות ווי די רבי שליט"א האט ערווענט אין די דרשה חוה"מ, און מיר מוזן טוהן אלעס אין די וועלט זיי אויסצורוימען פון אונזער מחנה.
כולנו!!!
נשלח ב-16/4/2012 20:39
גערעכט, נאר די בליץ איז סם החיים !
לא לא לא לא לא
נשלח ב-16/4/2012 23:33
איך האב גראדע נישט קיין שום מיינונג לגבי די נושא דא.
אבער וואס זאגט איר האניג-זיסע ארונים'לעך ווען די מאנראו רבי האט געפירט זיין ישיבה גדולה פון יענער צייט לערך 400 בחורים, און געשיקט אויף אפאר שבתים אויף מאנסי א מנין בחורים "אויף איבער שבת!" (און די עלטערן האבן נעבעך געמיינט אז זייער זוהן איז אין ישיבה אויף שבת...) נאר כדי צו קענעם צאפן דאס בליט פון וויזניצע רבי מיט די שבת -בּעל:
דאס אז דו פארענטפערסט עס, צייגט אז די פאליטיק שטייט ביי דיר העכער ווי די תורה. ליידער.
נשלח ב-17/4/2012 18:05
אינטערסאנט, חול המועד זעמער אזוי געזעצען חברים און געשמוסט וועגן די 'שטערן' האט זיך ארויסגעשטעלט אז די ו משפחות וואס מ'האט ליב צו ליינען האבן געהאלטן אז ס'דייקא א גוטע זאך, ווידער די וואס ליינען נישט קיין סאך, האבן געהאלטן פארקערט, אפגעזען ווי פרום די משפחות זענען.
נשלח ב-17/4/2012 20:33
ארונים ענק פארענטפערן עס ווייל מדשתקי שמע מינה דניחא להו!
נשלח ב-17/4/2012 20:39
די עבירה איז מוטל אויף די בעליבתים און דיינים פון אייער קהילה.