בית פורומים אידישע געדאנק

אסיפה "חנוך לנער" קעגן די טריפה'נע מאגאזינן דער שטערן און שפאקטיוו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/4/2012 07:00 לינק ישיר 
אסיפה "חנוך לנער" קעגן די טריפה'נע מאגאזינן דער שטערן און שפאקטיוו



תוקן על ידי די_אמת ב- 16/04/2012 07:04:06




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/4/2012 11:26 לינק ישיר 

גייט מען אויך רעדן ביי דעם אסיפה וועגן דער מאגאזין ״דער בליץ״?

אויך בין איך נייגעריג אויב ליינען דער איד אדער דער בלאט האט שוין אויך אפגעקאסט קרבנות ביי די יוגענט און צו מען גייט דערמאנען די פארטייאישע פאליטישע צייטונגען ביי די גרויסע אסיפה...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/4/2012 16:26 לינק ישיר 

די אמת, איך זע נישט קיין אות אחת דערמאנט ספעציפיש דער שטערן צי דער שפאקטיוו אין די אלע צעטליך. ווייסטו עפעס מער פרטים פון וואס עס שטייט אויף די צעטליך וואס מ'הענגט אויף די גאס? איז דא עפעס פאליטישע מאטיווען וואס מ'באהאלט יעצט פונעם ציבור און מ'גייט דאס הערשט אויפשפילן ביים עצרת?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/4/2012 18:44 לינק ישיר 

אומגעזונטע מענטשען איז שוואך געזאגט.

א דור מלא פראבלעמען און פון דעם אפגעריסענען נושא מאכט מען א גאנצע עצרת...נעבעך....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/4/2012 19:29 לינק ישיר 

עס איז גארנישט קיין נייע סארט פאליטישע עצרת'ן.

די זעלבע עצרת השבת ספעקטאקלען וועלכע מאכט ליצנות פונעם שבת קודש יאר יערליך, און ווערט געטריבן דורך פאליטישע מאנעוורעס מיט א שלייער פון שבת קודש, איז דער איצטיגער עצרת א פאליטישע מאנעוורע.

נאך א וואונדער אז ביים עצרת השבת באטייליגן זיך נישט קיין 50'סטל פון די שטאט'ס אידישע באפעקלערונג. כפי השמיעה איז דארט געווען בערך 350 מענטשן, שוין מיט בחורים.

ליצנות איז אן אונטער-סטעיטמענט.

מהיכן דנתני וועט איר פרעגן:
וועל איך ענטפערן:

אויב מ'זאל איין מאל אין יאר מאכן אן עצרת איבער דעם פלאג וואס הייסט "עטרת אברהם", אויף דעם פאברעך איז אינמיטן שטאט אין א הייליגע תלמוד תורה בילדינג מאכט מען חתונות כנגד רוב תושבי העיר, עס קומען אן לימוזינען יונגען און מוידן מ'זעט מיאו'סע סצענעס פון די געסט וועלכע באלאנגען נישט דא.

איז דאס נישט ווערט קיין וויי-געשריי, כאטש איינמאל אין א שמיטה.

אלא מאי, אז אלעס איז פאליטיק, און עס טראגט טאקע אזא כאראקטער.

ודי בזה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/4/2012 20:21 לינק ישיר 

רבותי רבותי,

לאזט אייך נישט קאלט ווערן פון קיינע ליצים!

די אויסגאבעס זענען סם המוות ווי די רבי שליט"א האט ערווענט אין די דרשה חוה"מ, און מיר מוזן טוהן אלעס אין די וועלט זיי אויסצורוימען פון אונזער מחנה.

כולנו!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/4/2012 20:39 לינק ישיר 

גערעכט, נאר די בליץ איז סם החיים !


לא לא לא לא לא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/4/2012 23:33 לינק ישיר 

איך האב גראדע נישט קיין שום מיינונג לגבי די נושא דא.

אבער וואס זאגט איר האניג-זיסע ארונים'לעך ווען די מאנראו רבי האט געפירט זיין ישיבה גדולה פון יענער צייט לערך 400 בחורים, און געשיקט אויף אפאר שבתים אויף מאנסי א מנין בחורים "אויף איבער שבת!" (און די עלטערן האבן נעבעך געמיינט אז זייער זוהן איז אין ישיבה אויף שבת...) נאר כדי צו קענעם צאפן דאס בליט פון וויזניצע רבי מיט די שבת -בּעל: 

איז עס אויך געווען א פאליטישע ספעקטאל, אדער שווארצע טערראר...? 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/4/2012 23:40 לינק ישיר 

פארוואס מאכן טאקע נישט די ארונים א אסיפה קעגן עטרת אברהם?

חוץ פון שמוא' ווידער באדערט עס נישט פאר קיין איינע פון 16 מוצלעך?

און וואס האט הקדוש ר' מענדל צו זאגן דערקעגן?

און ווען הרב פרעזידענט פון שופר בלאט יוסף בראך האט שוין יא איינמאל פארופן א אסיפה דערקעגן האט זיך נישט באוויזן קיין איין גם אחד וואס זאל זאגן אז ס'טוט אים וויי?

אז ס'טוט וויי שרייט מען!
און אז קיין איין בעל-בית, דיין, רב, משמש, מקוה איד, טראק דרייווער, ריעל עסטעיט בראוקער, גמח אנפירער, זינגער, בדחן, אדער אפי' עני יונגערמאן מיט חתימת זקן, האט זיך נאך קיינמאל ארויסגערעדט דערקעגן איז א סימן אז ס'איז בּ.ש. - מילד גערעדט -.
נאר פאר היידפארק און בלאט שרייבער טוט עס וויי? נע! איך קויף עס נישט.

תוקן על ידי הנגיד_רבי ב- 16/04/2012 23:42:18




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2012 01:19 לינק ישיר 

ווער עס וואוינט דארט אדער גייט אפילו נאר דורך באקראי זעט וואס דארט טוט זיך ליידער.

דאס אז דו פארענטפערסט עס, צייגט אז די פאליטיק שטייט ביי דיר העכער ווי די תורה. ליידער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2012 18:05 לינק ישיר 

אינטערסאנט, חול המועד זעמער אזוי געזעצען חברים און געשמוסט וועגן די 'שטערן' האט זיך ארויסגעשטעלט אז די ו משפחות וואס מ'האט ליב צו ליינען האבן געהאלטן אז ס'דייקא א גוטע זאך, ווידער די וואס ליינען נישט קיין סאך, האבן געהאלטן פארקערט, אפגעזען ווי פרום די משפחות זענען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2012 20:33 לינק ישיר 

ארונים ענק פארענטפערן עס
ווייל מדשתקי שמע מינה דניחא להו!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-17/4/2012 20:39 לינק ישיר 

די עבירה איז מוטל אויף די בעליבתים און דיינים פון אייער קהילה.

ואנחנו את נפשנו הצלנו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2012 20:45 לינק ישיר 

פארוואס רעדט נישט הק' מענדעלע ביי תורה דערקעגן געוואלד ער וואינט דארט דערביי און ער האט די מערסטע שאדן (הנאה...) דערפון



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2012 20:50 לינק ישיר 

ער וואוינט די אנדערע זייט דאכצעך מיר.

צוויייטנס, איז די קשיא אויף די דיינים פון די קהילה וועלכע זענען מחפה אויף זייערע תועבות. נישט אויף פרעמדע רבנים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2012 03:02 לינק ישיר 

וואס איז דער חילוק צווישן עטרת אברהם, און עטרת חיה אדער ראוז קעסיל וכו^?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אסיפה "חנוך לנער" קעגן די טריפה'נע מאגאזינן דער שטערן און שפאקטיוו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext