|
|
| נשלח ב-18/4/2012 02:44 |
|
| |
אין סאיז שוין ווייטער שטיל....
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2012 02:46 |
|
| |
אוי! כ'האב ממש פארגעסן די אינטערעסאנטע נייעס, אז 'נחש ראצנבערג' אדמו''ר מפיפיק, איז געווען דערביי ביים שטראפן דעם בחור. יא, ווי זאגן אונז חז''ל, לא בחינם הלך הזרזיר אצל העורב! ראנטנבערג מיט ראזנבערג האבן אינדערשטיל א האנט אין הויזן טאש.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2012 02:51 |
|
| |
געדאנקן וואס טוט זיך מיט דיין הבטחה אז שפיטצער גייט נישט זיצן?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2012 04:12 |
|
| |
| געדאנקן כתב: |  | סערה בא, הלם עובר, וסקווירא לעולם עומדת
Storm came, the shock passes, and Square continues forever |
|
נישט צום גלייבן! אין אנדערע ווערטער זאגסטו זאל דער בחור זיצן אפילו הונדערט יאר, אבער דער סקווערער רבי זאל בלייבן שטארק איך מיין עטץ זאלטס שיקן נאך אפאר בחורים פארברענען הייזער, לדעתך איז דאך דער עיקר אז סקווער זאל בלייבן אוף אייביג
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2012 05:23 |
|
| |
געדאנקן איך קען דיר פארשטיין סיז זייער ווייטאגליך יעצט ווען א היימישער גייט זיצן אין טורמע פאר גאנצע 7 יאר ה"י א זאך וואס אונז קען מיר זיך נישט פארשטעלן וואס עס מיינט.
אבער די אויפברויז איז אויף ראטענבערג? הלמאי? ער האט אינטערגעצינדן די הויז? אויב איז פארהאן אויפברויז דארף עס זיין אויף די וואס פרעדיגן אמונה תפילות און ברענגן דערצו אז אינגע קינדער וועלכע זענען נאך נישט גענצליך ערוואקסן זאלן טון אזעלכע ווילדע שריט אן טראכטן פון די שווערע נאכפאלגן וואס עס קען ברענגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2012 06:07 |
|
| |
ב''ה סקווער האט א מסורה און אמונה און א שלשלת הקודש, ביי אונז איז נישטא די נשתכח, און נישט די כפירה און די איבריגע נארישקייטן, איין זאך איז דא משה קיבל תורה מסיני וואס דער רבי האט געלערנט דאס האט ער מקבל געווען פון זיין טאטע און זיין טאטע פון זיין טאטע. ווען ס'קומט איינער וואס איז קוים געבוירן, און פראבירט אויפקלערן, אז ס'דא אמעריקא, און דאס מיינט אז מ'מעג זיך אויספארצען און אויסקאקן אויף אלעס וואס איז קודש, וועלן מיר זען עס צו פייטן עד הסוף. מיר האבן דעם ראטנבערג און איבריגע קרעץ, עטליכע יאר געבעטן און געמוטשעט! ממש געמוטשעט, גיי דיר דיין וועג. פאר א תירוץ האט ער געוואלט פאר זיין אלטן כאטקע א פאנטאסטישע סומע, און אז מ'האט עס עהם נישט געוואלט געבן, האט ער אנגעהויבן טוהן אלעס אז מ'זאל עהם מוזן ארויסווארפן, אבער קיינער האט דאך עהם נישט ארויסגעווארפן, האט ער געזיצן אויף די נערווען, אזוי לאנג ביז ס'געשען וואס ס'געשען.. אז א בחור איז געווארן הייפער און עהם געוואלט פארברענען די פארטש. דער בחור האט נישט געוואלט פארציילן ביז היינט אין קארט, אז אמת ער האט געברענגט געז, אבער די פייער האט ער נישט אנגעצינדן, און ווען ראטנבערג האט זיך אנגעגאסן מיט געז ווען ער האט דערשטיקט דעם בחור, האט שאולי שפיצער עהם גאר פראבירט אויסצולעשן. דורך עהם קוילערן. אבער פארוואס ווען ווי, האט ער אפגעפיצט ווייל ער איז אויכעט געווארן אפגעבריט. נו ס'וואלט נישט געדארפט זיין קיין גאנצע געשעפט דערפון, אויב ראטנבערג וואלט נישט פלאקערדיג אהיימגעלאפן און נישט אויסגעלאשן זיך דורך קוילערן. די הצלה וואס זענען עהם געקומען העלפן האט ער 'פארשיקט'..! ביז ער האט נישט געקענט מער. באלט האט ער געוואוסט אז מיטן בחור האט ער ערגער געמאכט, און טאמער זאל די בחור עהם אפירנעמען פארן די מיאוסע צייכענעס אויף די בחור'ס האלדז, וואלט געווען.. האט ער געזאגט דער רבי האט געשיקט די בחור. די טיר האט זיך געעפענט, דער רבי אין טלית ותפילין האט געזאגט, יעצט נעם מיין טיליפ און גיי צינדט אונטער.. מ'האט גענועמן א זאק מיט געלט וואס אויף דעם איז דא אלץ נדבנים.. און געגאסן געלט פאר די מידיע, און ס'געפארן א חילול השם מסוף העולם ועד סופו. וועמענס זכות? ווען מ'האט עס געקענט פארגיטיגן מיט לאקאלע פארהאנדלונג. מנשה לוסטיג וואס האט נישט מורא צו זאגן זיין מיינונג, האט די גרופע אפאר מאל פראבירט אויפצוכאפן זיינע דרשות און פלעפלערייען דא דארט. אבער ווי זאגט יענער 'קען זיין דו ביסט קלוג.. אבער איך אויכעט'.. די געשיכטע האט נאך אסאך תוספות. אבער אויפן קיצור הלשון, מיר זענען דא צו בלייבן! ארץ אבותינו ושלנו לעד!!! נישט בחינם האט דער אלטע סקווערע רבי געבליטיגט און אוועק יונג, אז איינער ווי ראטנבערג זאל מאכן א פריצה בין החומות. איי עם סארי. און יעצט וועגן מיין ווייטאג. ווען דער רבי זאל זאגן, איך קען נישט מער איך געב אויף, גייטס צום מאנסי רעבע.. דעמאלטס זעמער חוזק. אבער ווילאנג ער איז דא מיט אונז. און מיר אטעמען און לעבן גליקליך און הייליג. קענען מיר נישט עפארדן צו ווערן בעצבות צוליב די הצלחה פון רשעים און מהרסי הדת. סקווער האט שוין מיט די יארן געהאט אופס און דאוינס.. מ'ווישט זיך אפ און מ'גייט ווייטער.. כ'גלייב אז אונזער רבי וואס האט שוין איינגעפירט שלום אין צענדליגע הויפן און קהילות, און וואס האט שוין באפרייט מיט מסירת נפש פון תפיסה און אויסגעהיילט און געהאלפן אסאך נשמות, וועט נישט רוען ביז ער וועט זען שאולי אינדרויסן. אבער די הייליגע זכות וואס ראטנבערג האט זיך איינגעקויפט מיט דעם פרשה. דאס האנדעלט זיך נישט איין א חוטא ומחטיא אין א יובל יארן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2012 07:32 |
|
| |
| טאטעלע כתב: |  | | געדאנקן וואס טוט זיך מיט דיין הבטחה אז שפיטצער גייט נישט זיצן? |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2012 07:43 |
|
| |
האב איך געזאגט! ווער בין איך?
אגב, איך האב נישט געהאלטן אז מ'זאל פייטן מיט עהם. ווייל ער האט געווארט אויף דעם. ווען מ'זאל באמת פאלגן דעם רבין - וואס זיין אמת'ע מהלך איז אויכעט מיין ארימע דעה געוועזען, וואלט דא געווען א אנדערע אויסקונפט. מיטן זאגן גילטי און מיטן טוהן אנדערע זאכן צוליב די 'גאס' האט מען נאר פארפאטשקעט.
איין זאך אבער, וואס דער רבי האט, האבן נישט קיין סאך, ראטנבערג האט געדארפט געלט האט ער עס ארויסגעקוועטשט פון אונז, ווען ער דארף אינטענטשען וואלט ער עס נישט באקומען אין א אנדערע חסידות, נאר דא האט מען זיך געהאלטן רואיג נישט גערעדט [אויסער איך] נישט צוריק נוקם געווען, ער קען ארומגיין פראנק און פריי, און זיינע הייליגע טעכטער דזשארגען נאך ארום אין סקווער צו ווייזן יעדן זייערע הערליכע קניען.. [כ'מיין, וואס דען גייען זיי מיט קליידער ביז העכער די קניען] און נישט צוליב מורא טוהט מען עהם גארנישט, דא זענען דא געטרייע סאלדאטן וואס קימערן זיך נישט מיט עולם הזה סטראשונגען, נאר ווייל ס'שטייט אין רמב''ם אז איינמאל דער מלשין און מסור האט שוין גע'מוסרט איז פארפאלן און מ'דארף פשוט אפשטיין פון עהם.
דער בחור פראמאוויטש וואס איז געווען אויף דראגס, און איז געווען ראטנבערגס א געפאנגענע קרבן, האט זיך לעצטענס צוריקגעכאפט. און דער רבי האט עהם געגעבן א דרך נישט צו כאפן צופיל פרומקייטן כדי נישט צוריק צופאלן. ממילא האט ער זיך אנגעשיכור'ט. און טאקע פורים האט ער אנגעטרינקענער הייט, אנגעקלאפט אין דעם מטורף און מסית ומדיח אליין, ביי זיין מאמעס הויז, און דער ראטנבערג האט עהם אנגעהויבן אריינזאגן אין אויערן דברי כפירה, האט ער עהם געגעבן א זעץ אין פנים, און אנטלאפן.
צו ער האט אנגצינדן זיין קאר, צו נישט, געדענקט ער נישט, אבער ראטנבערג האט דאך נישט קיין ראיה, איז ער געבליבן חוזק.. זאגט ער פאר די מידיע ס'איז א פרייוועט פייט.. אבער וואס האט אזוי אויפגערעגט פראמאוויטש? ווייל ראטנבערג האט עהם געזאגט, דו זעסט? איך האב דיר אייביג געזאגט אז מיטן פעדערעל און גויאישע קארט קומט מען אן! די יידישע דין תורות זענען בלאף, און די 'גאנצע תורה שבעל פה איז שטותים - עפרא לפומא. ביי די ווערטער האט ראטנבערג געכאפט א קלונגעדיגס..
פראמאוויטש קומט דאך פון יענע אונטערוועלט, ממילא האט נאך פורים געלאזט וויסן ראטנבערג, אז טאמער ער רופט עהם צו קארט, ווייסט ער אויכעט די אונטערוועלט וועגן און ער וועט נישט ניצן די סקווערע הענטשקעס און רחמנות.
עפעס פלוצלינג איז שטיל געווארן און ס'איז א פרייוועט פייט.. חחח
די סקווערע קהילה האט גערופן פראמאוויטש און געבעטן צו זאגן גילטי און איבערבעטן און מ'וועט צאלן די שאדן.. וואס האט הערשי פראמאוויטש געזאגט.. ''נאט גילטי'' און איך לאך פון ענק אלע.. [ווי מ'זעט אויפן ווידיאו ווי ער לאכט גייענדיג צום קארט און זאגן הויעך 'נאט גילטי'. ווען מ'האט מורא קומט מען אן ווי שפיצער. אז מ'ווייזט א פייג אין ראצנפאס אריין בעט ער נישט קיין האנט שפעטער.. און אז מ'האט געגעבן צוויי מיליאן בעט ער יעצט נאך.. יא יא.. ער בעט נאך געלט.
דאנט ווארי יעדע פעני וואס ער האט באקומען וועט ער נאך ארויפצאלן, מיר זעמער טאקע יעקב'ס קינדער אבער...
תוקן על ידי געדאנקן ב- 18/04/2012 08:00:46
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2012 17:01 |
|
| |
Rabbi Aron Rottenberg, second from left, leaves the Rockland County Courthouse on Tuesday after his attacker, Shaul Spitzer, was sentenced to 7 years in state prison. Ricky Flores/The Journal News

|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2012 17:10 |
|
| |
געדאנקען שרייבט:
"ב''ה סקווער האט א מסורה און אמונה און א שלשלת הקודש, ביי אונז איז נישטא די נשתכח, און נישט די כפירה און די איבריגע נארישקייטן, איין זאך איז דא משה קיבל תורה מסיני וואס דער רבי האט געלערנט דאס האט ער מקבל געווען פון זיין טאטע און זיין טאטע פון זיין טאטע".
איך בין נישט דא צו האקן און דיין רבי'ן אדער חסידות. אבער ווען דו שרייבסט די אויבנדערמאנטע ווערטער וויל איך דיר נאר זאגכן אז טאקע ביי ענק זעט מען קלאר דעם "נשתכח" נישט נאר פון דרך הבעל שם הקדוש נאר גאר פון די מסורה פונעם פריערדיגן רבי'ן הרה"ק מסקווירא זי"ע.
איך האב מערערע פרטים אין וועלכן מען קען דאס אנצייגן, אבער עס איז גענוג אנצוצוייגן אויפן ענין פון בילדער און פראפעגאנדע וואס דער פריערדיגער רבי זי"ע איז געווען סולד דערפון און אנטלאטן דערפון כמטחוי קשת.
היינט איז "דאס" דער חסידות אין סקווירא!
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2012 17:13 |
|
| |
| געדאנקן כתב: |  | | bla bla bla |
|
צומצום המוחות אויפן העכסטן שטאפל, אהן קיין שום בושה!
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2012 17:14 |
|
| |

|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2012 18:11 |
|
| |
געדאנקען טייערע
אלץ א גרויסע fan פון כבוד מעלתו ,וואס האט הנאה פון יעדע קליפ דיינע, האב איך ביז יעצט געמיינט טאקע אז איר האט אינסייט אינפארמעשען אז ראטענבערג וועט נישט זען קיין רויטע גרייצער, און אז ער וועט גאר גיין זיצן. למעשה הייב איך אן צו טראכטען אז די ביסט אזא גרויסע חסיד פון דיין רבי ווי איך, ס'איז פשוט א חלק פון דיין אינטערטעמענט קעריער...
GO מנשה GO
תוקן על ידי outspoken ב- 18/04/2012 19:03:38
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2012 19:15 |
|
| |
געדאנקען, האבן נישט די אדוואקאטן מייעץ געווען דעם מהלך, פון פליען גילטי און סעטלען די לאו-סוט, נו ומי יבוא אחריו, וואסי דען שייך צו געבן קרעדיט אדער בלעים פארן רבי'ן דאס איז א ערנסטע לאגאלע פלאנטער וואס מ'טוט וואס די אדוואקאטן זענען מייעץ
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2012 21:06 |
|
| |
| געדאנקן כתב: |  | האב איך געזאגט! ווער בין איך?
אגב, איך האב נישט געהאלטן אז מ'זאל פייטן מיט עהם. ווייל ער האט געווארט אויף דעם. ווען מ'זאל באמת פאלגן דעם רבין - וואס זיין אמת'ע מהלך איז אויכעט מיין ארימע דעה געוועזען, וואלט דא געווען א אנדערע אויסקונפט. מיטן זאגן גילטי און מיטן טוהן אנדערע זאכן צוליב די 'גאס' האט מען נאר פארפאטשקעט.
|
|
וויי געוואלד! אין סקווירא פאלגט מען שוין אויך נישט דעם רבי'ן?
|
|
|
|
|