|
|
| נשלח ב-18/4/2012 22:08 |
|
| |
איך זע דאך שוין ווי ענק זענען אנגעקומען מיטן נשתכח, און אונז מיטן גיין מיט אמונה פשוטה אינעם רבין. און יא! נישט אייביג פאלגט מען דעם רבין, ווען מ'וואלט געפאלגט יעדע זאך, וואלט שוין געווען א גרויסע ישועה פאר דאס רוב פראבלעמען. דאס שמייכל ווי איינער קומט ארויס פון קארט, אריינגזעצט א יוד אין טורמע, אה דערלעבט נחת אין די ווייב און קינדער וואס ער האט אין תחת.
די אמת לאמיתו איז, אז נעבעך ער וואלגערט זיך פאר יסורים, ער האט יסורי איוב ס'שנייד שטיקער דאס הארץ גייט אויס, אז ער האט נישט מצליח געווען וואס ער האט געוואלט, דעם רבין אויפן באשולדיגונגס באנק. און ווי זיינע שיקערס די ראש הגרושים האט שוין געמאלדן אז ער האט דאנקן היטלער גענוג צייט, און האט שוין א נייע טרוים וויאזוי אפיר צונעמען דעם רבין און עהם מאכן 'אויס רבי'. פשוט דער רבי וועט זאגן, איך קען נישט מער כ'האב נישט קיין בעק'אפ.
ס'האט מיר היינט א עלטערע יוד מסביר געווען, אז ווען מ'זאל ווען נישט איינזעצן די בחור וואלט מען יעדן טאג אויס'געשאכטן יודן אין די גאסן. אלץ א דזשעינזש האב איך עהם געענטפערט מיט א ניכטערע בליק. מ'הארגעט נישט היינט טאמער יא איז אויף דעם טאקע דא רבנים ומנהיגי הדור און ווען מ'פאלגט נישט געבן זיי איבער די מצב צום רעגירונג וואס איז דן די מצב, צו יענער איז א דראג עסער צו גייסטיג פראבלאמאטיש. [דאס וואס דער בחור האט 'געוואלט' דערשרעקן מיטן אנצינדן זיין פארטש, איז געווען לויטן פסק פונעם רמבם, אז א מסור דארף מען זען צו שעדיגן עהם אפצוהאלטן פון מסר'ן, און ווי באקאנט האט שווייצמאן בחור'ל וואס איז דאס ליבלינג פונעם דבר אח''ר, בשליחותו גע'מסר'ט עטליכע מוסדות וועגן וואלטשערס. און בכלל איז דאך קליפ און קלאר אז ער איז א מהרס הדת און אויף די סארט רציחה זאגט די תורה 'לא תחמול עליו' ואתן לך רחמים וריחמך ווי רשי'' ערקלערט זייער שיין. נישט אין דעם טוילעט פון היידפארק וועל איך זאגן די פילע טייטש פון רש''י הק'. אבער די ציל איז געווען צו מאכן קאלט און חוזק און אונטערברעכן די הנהגה פון יידישקייט און זייערע פירער, וואס ס'שטייט אין גמרא אז א פרנס על הציבור איז אויסגערופן פון הימל, וואס דבר אח''ר האלט דאך נישט פון די גמרא ווי דערמאנט.] אבער! די אפיקורסת און עריות איז הפקר פעטרישקע, אויף דעם איז נישטא קיין העלפער, פארקערט מ'נעמט אונזערע מנהיגי הדור און מ'מאכט זיי די דזשאויק פון טאג און פון די קאפע הייזער. ב''ה אין סקווער איז דאס נישט נפרץ, און ווען ס'האט אנגעהויבן נפרץ צו ווערן האט מען עס באצייטענס באהאנדעלט. טאקע געשען מיסטעיקס דורכלויף די טעג פון תיקונים, א ספיירע וועב קען מען מיט א בעזעם פארווישן א 'טיק' א שעדליכע 'אקטאפאס' שלעפט מיט מיט זיך שטיקער פלייש.. דבר אח''ר האט אוועקגעריסן א בחור נאך א בחור, און שלעפט נאכאלץ, אינעם גרוב פון מינות און לייכטזיניגקייט, וואס א חלק פון זיי האבן שוין נעבעך נעבעך עטליכע מאל געוואלט נעמען די לעבן נאכן נישט האבן ווער ס'זאל זיי צאלן די ריהעב.. ווייל סקווער'ס געלט איז טרייף [פאר זיי אבער נישט פאר עהם..] אינעם שטעטל זיצן הונדערטע יודן על התורה ועל העבודה און קיינער ממית'ט נישט, עפעס איין אויסדערוועלטער וויקטאם דבר אח''ר, רודפ'ט מען עפעס אן א סיבה 'ווייל ער וויל נישט דאווענען מיט די רבי'.. חח
האט איר אמאל געהערט א סקווערער אויפמאכן א מויל זיך פארענטפערן, אויסער מיך? ס'האט נאך קיינער נישט געזאגט אז מ'וויל נישט דאווענען מיט די רבי איז זיין עבירה, ער איז דער וואס רוב רבנים וואס האבן געשוויגן יעצט וועלן נאך ביטער וויינען פארן טיר וואס ער האט געעפענט פאר די פרוצים בחומת קדושת ישראל. אבער דער יוד, וואס שידוכים גייט עהם נישט, און נחת האט ער א פייג, וויל דאס נישט הערן, אפילו דער רבי זאל זיך אויפן קאפ שטעלן און זיך דרייען ווי א דריידל לכבודו וועט עס נישט העלפן. ער דארף וויכטיגע וויטאמינען, אדער שוין גאר נערווען פילען, ווייל אז מ'לערנט נישט קיין חסידישע ספרים וואקסן שרצים אין קאפ. דאס איז די ניסיון הגלות יעצט בעקבתא דמשיחא
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2012 22:25 |
|
| |
Jewtown בתפארתה
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2012 22:43 |
|
| |
דזשולענד, הייליג לאנד, יידיש לאנד
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2012 23:38 |
|
| |
אוי רבוש"ע קוק וואסארע שיין דור מיר האבן זיך דערלעבט, מי כעמך ישראל, אפילו די קאמידיענס און אקטיארן פסקנ'ן דיני נפשות
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2012 23:40 |
|
| |
די עצה איז, זאלן די רבנים אנהייבן מאכן קאנצערטן [זיי הייבן שוין אן.. חח] ווייל מיר האבן שוין פלענער אויף גרעסערע שטחים.. חח
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2012 00:41 |
|
| |
מנשה אפשר מאכט איר א קליפ פון די אלע דרשות וואס די האסט דא געשריבן? סוועט זיין זייער אינטערעסאנט
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2012 04:00 |
|
| |
לעבן זאל סקווירא, אבער אן טעראר! איך גלייב אז מער וועט אזא זאך קיינער נישט טאן.
| געדאנקן כתב: |  | סערה בא, הלם עובר, וסקווירא לעולם עומדת
Storm came, the shock passes, and Square continues forever |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2012 04:05 |
|
| |
זושא שמעלצער דרשה וועגען שאול שפיצער
http://www.youtube.com/watch?v=s9TKyYNT65A
* xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab" height="500" width="700" classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" > <*
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2012 05:06 |
|
| |
די שאד איז, ר' אייזיק ראטנבערג זיין טאטע ע''ה איז דאך געווע אזא זיסע יוד, באמת א געשמאקע יוד, קיינמאל נישט געקומען צום טיש, אבער קיינמאל נישט גערעדט אקעגן, און פארקערט ער האט 'מיר' געזאגט, דער רעבע האט מיר געזאגט אז איך ארבעט זייער שווער א גאנצע וואך, שבת איז א צייט ווען איך דארף זיך אויסרוען'.. ער פלעגט דאווענען יעדע אות שטייט, און געענדיגט ממש ווען דער רבי איז אריין צו קידוש, אבער דעמאלטס איז ער אהיימגעגאנגען עסן די סעודה ער איז געווען אזא זיסע יוד. כ'האב נישט קיין ווערטער. און וויאזוי האט זיין זון געקענט אזוי אקעגן גיין, עהם פיינט האבן. ר' אייזיק פלעגט מיך מחזק זיין אזוי טראגיש אומגעקומען, קען זיין כדי ער זאל נישט זען ווי זיין זון איז מגלה קלונו ברבים מאת השם היתה זאת
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2012 03:48 |
|
| |
http://matzav.com/teen-gets-7-years-in-prison-for-attack-on-aron-rottenberg
White Plains, N.Y. - A teenager was sentenced today to seven years in prison for the firebomb attack that badly burned Aron Rottenberg during a dispute.
A defense attorney said the sentence was fair but worried about prison life for an 18-year-old who has “never seen TV, never been on the Internet, doesn’t know who Babe Ruth and Derek Jeter are.” The teen had been charged with attempted murder but pleaded guilty to assault as potential jurors gathered for his trial in February. The teen admitted that he attacked Aron Rottenberg, a plumber, outside Rottenberg’s home in May. Rottenberg filed a lawsuit that the teen was acting on behalf of others and the lawsuit was settled for $2.3 million. Rottenberg had asked Rockland County Court Judge William Kelly to be lenient with the teen, who was also burned, and the judge came down from the 10-year cap he had promised after the plea deal. Defense attorney Kenneth Gribetz said the sentence was “fair and compassionate.” But he said he fears for the teen, who he said will be the rare inmate who has had “no exposure to the outside world.”
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2012 03:48 |
|
| |
Shaul Spitzer of New Square enters the Rockland County Courthouse in New City Tuesday. He was sentenced to seven years in prison in the attack on fellow New Square resident Aron Rottenberg. / Ricky Flores/The Journal NewsAron Rottenberg, second from left, leaves the Rockland County Courthouse on Tuesday after his attacker, Shaul Spitzer, was sentenced to 7 years in state prison. / Ricky Flores/The Journal News
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2012 03:56 |
|
| |
| געדאנקן כתב: |  | די סקווערע קהילה האט גערופן פראמאוויטש און געבעטן צו זאגן גילטי און איבערבעטן און מ'וועט צאלן די שאדן.. וואס האט הערשי פראמאוויטש געזאגט.. ''נאט גילטי'' און איך לאך פון ענק אלע.. [ווי מ'זעט אויפן ווידיאו ווי ער לאכט גייענדיג צום קארט און זאגן הויעך 'נאט גילטי'.
|
|
https://www.youtube.com/watch?v=Uy9JQmwPc18
* xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab" height="500" width="700" classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" > <*
ווידיא ווי פראמאוויטש זאגט אין קאורט נאט גילטי
זיין משפט וועט זיין May 26
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2012 11:00 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2012 15:04 |
|
| |
יא איך בין חוזק, ס'ממש א שמחה גדולה, ער זיצט, די חידוש איז נאר וועמען פון ענק האט שפיצער וויי געטון, און וועמען פון ענק האט ראטנבערג גוט געטון אז ענק זענען גרייט זיך אזוי צו פרייען מיט זיין הצלחה. איך קען דאך יא ביידע פון זיי, און איך אלץ גלויביגער יוד, זאג, רבוש''ע דו ווייסט דאך אז ווען נישט דיין הילף וואלט איך געווען פון ראטנבערגס קרבנות אין נעץ פון כפירה אקעגן דיר רבוש''ע, אפגערעדט פון סקווער, כ'רעדט פון יידישקייט. ב''ה אז מיין ליבע חבר הערשי פראמאוויטש האט זיך אויכעט ארויסגעכאפט, און אראפ פון דראגס און אנגעהויבן א ערליכע לעבן. איך און גאנץ כלל ישראל מאמינים בהשם ובתורתו האבן נישט אויפגעגעבן ביטחון, אז ישועת השם כהרף עין, אבער איך זאג אייך אלע, ווען ענק [כ'ווייס דאך נישט צו וועמען כ'רעדט, ווייל קען זיין אז דא שרייבט ראטנבערג צו זיינע ליבע גבאים ביזן קבר, אבער איך רעדט צו ווער ס'קען עהם נישט באמת, און איז געטריי די דרך התורה והמסורה] וועלן אנהייבן שפירן די מיאוסע פירצה וואס ער האט פריש צעעפענט מיטן דערנידערן אלע מנהיגי הדור רבנים ודעת התורה, זאלט איר פשוט געדענקן. אז איך - וואס כ'מיין אז איר קענט מיר, וועט איר איינזען אז איך בין נאכאמאל געווען גוט ווייט זיכטיג און געשפירט די שרעקליכע צביעות און פחדימ'דיגע ריס וואס דאס איז גורם אין די יונגע נשמות'לעך וואס ווערן טאג טעגליך פארפאלן. כ'בין נישט נעכטן געבוירן און כ'קען גוט די וועלט, קיינער האט מיך נישט געהערט קיינמאל שעלטן קיינעם, אז איך האב געפוינטעט אויף עהם רעדט איך נישט פון קיין היץ. די שמחה גדולה וואס ווערט דא געפראוועט איז א צייטווייליגע, און פארשטייט אליין ווער ס'דארף שווייגן און ווער ס'דארף שרייען 'אין לנו חלק בפורשי הציבור ובעדת קרח' וידינו לא שפכו הדם הזה. אויב ס'נאך דא א כח וואס קען האלטן מיט אמונה פשוטה דעם באשעפערס ליבע תורה וויל איך זיין געטריי פאר דעם און זאל איך הייסן טיפש, און כ'וועל נישט זיין איין רגע א רשע בפני המקום ב''ה וית' שמו לעד
 |
|
|
|
|
|