| נשלח ב-18/4/2012 20:33 |
|
| |
מענצער איז נישט קיין ״הרב״
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2012 21:22 |
|
| |
מיט די פליישיגע אויגן זעהט מען איצט אז עס איז דא 2 מעשות איבער די פערמיט.
1) "געזאגט" מעשה די זאליס האבן א טעקס מעסיטש אז שלום דייטש און מענצער האבן "געזאגט", אז די קאנטי עקזעקעטיוו האט "געזאגט" אז ער גייט געבן א פערמיט פאר די קעמפס.
2) "כתוב וחתום" מעשה די אהרונים האבן א צעטיל "כתוב וחתום" פונעם קאנטי עקזעטיוו אז ער וויל געבן די פערמיטס פאר די קעמפס, נאר ער קען נישט ליגאל עס ליגט נישט אין זיינע הענט נאר אין די צדדים זאליס אהרונים, זאלן זיך דורך קומען, און ביז דעמאלס קען ער נישט ליגאל געבן קיין פערמיט. דאס איז וואס מען זעהט מיט די פליישיגע אויגן.
איז איצט האט יעדער די אפשען, צו גלייבן אדער די "געזאגט" מעשה, אדער די "כתוב וחתום" מעשה.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2012 21:30 |
|
| |
נו, וואו האלט די דורכקומען זיך? די צוויי צדדים זענען שוין געזיצן?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2012 00:55 |
|
| |
פאפיטעס איך האב שוין געשריבן אין אן אנדערן אשכול אז לכאורה גייען זיי עס באקומען ווי אזוי, פרעג מיך נישט, זיי די זאליס זענען מלומד בשוחד ובטעראר, אז מען קען נישט אויפברעכן די טיר ברעכט מען אויף די פענסטער, אז נישט די פענסטער מאכט מען א לאך און דער וואנט, אופן דאך, פון דער ערד, ביז מען קומט אן,
און נאך אזאך פאר די ארונים איז די גאנצע זאך נאר א בענעפיט, אויב וועט עס געלונגען צו ברענגן די זאליס צו דין תורה אדער כאטש צום פארהאנדלונגס טיש, איז דאך מה טוב ומה נעים, און טאמער נישט, איז נישט, מען דארף פראבירן אלע אופנים וואס נאר מעגליך, אויב איז עס נישט געלונגען איז פארפאלן, און פארשטייט זיך אז קיין גרויסע געלטער גייט מען נישט ספענדן דערפאר און אוודאי נישט קיין מליונים.
ווידארום פאר די זאליס איז דאס סתימת הגולל, אויב וועלן זיי נישט קענען עפענען די קעמפס איז דערנאך מיט די גאנצע זאלי רבי וזנביו, אפילו אויב זיי וועלן זיך עפעס אן עצה געבען דורך דינגען עפעס אנדערש, אפגערעדט די מאראל וואס דאס וועט אויסקלאפן אויף זיי מיט א ביטערע מרה שחורה, במילא פייטן זיי דערפאר מיט ציין און נעגעל אזש זיי וועלן גרייט זיין זיך אויסצוטוהן די הויזן (שוחד בלע"ז) פאר כאטש וועלעכע פאלאטישען, אפילו עס זאל זיי קאסטן און די מיליאנען וד"ל, קענסט זין זיכער אז ביי די זאלי (פאר)פירער שלאפט מען נישט רואיג, און מען עסט נישט רואיג, טאג און נאכט טראכט מען צו וועם מען אנקלאפן מיט די ריכטיגע "קאנעקשאנס (שוחד) בלע"ז" זיי דרייען איבער יעדעס שטיינדל וואס זיי קענען נאר, עס איז אזוי ווי איינער פייט פאר זיין לעבן, און פארן לעבן לאזט מען זיך קאסטען וויפיל עס פעלט זיך נאר אויס, און דארפסט פארשטיין די אלע פאלאטישענס שמעקט זייער גוט נאך אפאר דאלארן און טאש, ספעשעל ווען זיי דארפן גארנישט טוהן נאר בלויז אינטער שרייבן א נארישן פערמיט, במילא בין איך גארנישט אזוי סורפרייזט אויב איך וועל הערן אז סאיז זיי געלונגען אריינצוריקן א מתנת יד פאר עמיצען און זיי וועלן עס באקומען.
זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז עס האט צו טוהן וועגן מענצער נידערמאן קאנעקשאנס סאיז שטותים, סך הכל ווענט זיך עס מיט וויפיל פון די גרינע די קומסט, און ווי כ'האב שוין געשריבן די ארונים גייען נישט ספענדן צופיל, אבער די זאליס וועלן זיך אויסטוהן אינגאנצן, איי קענסט דאך קומען צו דין תורה, ניין, ח"ו, דאס איז דאך יהרוג ואל יעבור, נאך א גרעסערער איסור ווי די סקול דיסטריקט.
זאל דער אייבירשטער העלפן עס זאל שוין מקויים ווערן לא ירעו ולא ישחיתו בכל קדשי און וילמדו תועים בינה אן די כת הגזלנים וחמסנים זאלן תשובה טוהן איינמאל פאר אלעמאל און מקיים זיין דעם והשיב את הגזילה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2012 00:55 |
|
| |
| פאפיטעס כתב: |  | 2) "כתוב וחתום" מעשה
די אהרונים האבן א צעטיל "כתוב וחתום" פונעם קאנטי עקזעטיוו אז ער וויל געבן די פערמיטס פאר די קעמפס, נאר ער קען נישט ליגאל עס ליגט נישט אין זיינע הענט נאר אין די צדדים זאליס אהרונים, זאלן זיך דורך קומען, און ביז דעמאלס קען ער נישט ליגאל געבן קיין פערמיט. דאס איז וואס מען זעהט מיט די פליישיגע אויגן.
|
|
ווי האסטו געזען אזא בריוו פונעם קאונטי עקזעקיוטיוו?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2012 02:14 |
|
| |
חכמת שלמה.
אונטער געשריבן האט עס די הויפט קאנטי אטורני בשם די אלע נעמען וואס שטייט דא, און קוק אינדערמיט וועסטו זעהן די נאמען פונעם קאנטי עקזקעטיוו Michatl L. Hein

|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2012 05:32 |
|
| |
| פאפיטעס כתב: |  | חכמת שלמה.
אונטער געשריבן האט עס די הויפט קאנטי אטורני בשם די אלע נעמען וואס שטייט דא, און קוק אינדערמיט וועסטו זעהן די נאמען פונעם קאנטי עקזקעטיוו Michatl L. Hein
|
|
וואס ווערסטו גערעגט?? איך האב געמיינט דו רעדסט פון א פרישן בריוו.
די בריוו האט די קאונטי'ס לויער געשיקט פאר די צדדים און דער קאונטי עקזעקיוטיוו האט דערמיט קיין שייכות. ס'האט נאר די אפיציעלע לעדער העד פון די קאונטי (א שטייגער ווי בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א)
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2012 07:46 |
|
| |
ממעג אבער זיין ריאליסטיש ווילאנג סנישטא קיין פערממיט רעדט פון אנדערע זאכן עתידות רעדן לאז פאר די וואס זענען אין הימל איז דא א בריוו פון די קאונטי יא אדער ניין? איז דא א פערמיט פון די קאנטי עקזקעטיוו יא אדער ניין? ארבעטן די זאליס מיט מיליונען אונטערצישמירן נו מסכים איך לאז אבער פאר די האסט נייעס מעלד נישט ביטע, אויב בלויז פון האפענונגען האפן די ארונים צו זיין אין ראדני אויך, נייעס איז נישט קיין עתידות נייעס איז פאקטישע זאכן ופשוט היא.
תוקן על ידי גרוינים ב- 19/04/2012 07:50:24
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2012 20:49 |
|
| |
ויהי ממחרת!
עס לאזט זיך נישט גלייבן וואס דא קומט פאר אפאר טאג צוריק איז נישט געווען מעגליך צו רעדן צו א זאלי ער איז געווען הייפער ביזן הימל אזש ס'האט זיך געקענט דאכטן אז ס'פורים היינט איבעראל האט מען געדעקט די נייעס ברעיקינג אונז האב מיר א פערמיט! ויהי ממחרת די זינגערס האבן שוין גענדיגט זינגען די טאנצערס האבן גענדיגט טאנצן די פארשיכור'טע קעפ האבן זיך דרכגעשלאפן און מען שטייט אויף צופרי וואס א פערמיט ווען א פערמיט...... קיין פערמיט איז נאכנישט דא!! די צולאזטע יונגען האבן אנגעהויבן ווילדעווען היתכן מען האט זיי אזוי פארנער'ט אזש ביז מען האט געמוזט מעלדן אין זייער פורום נעכטן אז .. ניין ס'נאכנישט דא קיין פערמיט נאר .... האט צוגעזאגט..... איז אזוי פאר די וואס שלאפן נאך אין זענען נאך אונטער די השפעה פון די שיכרות צו זיי וואלט איך געזאגט טרינקט נאך א גלעזל וועסטו זעהן עטץ האטץ די בית החיים אויך.. פאר די וואס זענען שוין ניכטער וויל איך שטעלן איין פראגע האט איר שוין אמאל פרובירט ארויס צונעמען א פערמיט אויף סיי וואס למשל דרייווער לייסענס? משל'ט אייך איר פאלט דורך די טעסט און איר קומט אין ביהמ''ד זאגן פאר אייערע חברים אמממ... איך האב טאקע נישט געמאכט די טעסט אבער גרונם גימפל האט מיר צוגעזאגט אז די קאמישענאר האט אים צוגעזאגט אז ער גייט אים געבן א פערמיט..... אקוראט האט דא פאסירט די קאנטי שיקט עס איז נישט דא קיין פערמיט (מען איז דורכגעפאלן די טעסט) אוין ער שרייט .....האט צוגעזאגט... זאג נאר האסט שכל אין קאפ? וואס איז דאס צוגעזאגט די קאונטי האט צוגעזאגט? וואס דארפן זיי צוזאגן געב!!!!! א צווייטער האט צוגעזאגט? נו אבאמא האט אונז צוגעזאגט.....
נ.ב. אויב חלה דעקל קען אמאל גענוצט ווערן וואלט איך עס גענוצט אויף דעם אלס דוגמא...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2012 21:39 |
|
| |
טרייסטס ענק מיט די חי שעה, ווייל ''היינט'' איז ''נאכנישט'' דא קיין פערמיט, אבער איר וועט זעהן אז מיר ווייסן וואס מיר רעדן, די הכנות גייען שוין אן געהעריג אין די הנהלת הקעמפ גרייט יעצט צו די געהעריגע פלענער נאכצויאגען די פאר וואכען וואס מען האט נישט געקענט ארבייטן וועגן ענקער רשעות, די סטעיט אין קאונטי באעהרעדע האבען קלאר געשטעלט פאר הרב מענצער, הרב נידערמאן, אין הרב דייטש אז מ'קען אנגיין געהעריג ווייל די פערמיט איז אויפן וועג
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2012 21:52 |
|
| |
ווייל די פערמיט איז אויפן וועג
איך האף די וועגן האבן נישט קיין טרעפיק, אויב יא זאל מען נעמען די עסקאורט פונעם רבין ס'זאל נאך אנקומען אין צייט פאר קעמפ
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2012 23:09 |
|
| |
מזל טוב מזל טוב די פערמיטס זענען יעצט אנגעקימען אין צוליב טעכנישע סיבות לייג איך עס נישט ארויף...וד"ל אין זאלען די חלה דעקלעך יעצט שרייען וואס זיי ווילען המקום ינחם אתחם...
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2012 23:46 |
|
| |
ווי ליגט די פערמיט? אין וועינער רבס שאנק?... ווי פריער ערווענט איז באהאלטענע נייעס נאר אינטערסאנט כלפי שמיא ווען מוויל זיין חפו מפשע אבער נייעס אינעם עולם הגשמי איז נאר ווען סאיז דא א פערממיט לעיני השמש דעריבער אויב סאיז דא נייעס רעדט אבער אז נישט איז דערווייל אלעס ביים אלטען
תוקן על ידי גרוינים ב- 20/04/2012 00:00:12
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2012 00:05 |
|
| |
אז דעס מאכט דיך העפי זאל זיין אזוי... איך פארגין דיך נאך א גיטע שלאף פאר היינט נאכט....
|
|
|
|
|