בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג ברעקינג זאליס באקימען די פערמעטיס פאר די קעמפס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/4/2012 18:52 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
ליצים זאגן אז די פרישע קעמפ-שמועות זענען נאר צו הייבן די רעגיסטראציע ציפערן וועלכע שטייען שמאל דערווייל.

מען האלט שוין היינט א גאנצע וואך נאך ווי מען האט יעדן טאג געווינען פערמיטן און עס איז נאך אלס נישט דא קיין פערמיט, מילא די טעקסט מעסעדזשעס אבער אז דער איד האט געשריבן די וואך אין אן ארטיקל אז זיי האבן עס דאס איז שוין, אומר דרשוני, די איינציגע לימוד זכות וואס איך האב אויף נעמען זייערע לעמעלעך אויף א רייד איז וואס לאנצוט האט געשריבן עס איז נאר צו הייבן די רעגיסטראציע ציפערן
איך זעה נישט דא עפעס אנדערש,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/4/2012 20:07 לינק ישיר 

חלה דעקלעך וועקט אייך אויף די פערמיטס ליגען שוין זייט לעצטע וואך ביי ר/ דוד ראזענבערג אין די הענט
סאיז אווער....

תוקן על ידי IAMSMART ב- 22/04/2012 20:08:38




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/4/2012 23:55 לינק ישיר 

איך האב געוויסט אז איר זענט סמארט אבער אזוי קליג צו זיין...
מסתם האט ר' דוד דיר ארויסגעשטיפט פון די ליין ביים טיילן ווייל ביזט געקומען שפעט צו סאפיר די נאכט וואס מהאט געטיילט...
שוין אז מאיז נישט געווען ביים טיילן האט מען נישט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2012 00:41 לינק ישיר 

גרונים, דארפסט פארשטיין פאר דעם רופט ער זיך IAMSMART אפשר אזוי וועסטו טראכטן אז ער איז קליג ווייל שרייבן שרייבט ער נישט צו דער זאך.

ליצנות און א זייט געלייגט, אבער און אמתן הענגט עס נאך און דער לופט, דעם שבת האב איך געהאט א געלעגענהייט צו שמועסן מיט די געטרייע עסקנים ווי די זאך האלט מיט אביסעל מער דיטעלס, פארשטייט זיך כ'קען נישט אלעס צולייגן דא אופן פארק, נאר אזופיל ווייס איך, מען דארף אסאך מתפלל זיין די זאך זאל אנקומען צום געווינטשענעם ציל, נעמליך, אז די זאליס זאלן זיך שטעלן צו דין תורה אדער צום פארהאנדלונגס טיש, און מקיים זיין דעם והשיב את הגזילה אשר גז"ל.

כהאב עס שוין געשריבן עטליכע מאל, די זאליס האבן אינטער גענומען א מלחמה כבידה מיט די קאנטי, שטייטזיך ווען איך זאג מלחמה מיינט דאס נישט מיט די הענט, נאר מיט שוחד און טעראר, פרעשאר, י"א נע"ם אי"ט, און ווען איך זאג שוחד מיינט דאס העוו"י ריע"ל סטא"ף וד"ל, במילא איז דאס וואס די קאנטי האט נאך נישט געגעבען ביז דערווייל מיינט גארנישט, מען פארט נאך נישט מארגן און קעמפ ס'איז נאך דא צייט א 8-9 וואכן, אפילו זיי דארפן האבן דעם פערמיט צו באקומען די פראגרעמס, איז גענוג בדיעבד צו באקומען די פערמיט צוויי דריי וואכען פאר די קעמפ הייבט זיך אן, במילא זיי גייען נישט רוען ביז זיי באקומען עס, לאמיר האפן אז זיי וועלן עס סוף כל סוף נישט קענען באווייזן.

איז אזוי, די קאנטי האט געזאגט פרייטאג אז מען זאל פארהאנדלן ביז דינסטאג, און אויב נישט, וועט ער זאגן וואס ער וועט טוהן, וואס די פשט און די ווערטער מיינט, לכאורה אז אויב פארהאנדעלט מען נישט איז נישטא קיין פערמיט, נאר וואס עס איז פאני איז, אז ער האט דאך שוין געשריבן א בריוו אז ווי לאנג מען קומט זיך נישט דורך איז נישטא קיין פערמיט, נו וואס הייסט ער וועט זאגן וואס ער וועט טוהן, ער האט דאך שוין געזאגט,... נאר וואזשע דען,....... גיב א דריי מיטן פינגער, .......נאר קוקט אויס אז די וויי"ן הייבט אן צו ארבעטען און ער זוכט אוועג ארויס בדרך כבוד אן דארפן מאכן חוזק פון זיך אליין, ודו"ק כי קצרתי.

דאס אלעס איז השערות, מען קען זיך מפלפל זיין דערין, לאמיר האפן דער אייבירשטער זאל העלפען אז די געטרייע עסקנים זאלן מצליח זיין, און די זאליס זאלן נישט קענען באקומען א פערמיט אן דעם וואס זיי פארהאנדלן מיט אונז, אין עס זאל פון די שריט ארויס קומען א קידוש השם וילמדו תועים בינה, ולא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2012 00:55 לינק ישיר 

IAMSMART כתב:
חלה דעקלעך וועקט אייך אויף די פערמיטס ליגען שוין זייט לעצטע וואך ביי ר/ דוד ראזענבערג אין די הענט
סאיז אווער....

תוקן על ידי IAMSMART ב- 22/04/2012 20:08:38


מצה חרעמזעל עס איז נישט דא "דערווייל" קיין פערמיט וועק דיך אויף, און אויב האט עטץ א פערמיט ברענג עס ארויף אויף פארק, סתם שרייבן אז עטס האטס אן ברענגן באווייזן ביזטו א מצה כרעמזל (חלה דעקל בלע''ז)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2012 01:15 לינק ישיר 

guar כתב:
נאר וואס עס איז פאני איז, אז ער האט דאך שוין געשריבן א בריוו אז ווי לאנג מען קומט זיך נישט דורך איז נישטא קיין פערמיט, נו וואס הייסט ער וועט זאגן וואס ער וועט טוהן, ער האט דאך שוין געזאגט,... נאר וואזשע דען,....... גיב א דריי מיטן פינגער, .......נאר קוקט אויס אז די וויי"ן הייבט אן צו ארבעטען און ער זוכט אוועג ארויס בדרך כבוד אן דארפן מאכן חוזק פון זיך אליין, ודו"ק כי קצרתי.

מ'האט דארט אויפגעברענגט אן עצה פון צוטיילן די קעמפס (צוויי אדער דריי פאר צד מהרז"ל און צוויי אדער איינס פאר צד מהר"א).
פארשטייט זיך אז זייער צד וועט בשום אין אופן מסכים זיין אויף סיי וואספארא טיילונג (אפילו דריי און איינס) אבער ס'קאן זיין אז ער וועט דעם דינסטאג פרובירן צו באיינפלוסן די צדדים אויף אזא אפמאך.

ער איז גראדע א פיינער מענטש און ער וואלט באמת געקענט באשטיין אז ביידע זאלן ארויס צופרידן. די שאלה איז נאר צו ער וועט זיך טאקע איינרייסן מיט די פאר הויכראנגיקע דעמאקראטישע אפישיעלס (וואס ער ברויך צו זיי ציקומען וד"ל) וואס לייגען שטארקע דרוק אז ער און זיין פובליק העלט דירעקטאר זאלן עס היי יאר געבן פאר ר' דוד רז"ב וויבאלד מ'רעדט דא פון דריי ביז דריי א האלב טויזנט קינדער וואס וועלן נישט האבן ווי צו זיין דעים זומער.

Time will tell

    



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2012 01:34 לינק ישיר 

[quote]

כהאב עס שוין געשריבן עטליכע מאל, די זאליס האבן אינטער גענומען א מלחמה כבידה מיט די קאנטי, שטייטזיך ווען איך זאג מלחמה מיינט דאס נישט מיט די הענט, נאר מיט שוחד און טעראר, פרעשאר, י"א נע"ם אי"ט, און ווען איך זאג שוחד מיינט דאס העוו"י ריע"ל סטא"ף וד"ל, במילא איז דאס וואס די קאנטי האט נאך נישט געגעבען ביז דערווייל מיינט גארנישט, מען פארט נאך נישט מארגן און קעמפ ס'איז נאך דא צייט א 8-9 וואכן, אפילו זיי דארפן האבן דעם פערמיט צו באקומען די פראגרעמס, איז גענוג בדיעבד צו באקומען די פערמיט צוויי דריי וואכען פאר די קעמפ הייבט זיך אן, במילא זיי גייען נישט רוען ביז זיי באקומען עס, לאמיר האפן אז זיי וועלן עס סוף כל סוף נישט קענען באווייזן.

[/quote]

אינטערעסאנטע זאך!
אלע ארונים וועסט רעדן צו זיי, וועלן זיי דיר זאגן וואספארא חברה-לייט זיי זענען:
זיי מאכן די בעסטע 'דזשאוקס...' אין די בלאט פון אלע מענטשן וואס גייען נישט זייער וועג,
זיי לאזן זיך נישט שפייען אין די קאשע אזוי ווי די לאו זאליס אין מאנראו, 
נאר זיי זענען פייטער'ס עד הסוף,
זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם, אנגעהויבן מיט קאורט יעדע קאורט פון נוי יארק, געענדיגט ביי פייטן מיט די הענט אויף ראדני,
זיך אריינגעפיפן אין'ם בירך אליין,
פאלאטישענ'ס, קאנעקשענס, זיי האבן 'געכאַפט' ארי' לייב, זיי האבן אויפגעשטעלט א פיקח שלעזינגער,
זיי לאזן זיך נישט אנטיילן פון נידערמאן זיי שטעלן ארויס 'אייגענע' פאליטישאנ'ס!
זיי זענען אינטערשטע שורה חברה-לייט און 'בחורים' ווי עס דארף צו זיין!
אפי' נאך וואס מ'האט פארלוירן אין קאורטס, לאזט מען זיך נאך אלס נישט קודם שרייבט מען ווי חברה-לייט אין די בלאט אז ס'איז יא א געווינס....  און מ'גייט שוין מארגן כמעט אריין.... דאן לאזט מען זיך ווייטער נישט און מ'נעמט א מעכטיגע חברה-מאן וואס שרייט אויס פאר אלע חברה-לייט "מיטוואך האמיר עס!" 
און ווען ס'גייט דורך נאך אפאר יאר לאזט מען זיך ווייטער נישט און די מעכטיגע חברה-לייט קנאקן מסירות איינס ביי איינס און מ'באווייזט צו שפילן מיט די נערוון א ביסל דא און דארט
= מה שאין כן די זאליס די זענען נישט קיין חברה לייט זיי זענען סתם רבי ז"ל יודן, זיי פארשטייען נישט צו א בחורישע שלום מיט בעלזא אזוי אז די וועלט זאל פלאצן וכו' צו פי אר, ווי די מעכטיגע בלאט (ס'האט אבער נאר געפלאצט אויף 5 סאנז..)
אָבּעֶר!
ווען ס'קומט צו א אינטערשטע שורה! און צו ארויסנעמען די קרן, און צו דיפאזיטן עפעס:
דאן ווערן זיי מיטאמאל די נעבעכדיגע, אין כאן לא חברה-לייט, ולא בחור'ישע חברה, גארנישט! 

זיי ווייסן פלוצלינג נישט וויאזוי מען:

  • רעדט איין דעם בירך משה צו ווילן נאר ר' אהרן... נאר די זאליס קענען איינרעדן!
  • קויפט אונטער באראש... נאר די זאליס קענען אונטערקויפן!
  • קויפט אונטער אלע אנדערי 20 ריכטערס פון דאן און ווייטער... נאר די זאליס קענעןאונטערקויפן!
  • מ'מאכט אז ס'זאל אויסקוקן פאר די וועלט אז מ'האט א פיינע ישיבה... נאר די זאליס קענען פי אר!
  • מ'מאכט אז ס'זאל אויסקוקן פאר די וועלט אז מ'האט טויזענט בחורים אין ישיבה... נאר די זאליס קענען פי אר!
  • ס'זאל אויסקוקן ווי די פאר פיצי זאליס, קענען פייטן די 'טויזענטער' ארונים 2X שמיני עצרת... נאר די זאליס קענען! 
  • קויפט אונטער יעצט ביי די קעמפ פערמיטס, אין אלבאני און אין די קאונטי אליין... נאר די זאליס קענען אונטערקויפן!
    מ'מאכט אויסקוקן ווי נידעמאנ'ס קאנדיטאטן געווינען דורך אלע כיטרע דריידלעך, נאר די זאליס קענען! 
    מ'דינגט די ספאנישע גויים צו וואוטען וד"ל וד"ל... נאר די זאליס קענען!  
    - אום שמיני עצרת האבן די מעכטיגע זאליס געקענט ארלעדיגן ראדני דורכ'ן מעאר וכו'...  נאר די זאליס קענען! 
     - "משה דוד נידרמאן האט ארויסגענימען די טלפון אום יו"ט, און אלעס ארלעדיגט!..." (קרעדיט: ארונים) נו וואס גייט    דא פאר? איין טאג זאגט מען אז נאר שלעזינגער קען און דא ארלעדיגט עס דער מעכטיגע רמ"ד מיט איין פאון קאל?!
     - סאוט אכט האט מען ארלעדיגט פאר די זאליס, טראץ אלע רדיפות... נאר די זאליס קענען!  
     - די זאליס זענען נישט קיין חסידים... (קרעדיט: ארונים)...  הא? די זאליס נו זיי האבן דאך געלט פאר זאלי וויפיל ער דארף, קוק אהן די קווינס בילדינג געבויעט לויטער פון נדבות! די ארונים אין מאנראו ישיבה מוטשענען זיך אויף א דאללער!
    - געלייגט מעידזשאר פרעשור, טעראר אויף :רבנים פאליטישאן'ס וכו'... נאר די זאליס קענען!  

    סא איך בין אינגאנצן צומישט!, ווען ס'קומט אנהייב פון עני מערכה זענען די ארונים די חברה-לייט די פארשטייערס די לעלוס, 
    און ס'קומט סוף צו שניידן די פרוכט און דיפאזיטן די חברה-מאן'קייט, ווערן די זאליס די מעכטיגע באגי-מענ'ס וואס גיבן זיך מיט יעדן פון גרויס ביז קליין א עצה!!??
    וואס גייט דא פאר?!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-23/4/2012 03:21 לינק ישיר 

כפי השמועה האט דער קאנטי עקזעקעטיוו געזאגט אז ער מצידו ווייסט אז ס'איז נישט לעגאל עס צו געבן פאר איין צד אן די הסכמה פון צד השני, אבער אזוי ווי ער האט טרעמענדעס פרעשער פון צד הזאליס, וועט ער דאס געבן פאר זיי און גע-עצה'ט פאר די אהרונים זאפארט צוגיין אין קארט דאס אפצושטעלן , ער האט פארשפראכן פאר די אהרונים צו קאאפערירן מט זיי אין קארט, אבער ביז ער האט נישט קיין דייטליכע ארדער פון קארט נישט צוגעבן דעם פערמיט, וועט ער דאס געבן פאר דעם וואס האט דאס באקומען ביז היינט, קען דאס איינער קאנפירמען?, 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2012 03:45 לינק ישיר 

א קליינע אנאליז,
מען האט דא געבראכן די נייעס שוין א וואך צוריק אז די זאליס האבן א פערמיט, און איי עם סמארט האט שפעטער צוגעגעבן עס קומט פון אלבעני נישט פון די קאונטי,
פרייטאג שרייבט ער די מיטינג האט זיך גענדיגט

אין אז ר/ דוד ראזענבערג איז דארט געווען אלע יארען אין ער באקומיט די פערמיט, איין מינוט עס שווינדלט מען האט דאך שוין די פערמיט פון אלבעני וואס גייט דא פאר? עס האט דאך גארנישט מיט די קאונטי?......
ווייטער היינט שרייבט ער אז
חלה דעקלעך וועקט אייך אויף די פערמיטס ליגען שוין זייט לעצטע וואך ביי ר/ דוד ראזענבערג אין די הענט
סאיז אווער....
נו וואס איז דעמאלס די מיטינג דינסטאג?
יעצט צו די תגובה פון סטראבערי:
הער זיך גוט צו, די ארונים האבן נאך נישט געשריבן אז די מערכה איז פארטיג בסך הכל איז מען אויפן פראנט אין מען שלאגט זיך נאך ארום, שרייבן אונז האב מיר א פערמיט און אפנעמען מזל טוב אינדערצייט וואס הכל מודים אז דינסטאג גייט מען נאך דארפן זיצן אין קאונטי וועגן די פערמיטס, דאס הייסט ביי מיר מצה חרעמזלעך....
ווידער די ארונים האבן נישט געשריבן קיין איין ווארט דערוועגן אין בלאט ווייל די גאנצע זאך איז נאך אונטער פראגע צייכן, ואי''ה עוד חזון למועד,
יעצט צו די זאליס וועלן יא האבן די יאר א פערמיט צו נישט ווייס איך נישט, אבער דער ציל איז אז מען וועט מאכן אזויפיל קאפוויי ביז די זאליס וועלן זיך זעצן און אונטערשרייבן שטרי בירורין, דאס איז אמאל זיכער אז די ברייטע קעפ נישט די מצה חרעמזלעך וואס חרעמזלען דא ארום אויפן פארק אין וואונטשן זיך מזל טוב יעדן צווייטן טאג, נאר די וואס זיצן ביים שיסל ווייסן גאנץ גוט אז אלף שמות האט זיך הערשט יעצט אנגעפאנגן, אין די ראס שול אין וומ''ס יוכיח,
די חתונה וואס מען טאנצט יעצט פארן זומער אויב באקומען די זאליס די פערמיט די יאר, איבער א יאר וועל מיר זיך ווידערזעהן אין איבערטאנצן די צערעמאניע,
ווייטער די מצה בעקערי איז אויך נישט אויסגעשלאסן, און מען וועט דארט אויך טאנצן קעדאטשקע אי''ה,
ווידער די ראדני שול זאל גאט באהיטן טאמער דעס ברענט ווייסט עטץ אויך גאנץ גוט וואסערע חתונה עס ווארט ענק אפ,
יעצט געטס ענק א קוק אן ווי האלט עטץ סך הכל נאך 12 יאר זיצן מיט געגאנבעטע נכסים? בסך הכל קאפוויי!!!!!
יעצט צו די ארונים האבן פארלוירן אויב די זאליס באקומען א פערמיט?
זייט וויסן אז די ארונים זייט תש''ס ווען מען האט זיי אלעס צוגענומען שטייען מער נישט אויס גארנישט צו פארלירן, אויב עפעס קענען זיי יעצט נאר געווינען, די בית החיים האב מיר אונז געווינען די ווייסע שול און קרית יואל האבן אונז געווינען די מתיבתא האב מיר געווינען ב''פ האב מיר אויך געווינען די ראס שול איז אפגעשפארט,
יעצט סך הכל
די קעמפס אונז האב מיר פערמיטס אן קאפוויי פאר אונזערע קינדער, און עטץ??????
נעילת החג טיש אונז האב מיר ב''ה יעדעס יאר אין הופפער א גרויסן ציבור קע''ה עס מאכט נישט אויס ווי עס איז,
 און עטץ?????
ביי אונז עפענט מען די בעקעריי יעדעס יאר מיט א מנוחת הנפש, און עטץ????
ביי אונז אויב ברויך די קהלה א מארטגעטש אויף די בנינים קען מען נעמען, און עטץ???
ביי אונז דארף מען נישט נאכלויפן יעדע בר מינן אלע נארמאלע מענטשן לייגן זייערע עלטערן אינעם בית החיים ווי עס ליגן באהאלטן אבותינו ורבותינו זיע, און עטץ????
ועוד ועוד לרבות,
בסך הכל קוקט ענק גוט אן, עטץ זענטץ גוט צוגראדזשעט! יא עטץ קענטס טאנצן חסדי השם וויפיל איר ווילט,אבער די ניגון וועט מען דארפן זינגען יעדן צווייטן טאג,
איך וואלט געראטן מען זאל מאכן אויף ענקער טעיפ וואס קומט ארויס ימים נוראים יעדע יאר א נייע ניגון אויף חסדי השם, אזוי אז מען זאל נישט נמאס ווערן,
מיר זענען דא ענק צו געבן גוטע קאפ וויי, ביז די קעפ וועלן זיך עפענען און עטץ וועטס אנהייבן צו טראכטן מה לי ולצרה הזאת, לאמיך אונטערשרייבן שטרי בירורין און איינמאל פאר אלעמאל ענדיגן מיט זיי, נישט יעדן שני וחמישי דארפן פארברענגן אין אלבעני אין נישט וויסן וועל איך יא האבן א קעמפ דעם זומער אדער נישט,

אין צו דיר סטראבערי, דעס אז די ביסט אינגאנצן צומישט דאס איז אמת, והא ראיה די לעצטע פאר טעג האסטו נישט געזונגען חסדי השם ווי דיינע קאלעגאס, און דעס וואס די שרייבסט וועגן שניידן פירות, די קריג איז נאכנישט פאראיבער, אלף שמות האט זיך יעצט אנגעהויבן,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2012 03:48 לינק ישיר 

וויאזוי ביזטו מסביר אז ער זאל זיך קענען ארויסדרייען און נישט פארלעצן דעם געזעץ?, דעם עשה עצמו אפציע האט ער דאך שוין אויך נישט, נאכן קלאר ארויסשרייבן אין זיינע בריוון אז ער קען זיך נישט אריינמישן אין דעם קאנפליקט און וועט נישט געבן קיין פערמיט ווילאנג די צוויי צדדים קומען זיך אויס צווישן זיך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2012 03:51 לינק ישיר 

נישט באמערקט שמייכל'ס תגובה. מיין פראגע גייט ארויף צו משהלע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2012 04:09 לינק ישיר 

די קשיא איז מיר אויך שווער געווען, נאר דער ענטפער איז געווען, אז דער קארט האט געפסקעט אז "זיי" קענען זיך נישט מישן, ער וועט טענה'ן אז ער האט געגעבן פאר דעם וואס ער גיט דעם פערמיט יעדעס יאר, און נאר א דירעקטן קארט ארדער פאר "עם" ער זאל נישט געבן קיין פערמיט קען עם סטאפן, און לעת עתה איז אזא קארט ארדער נישטא, עס איז נאר א בכלליות'דיגער פסק, און ער דארף פון דעם נישט וויסן און דאס איז עם נישט מחייב, גיי ווייס!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2012 04:49 לינק ישיר 

משהלע כתב:
אבער אזוי ווי ער האט טרעמענדעס פרעשער פון צד הזאליס, וועט ער דאס געבן פאר זיי  


נאכאמאל 'מעכטיגע' ארונים אייכם!?!?!?

פארוואס קען נישט די פארטיי וואס האט:
-די 'מערסטע' חסידים,
-די 'עכטע' חסידים,
- די געריבענע לצים וואס קענען אלע אינטערגעציפטע לעגאלע שטיקלעך...
-די חסידים ''וואס זענען גרייט צו גיבן געלט פאר זייער רבי'ן'',
-די מערסטע קאנעעקשען'ס דורכ'ן האבן די מערסטע וואוטס,
-די מיט כוחות פון זייער גרויסן רבי'ן וואס זעהט דעם בירך ביי נקדישך,
-די חסידות וואס האט א 'באזעסענע' פירערשאפט, נישט אזוי ווי די זאליס ווי יעדער איז בעל בית,
-די חסידות ווי ס'איז נאר דא 'איין דעת תור"א' פון'ם רבי'ן,

פארוואס קענען נישט די ארונים מיט 'אלע' מעלות הנ"ל, זיין אזוי געלונגען, און לייגן "טרעמענדעס פרעשור"??? אתמהה!  



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-23/4/2012 05:16 לינק ישיר 

ווייל אונז זעמיר נישט דעספערט, משא"כ ווערימיגע סטראבעריס 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2012 05:17 לינק ישיר 

סטראבערי דא האסטו דעם תירוץ אויב די ווילסט דווקא וויסן, איך האב דאס שוין געשריבן און א פריערדיגע תגובה, קוקט אויס דיין זכרון דינט נישט געהעריג ל"ע.

און נאך אזאך פאר די ארונים איז די גאנצע זאך נאר א בענעפיט, אויב וועט עס געלונגען צו ברענגן די זאליס צו דין תורה אדער כאטש צום פארהאנדלונגס טיש, איז דאך מה טוב ומה נעים, און טאמער נישט, איז נישט, מען דארף פראבירן אלע אופנים וואס נאר מעגליך, אויב איז עס נישט געלונגען איז פארפאלן, און פארשטייט זיך אז קיין גרויסע געלטער גייט מען נישט ספענדן דערפאר און אוודאי נישט קיין מליונים.

ווידארום פאר די זאליס איז דאס סתימת הגולל, אויב וועלן זיי נישט קענען עפענען די קעמפס איז דערנאך מיט די גאנצע זאלי רבי וזנביו, אפילו אויב זיי וועלן זיך עפעס אן עצה געבען דורך דינגען עפעס אנדערש, אפגערעדט די מאראל וואס דאס וועט אויסקלאפן אויף זיי מיט א ביטערע מרה שחורה, במילא פייטן זיי דערפאר מיט ציין און נעגעל אזש זיי וועלן גרייט זיין זיך אויסצוטוהן די הויזן (שוחד בלע"ז) פאר כאטש וועלעכע פאלאטישען, אפילו עס זאל זיי קאסטן און די מיליאנען וד"ל, קענסט זין זיכער אז ביי די זאלי (פאר)פירער שלאפט מען נישט רואיג, און מען עסט נישט רואיג, טאג און נאכט טראכט מען צו וועם מען אנקלאפן מיט די ריכטיגע "קאנעקשאנס (שוחד) בלע"ז" זיי דרייען איבער יעדעס שטיינדל וואס זיי קענען נאר, עס איז אזוי ווי איינער פייט פאר זיין לעבן, און פארן לעבן לאזט מען זיך קאסטען וויפיל עס פעלט זיך נאר אויס, און דארפסט פארשטיין די אלע פאלאטישענס שמעקט זייער גוט נאך אפאר דאלארן און טאש, ספעשעל ווען זיי דארפן גארנישט טוהן נאר בלויז אינטער שרייבן א נארישן פערמיט, במילא בין איך גארנישט אזוי סורפרייזט אויב איך וועל הערן אז סאיז זיי געלונגען אריינצוריקן א מתנת יד פאר עמיצען און זיי וועלן עס באקומען.

פארשטייטסטו שוין סטראבערי ?

דרך אגב אז איך שרייב שוין נאכאמאל וועל איך פארציילן וואס כהאב געהערט, אז דער רשע עריץ ועוכר ישראל דער ארכי ציוני וויטא לאפעז שר"י, נידערמאן'ס ביזעם פריינד, איז פרעזענליך געווען ביי די קאנטי, און געסטראשעט אז אויב געבט זי נישט קיין פערמיט, וועט זי פארלירן איר שטעלע, איך האב נישט קיין פראוו אויף דעם, אבער מען קען זיין זיכער אז זיי זענען עוסק און די סארט אומלעגאלע און נידעריגע שטיק, מען איז נישט קיין חושד בכשרים..





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג ברעקינג זאליס באקימען די פערמעטיס פאר די קעמפס
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 8 9 10 לדף הבא סך הכל 10 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.