|
|
| נשלח ב-18/4/2012 19:24 |
|
| |
איך וויל ווידער ערהוילן מיין נעכטיגע נייעס,
נאכמאל,
דערווייל איז נישטא קיין שום פערמיט,
וואס האט יא פאסירט אז געוויסע עסקני מהרז"ל, וואס האבן שטארקע פארבינדונגען מיט פאליטיקאנטן, האבן געגעבן א אפציעלע הבטחה און געהייסן מפרסם זיין בשמם אז ס'גייט זיין פערמיטס,
ווען פונקטליך האבן זיין נישט געזאגט, אבער גענוג פרי אז מ'זאל עפענען באצייטענס אן קיין שום שפעטיגונג
צו ס'איז א HOAX און די א"ג עסקני מהרז"ל שפילן א געים ווייסט איין באשעפער
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2012 19:29 |
|
| |
לויט ווי איך זעה, האבן די אלע וואס האבן נעכטן געפייערט אז די גזלנים האבן א פערמיט אנצוגיין ווייטער מיט די גזילה אלע האבן צוריק געצויגן, און זאגן אז עס איז נאך נישט דא קיין פערמיט אנצוגיין מיט די גזילה, נאר זיי גייען באקומען, כ'האף אז עס וועט ווייטער גיין אויף די וועג, אזוי וועט עס אנקומען צו דעם, אז די נגזלים וועלן באקומען א פערמיט און עס פארדינגען, און מאכן עפעס געלט אויסצוצאלן די נייע קעמפס וואס מען האט געמוזט עפענען א דאנק די גזילה
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2012 20:41 |
|
| |
זאלי200,
קיינער חלומ׳ט נישט אז די ארונים באקומען די קעמפס.
די גאנצע דיון איז צו צד מהרז״ל וועט באקומען די נויטיגע פערמיטס צו עפענען די קעמפס צו נישט.
דאס אז צד מהר״א זאל עס באקומען איז מאן דכר שמיה.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2012 00:03 |
|
| |
קטונתי איך האלט פונקט ווי דו, איך זאג נאר אז לויט די וועג וויזוי די מעשיות גייען קוקט אזוי אויס, ווייל נעכטן האבן די זאליס געהאט א פערמיט, היינט האבן זיי נאר א הבטחה, מארגען נעמט מען זיי עס צו און אזוי ווייטער
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2012 08:27 |
|
| |
איך הער עפעס באריכטן אז מארגן פרייטאג מיטאג קומט פאר א מיטינג מיט די לאיערס אין אפסטעיט.
אפשר וועט מען דארט געבן די פערמיטן וואס צד מהרז"ל האט שוין געמאלדן אז זיי האבן.
נזכה ונחי'.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2012 08:47 |
|
| |
באווייזן ביטע?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2012 16:29 |
|
| |
יא די ארונים האבן שוין ווידער געשטעלט שטיינער אין וועג (עס איז מסתמא אינוואלווד העווי שוחד ווייל די אלע מענטשן זענען אלעמאל געווען זייער נאנט מיט די קעמםס און פלוצלינג האבן זיי אויסגעדרייט די רוקן), אבער בשם ה' נעשה ונצליח. לאמיר האפן אויף די בעסטע
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2012 16:42 |
|
| |
לאנצוט די באריכטן האסטו נאר געהערט?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2012 21:06 |
|
| |
היינט איז פארגעקומען א פרישע מיטינג וואו די העלט דעפארטמענט האט נאכאמאל געמאלדן אז זיי וועלן געבן די פערמיטס פאר די וואס האבן געהאט דעם קעמפ אלע יארן ביז היינט.
די ארונים האבן געסטראשעט מיט גיין אין קארט אקעגן די קאנטי אבער זעט אויס אז געזעץ איז אויף די גערעכטע זייט
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2012 21:17 |
|
| |
האט ער נישט געזאגט אז ער גיט ביז דינסטאג צו פארהאנדלען?
מאדנע זאכן קומען דא פאר
אין דער איד האט מען שוין געמאלדן די נייעס אז די פערמיטן זענען שוין ב"ה דא!
איבעראל טאנצט מען פעסט און דא הערט מען פריש אז די ארונים מסרן ווידער -
הרב משה דוד האט שוין ערלעדיגט און לחיים גיסט זיך אבער נאך אלץ מסירות
תוקן על ידי לאנצוט ב- 20/04/2012 21:18:29
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2012 21:23 |
|
| |
פארוואס ליגענט!?
סיידן אז מ'קומט צו א שליכטונג צווישן זיך, איז נישטא קיין שום פערמיט און קיין שום הבטחה פון א פערמיט,
לא מינהו ולא מקצתו,
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2012 23:17 |
|
| |
וואס מיינט אז ב"ה אז זי האט נישט געמאכט קיין טשענדזשעס? אז זי האט נישט געזאגט אז עס בלייבט פארשפארט?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2012 23:55 |
|
| |
| רב_הסוער כתב: |  | פארוואס ליגענט!?
סיידן אז מ'קומט צו א שליכטונג צווישן זיך, איז נישטא קיין שום פערמיט און קיין שום הבטחה פון א פערמיט,
לא מינהו ולא מקצתו, |
|
נישט אינגאנצן אזוי. צד מהרז"ל האט באמת באקומען הבטחות אויף היי יאר - פון הויכראנגיקע דעמאקראטישע אפישיעלס אינעם סטעיט און אין אלסטער קאונטי.
למעשה ווענדט זיך עס אבער בעיקר אינעם קאונטי עקזעיוטיוו וואס ער אליין האלט (דערווייל...) נישט ביים צולאזן די פערמיטס צושטאנד קומען ווילאנג מ'פארהאנדלט נישט - וויבאלד דאס איז קלאר קעגן (אלע) קאורט'ס פסק(ים).
זיין אפיס בעט זיך בתחנונים: פארהאנדעלטס און גלייכטס ענק אויס צווישן זיך אדער דורך ארביטרעישן (דין תורה).
|
|
|
|
| נשלח ב-21/4/2012 00:33 |
|
| |
איר האט אמאל געשיקט א הזמנה? מ'איז געגאנגן אין קארט קעגן די קעמפס אנהייבן ווינטער איז דאס געווען מיט א היתר בית דין?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/4/2012 02:32 |
|
| |
אזא פנים טראגן זיי.
|
|
|
|
|