בית פורומים אידישע געדאנק

באמבע: הרה"ג הגדול רבי פרענצעס לייכטאג שליט"א קלאגט אין געריכט בריטיש עירוועיס!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/4/2012 04:08 לינק ישיר 

איך בין מוחה אויף די בזיון ת"ח, אפילו ער איז א דיין ביי די ארונים ברויך מען אים נישט מבזה זיין
איך אפעליר צום מנהל אראפצונעמען דעם אשכול



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2012 04:34 לינק ישיר 

נאר אויף זאלונישע דיינים מעג מען שרייבן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2012 05:04 לינק ישיר 

מען מעג אויף קיין שום תלמיד חכם נישט שרייבן.

אבער ווייל דער אהרוני שרייבט אויף א תלמיד חכם, דארפן מיר דאס נאכטאן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2012 16:53 לינק ישיר 

טאטעלע כתב:
רבי פרענצעס שליט"א גיבט אן אין געריכט אז ער האט צוליב די געשיכטע האט ער געליטן אויף עמאנציאלע און פיזישע שאדן... און פארלאנגט "איין" מיליאן דאללער ווידערגוטמאכונג באלוין.


צוויי און א האלב מיליאן! ער גייט ווערן רייך און דעמאלטס וועט עטס קראכן.

לאנצוט דיין קאפ ליגט ערגעץ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/4/2012 18:33 לינק ישיר 

מיט מענטשן ביי וועמען "רוקן ווייטאג" איז "וד"ל", און קענען ניטאמאל קיין ענגליש איז ממש א מחיה זיך צו טענה'ן.

אינעם גאנצן קאמפלעינט שטייט נישט קיין ווארט איז פרענסיס לייכטאג בעט געלט.
עס שטייט די פלעינטיפ'ס פארלאנגען אנטשעדיקונג.

דער הויפט פלעינטיף איז מרת. ליבי בראננער שתחי', וועמען דער אינטעליגענטער טאטעלע האט אויסגעמעקט צוליב א געוויסע סיבה. (קען זיין ער האט ערווארטעט פונעם געלט פון מרת. בראנער און דערפאר איר פארמעקט).

למעשה, זעה איך דא געפערליכע מנוולות, וואס הייבט זיך אן מיט מרת עירליין מיילעדזש און ענדיגט זיך מיט רוקן-ווייטאג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2012 19:09 לינק ישיר 

לאנצוט קענסט נישט קיין ענגליש און דו פארשטייסט נישט צו די לעגאלע עינינים...איך האב עס גוט דורכגליינט און איך פארשטיי גוט צו די לעגאלע ענינים

איך וועל פונקטליך שולדירן וואס די מעשה איז דא

once upon a time...

איז געווען א פרוי וד"ל,
דער וד"ל האט געהאט א וד"ל מיט א די קאמפעני וד"ל,
איין טאג האט דער מיסיס וד"ל מחליט געווען צו אויסלייזן זיינע וד"ל'ס און קויפן 2 וד"ל'ס פאר הרב והרבנית וד"ל צו פליען קיין וד"ל
ווי נאר הרב והרבנית וד"ל איז אנגעקומען צו די וד"ל צו אפפליען קיין וד"ל, האט דער וד"ל ביים קאנטער זיי געזאגט אן קיין שום סיבות אז די וד"ל'ס זענען ווערד לצור ע"פ צלוחית
די וד"ל'ס זענען געווען געצווינגען צו קויפן 2 וד"ל'ס פאר פילע קאסטן און די אלגעמיינע וד"ל סעקשן
אשר ע"כ קלאגט מיסיס וד"ל די פירמע וד"ל, צער רפוי שבת ובושת,

וד"ל וד"ל וד"ל וד"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2012 21:04 לינק ישיר 

לאנצוט, לאמיר זיך פארשטעלן מ'טוישט דעם נאמען פונעם קעפל פון ר' אפרים שמעון לייכטאג צו ר' זלמן לייב פילאף, וויאזוי וואלטן דיינע תגובות אויסגעקוקט? ‎​
 
מוזט נישט ענטפערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2012 21:13 לינק ישיר 

איך וואלט געווען שטיל ווי א דומם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2012 21:28 לינק ישיר 

שקר אין לו רגליים,

איך האב גערעדט צי א איד וואס איז גאר נאנט מיטן דיין הרב לייכטאג שליט"א, און ער זאגט אז די גאנצע מעשה איז שקר וכזב, אדרבה די אינטערגעליינט דאקומענט וואס טאטלע ברענגט געפינט זיך בכלל נישט אין די לינק וואס ער שרייבט, דער איד זאגט אז די גאנצע זאך איז אינטערגעשטעלט און אויפגעמאכט דורך מיל-מארט און די זאלי קאמפאני צי נקמה נעמן פאר די דרשה פון פאריאר חוה"מ פסח ווי ער האט מגלה געווען פרצופן ברבים, און וויפיל זיי האבן פראבירט צי דערשטיקן די קול מחאה איז דאס זיי נישט געלונגן ב"ה לא אלמן ישראל, די ציל פון דעם שקר איז דאך אזוי בולט און קלאר, ווער עס קען דעם דיין ווייסט אז ער נעמט נישט אריין אין מויל א זאך וואס איז נישט געמאכט ביי אים אינדערהיים, און דא פלוצלינג כלומרשט עסט ער מיל-מארט קאשער מיעלס אויף אן עראפלאן מיט ווייסעעכוואסערע הכשר, סאיז קלאר א פרישע געבעקס פון נאך פסח פון מיל-מארט. ושקר אין לו רגליים.

די גאנצע אשכול איז איין שטיק בזיון לת"ח מפורסם, אזא מין דיקרימינעשאן קלאגע וואס פאסט בכלל נישט פאר קיין איד א שומר תומ"צ, עס איז מער על שארפטאן סטייל אדער אפשר דוב הייקינד, די זאליס מעגן זיך שעמן פאר אזא נידערטרעכטיגע בלבול, אזוי ווייניג רעספעקט פאר א איד א ת"ח, פאליטיק האט דאך אויך א שיער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2012 23:59 לינק ישיר 

גערעכט, דעם דאקומענט האבן די זאליס פאבריצירט. מורא'דיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/4/2012 01:26 לינק ישיר 

דער דאקומענט איז יא אמת. אבער איך זעה דא אז דער הויפט קלעגער איז מיסיס ליבי בראנער.
זי זאגט אלעס.

די קשיא איז אויף טאטאלע, פארוואס האט ער אזוי אפגעשטוינט מיסיס בראנער אז ער האט פארמעקט איר נאמען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/4/2012 03:31 לינק ישיר 

אדרבא פארצייל די די מעשה, וואס שרייבט רב לייכטאג אז ער איז געווארן אפעקטירט פיזיש און גייסטיש?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/4/2012 04:02 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/4/2012 00:14 לינק ישיר 

לאנצוט, וואס האקסטו אין קאפ אריין, איך האב יעצט גע'ענדיגט ליינען די אלע דאקומענטען פון די קארט קעיס, די בראננער איז אפשר א פיפטע רעדל צי וואגן, דער גאון ר' פרענציס קלאגט פאר צוויי און א פערטל מיליאן דאללער, איין פערטל מיליאן פאר ריקן ווייטאג (ער גייט טאקע אזוי איינגעבויגן - איז דאס נאר לעצטענס?), און נאך צוויי מיליאן דאללער פאר דיסקרימינאציא, און די בראננער קלאגט פאר נישטיגע 30 טויזנט דאללער מיילידש וואס מען האט אומריכטיג ציגענימען, וואס פארא פארגלייך אפילו.

לאנצוטל, די קענסט מיר אויך אפשר געוואר ווערן וויאזוי הרב הגאון ר' אפרים שמעון לייכטאג (פרענציס) איז געפארן יעצט קיין אנטווערפן, רעדן ביים ברך משה'ס יארצייט, עס איז געווען פירסט קלעס? מען מעג קלאגן א גוי אויף א שקר? עס איז דאך פשוט גניבה, גזל עכו"ם איז נישט מותר! און וואס פאר א חילול השם 'אפילו פאר א פשוטע איד' צי קלאגן פאר דיסקרימינאציע און בלויזע שקרים מיט חשבון ארויס צי פרעסן געלט פון א גויאישע קאמפאני, און וואס פארא חילול השם איז נאך צו גאר ארויס שרייבן פארן געריכט אז ער קלאגט ווייל ער איז א "פראמינענטער ראביי" אין די אידישע קאמיוניטי, הנשמע כמוהו? איך האב נאך אזאנץ נישט געהערט פון קיין אנדערע דיין, און פראביר נישט צי פארקויפן אז ווען די מעשה פאסירט ווען ביי א דיין פון חסידי מהרז"ל וואלסטו געווען שטיל, נישט נאר די וואלסט זיך ציגעכאפט דערצו ווי הייסע פרישע ווארע, נאר דער גאנצער כל העולם כולו פארום ציזאמן מיט דער בלאט וואלטן געווען פיל דערמיט.

ארוניםליך די פעיראל פאר ענקערע דיינים זענען צי קליין אז זיי מוזן זיך נעמן זייטיגע שווינדלערישע הכנסות.

אפילו פאר אייזיק אבראהאם'ס ווייב וואלט עס נישט געפאסט, און האט טאקע נישט געקלאגט.

איז דאס טאקע דער הייליגער לייכטאג? 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/4/2012 00:22 לינק ישיר 

קודם זאג פארוואס מ'האט אפעקמעקט מיסיס בראנער.
נאכדעם וועלן מיר רעדן ווייטער.

תודה למפרע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > באמבע: הרה"ג הגדול רבי פרענצעס לייכטאג שליט"א קלאגט אין געריכט בריטיש עירוועיס!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.