קרית יואל געשעפטן די ערשטע ארויסצוווארפן שטערן שפאקטיוו
פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט זענען זיך צוזאמגעקומען טויזנטער אידן יראים ושלימים תושבי וויליאמסבורג צו אויסהערן די דרשות נלהבות פון רבנים ומחנכים איבער די זשורנאלן וואס זענען אנגעפיקעוועט מיט טומאה וזוהמה פון די גוי'אישע גאס און פארהערליכן דאס פאר אונזערע קינדער, און טויזנטער אידן האבן אויף זיך מקבל געווען צו היטן די שטובער פון דעם גיפט, די מנהלים פון "אלע" מוסדות התורה אין ווילייאמסבורג זענען דארט געווען חוץ "איין" מוסד, וועלכע מוסד דאס איז, איז איבריג צו ערקלערן, שטעלט זיך אבער א פראגע, די העכסטע (?) רוחניות'דיגע אויטאריטעט פון יענעם מוסד איז אין קרית יואל, די הנהלת המוסדות אין קרית יואל האט שוין פאר באלד צוויי יאר צוריק שטרענג אויפגעפאדערט פון יעדן געשעפט נישט אריינצונעמען די אלע אויסגאבעס, וואס איז פשט אז אין וויליאמסבורג איז איפכא מסתברא? זענען די וויליאמסבורגער קינדער ווייניגער בארעכטיגט צו אן ערליכן חינוך? זענען טאקע די בלאט שרייבער די העכסטע אויטאריטעטן פון חינוך???
|
|