| נשלח ב-22/4/2012 23:21 |
|
| |
ווענדונג צום ''שטערן/שפאקטיוו'' אפשר דאך
בראשית, וויל איך אייך באדאנקען פארן אהער שטעלן אזעליכע שיינע אויסגאבען פאר די לעצטע שיינע פאר יארן, כולן שוה לטובה. ווי יעדער מענטש מיט אויגן זעט וואס ס'איז דא פארגעגאנגען, סאיז געווען דא אין די היימישע געשעפטען די טמא'נה מאגעזין ''עמי'' וואס מ'האט ליידער געפיטערט אונזער קינדער מיט די ערגסטע השכלה און שמוץ ואין פוצה פה ווייל ער פלעגט צו לייגען די פיקטשערס אויפן דעקעל. וד''ל , איינמאל ער האט זיך פארזינדיקט, ואכמ''ל, האט מען דאס ארויסגעווארפען פון די געשעפטן (וואס יעדר האט הנאה געהאט). למעשה האבן די (יעדער קען זיי אנרופען ווי ער וויל) אפגעמאכט אז מ'גייט ארויסווארפען אלע 'מאגעזינען' אומר ועושה האבן זיי ארויסגעגבען א איסור אויף שטערן/שפאקטיוו און 'דער בליץ', למעשה האט דאס צוריק געפייערט האבן זיי ארויסגענומען 'דער בליץ' און מ'איז ארויסגעקומען מיט א מלחמת חרמה אקעגען דער שטערן/שפאקטיוו. איצט איז מיין ווענדונג ''שטערן/שפאקטיוו'', אזוי ווי איך בין געווען לעצטע דאנערשטיג ביים דרשה אין קאנטינענטעל און מיין זונ'ס מנהל האט גערעדט זייער שארף דערקעגען, אויך האט ער גערעדט אין חדר דערפון, זעע איך נישט ווי אזוי איך קען דאס נאך קויפען אפילו מיט די אלע אייערע בראשורס.... דארפאר טוען מיר אייך בעטען אפשר דאך טרייט איר נאכאמאל פארהאנדלען מיט די מנהלים. ווייל למעשה איז דא א מיטל וועג אז מ'זאל באשרייבען אן ענין אבער ס'זאל נישט צוגיין מיטן אריינגיין אינם קאפ פונעם גוי. (ווי למשל די חודש איז געווען באשריבען וועגן א 'צאנאמי' וואס איז געווען זייער אינטערסאנט, ווייסט איין באשעפער פארוואס מ'דארף פונקטליך וויסען וואס דער 'גוי' האט געטראכט וועגן זיין ווייב, מאמע, און שוויגער. צו ווען מ'באשרייבט וועגן ארויפגיין צו 'אנטארטיקע' וואס דארף מען וויסען יעדעס נאמען פון יעדעס גוי און וואס ער האט ליב געהאט...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/4/2012 23:35 |
|
| |
לויט'ן אנגעקומענעם קונטרס פון ''דער שטערן'' איז ער גרייט צו הערן איבער נאך תיקונים און זיך נאך פארבעסערן.
ער איז אפילו גרייט צו חתמ'נען שטרי בירורין ביי א בי''ד המרוצה לשני הצדדים.
למעשה דארפן נאר די דריי חרדישע צייטונגען זיך היפש צוימען מיט זייערע גויאישן אויסקוק , הן אין ארטיקלן און הן אין אדווערטייזמענט, טראץ וואס זיי האבן א פרי רייד.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 22/04/2012 23:36:26
|
|
|
|
| נשלח ב-22/4/2012 23:47 |
|
| |
| outspoken כתב: |  | | האבן זיי ארויסגעגבען א איסור אויף שטערן/שפאקטיוו און 'דער בליץ', למעשה האט דאס צוריק געפייערט האבן זיי ארויסגענומען 'דער בליץ' |
|
הסבר ביטע?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/4/2012 23:51 |
|
| |
Kol: באמת האב איך שוין איינמאל געשריבן אז סאיז זייער נישט געשמאק אז מיר זאלן די פירן די מערכה לטובת א בדיעבד שבדיעבד טראץ וואס אלע 3 צייטונגען זענען היבש ערגער גוויסע ארטיקלען עכ"פ מיט דעם איז זיכער ערגער ווייל ווען איינער כאפט א ליפטער מיט א שטערן מיינט ער נישט אז דאס מיינט אים ער האט בסך הכל געהערט וואטס טוט זיך אין די וועלט משא"כ ביי די 3 צייטונגען פילט מען עס ווי א עצמי ובשרי אבער די עיקר פעלער פון די מוחים דא איז אז דאס גייט בדרך רשעות און טעראר אן רעדן מיט די עורכים און אויף א פאל ווי התעוררת וואלט געווען נארמאל איבער די ענינים וואו דער רב האט געטאן שבת הגדול אבער צו מאכן א מערכה כאילו מזאל דא רעדן פון א איסור דאורייתא ווען אין פאקט איז עס בלויז א געפיל זאך וואס איז טאקע קריטיש וויכטיג אז אונזערע קינדער זאלן נישט אנגעפיקעוועט זיין מיט גויאישקייט קען מען אבער אויף א געפיל נישט שניידן שטיקער ווי א דאורייתא ווער רעדט נאך אז סאיז דא די סארט מענטשן וועם סשאדט נישט אזוי וי מיידלעך אדער איינער וואס איז געבויעט שטארק אין השקפה און וויל בלויז א נישטער טאן אין די וועלט וכדומה איז דער מעסעדש אז די חנוך לנער אסיפה איז געווען מיט הצלחה איז זייער א גוטער ווייל ווי איך הער האבן זיי נישט גערעט למעשה דארט קיין נעגעטיווע ענינים און נישט דערמאנט דעם שטערן ספעציעל און סאיז געווען בלויז התעוררת בעניני חינוך צו אריינלייגן ווארימקייט און נישט לאזן פארגרעפט ווערן מיטן ביזי זיין וואס דער גוי און גויטע האבן געטראכט און געוואלט טראכטן וכו' ממילא אויב זאלן די עסקנים טאקע אויפגעבן מיט די פאליטישע מערכה און אויפהערן גיין ספעציעל צום שטערן מער ווי דער בליץ אדער די 3 צייטונגען און אויך זאל עס גיין מיט דרכי' דרכי נועם מיט מענטשליכע עסקנים גלייב איך אז אלע צייטונגען וועלן זיך עטוואס צושטעלן און וויטער דער ציבור וועט זיין מער וואכזאם יעדער וועט וויסן צו פאר זיין קינד שאדט עס אויב ער קויפט עס צי נישט
תוקן על ידי גרוינים ב- 22/04/2012 23:53:43
תוקן על ידי גרוינים ב- 23/04/2012 00:12:13
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/4/2012 23:52 |
|
| |
פארוואס האבן טאקע די רבנים נישט קיין קוראזש זיך צו נעמען איבער די דריי צייטונגען?
מאכן זיי זיך דען נישט צו נער און שפאט ביים איגנארירין א וועכנטליכע עוולה גדולה און דערצו דורך 3 צייטונגען , און פארלייגען זיך נאר אויף א מאנטליכע אויסגאבעס?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/4/2012 23:59 |
|
| |
פון אייגענע ערפארונג, די קינדער בלעטערען די צייטונג פאר פיקטשורס און מ'ליינט אביסל אויפרייצענע קעפלעך, ווידער ''שטערן/שפאקטיוו' ליינט מען פון דעקעל צו דעקעל. (פארפאלען, ס'איז אינטעסאנט און גוט געשריבען)
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2012 00:34 |
|
| |
ר' אוטספאוקן עס קוקט אויס אז דו ביסט דא מיט א מיסיע לטהר את השרץ בק''ן טעמים.
פון מיין ערפארונג קוקן די בחורים און קינדער דורך די צייטונגען מדאשקע אל דאשקע, די נייעס, ארטיקלן , בילדער, אדווערטייזמענטס אריינגערעכנט אז טועמיה עסט מען ליל שישי ביז 2 פארטאגס פאר 15.00 דאללער א טעללער טשולענט ביי א געשעפט מיט א ספאנישן נאמען. כ'האב גארנישט פערזענליך קעגען דאזיגען געשעפט נאר לסבר האוזן.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2012 05:57 |
|
| |
רבי-יונה
איך האב געשריבען פון מיין ערפארונג, אבער אדרבה יעדע גוטע זאך אין אידישקייט איז א גרויסע זאך אין די שוואכע דור.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2012 16:20 |
|
| |
די צייטונגען האבן אסאך א גרעסערע פראבלעם.
ווען א בחור'ל ליינט זיין פארטיי'אישע צייטונג און ליינט וועגן די קדושה פון זיין רבי און אין דער זעלבע צייט ליינט ער וואסערע שגץ און הולך בערכאות ר''ל זיין רבי'ס ברודער איז, דערנאך ליינט ער ממש די היפך אינם אינעם אנדערע צייטונג קומט ער ליידער צום מסקנה אז ביידע ברודערס זענען די זעלבע, און די גאנצע אידישקייט איז א שפיל ר''ל.
אויב דאס איז נישט גענוג, זעט ער אז זיין טאטענס "ערליכע רבי" (א מנהג וואס איז איינגעפירט ביים היימישע עולם אין די לעצטע 30 יאר, אז מ'האט א פארטיי'אישע רבי אין וואס מ'קאכט אין פאליטיק א גאנצע טאג, און דערנאך האט מען א א''ג ''ערליכע גוטע איד'' וואס מ'גייט זיך אויסבעטען א גוטע יאר און עצה'ס פאר שידוכים אא''וו) לויפט צו ביידע ברודערס און לאזען פאטאגראפירן, און לחיים'ט מיט די גרעסטע חנופה, מ'רעדט פון די זיידע'ס און אלע שטותים, אבער נישט וועגן אז זיי זאלען ארויסגיין פון ערכאות ר''ל, הייבט אן די בחור'ל צו טראכטען אז די גאנצע "פארגלייזען די אויגן" און זיך "רייבען די האנט" איז איין שטיק שקר, ר''ל.
אויב דאס איז אים נישט גענוג, ליינט ער די ערליכע מאגעזינען ווי למשל די ''אוצרות" וואס פארציילט פון זקנים פון די הייליגע דרכים, קדושה און עבודת פון רביה"ק און אנדערע צדיקים, און אויפן זעלבן פלאץ לייגט מען אין א קעסטעלע אז דער איד זאגט אויך אזוי אויף כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א ,אדער אז ער טוט אויך אזוי די עבודה, זאגט איר אליין וואס די בחור'ל טראכט ר''ל
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2012 18:10 |
|
| |
טיה א קיק מיסטער outspoken
די שטערן/שפאקטיוו איז די מקור הפרסה פון א גיטע פאר היימישע יונגעלייט,
און אנפאנג האט עס טאקע באדארפט פארשידענע תיקנים, אז עס זאל זיין ראוי אריין גברענגט צו ווערן און א יודישע שטוב, און כו''ע מודה אז זיי זענען נאכגעקימען אלע תיקנים וואס רבנים, מכנכים, און מנהלים, האבן פארלאנגט פון זיי, אז עס זאל זיין ראוי אריין געברענגט צו ווערן און א יודישער שטוב,
למעשה איז דער שטערן/שפאקטיוו דער איינציגסטער אויסגאבע מיט א הכשר, נישט די מעלות/אוצרות/יודישער ליכט/בליץ/בליק. האבן ליידער אן הכשר, און רוב עולם ווייסט ניטאמאל ווער די רעדאקטערס זענען,
און איצט נאך 10 יאר וואס דער שטערן ערשיינט שוין, האט זיך דער "רוצח הערשל קלאר" דערמאנט אז דער שטערן שמד אויס דעם יונגווארג,
דאס זענען די טריקענע פאקטן!
ווען שמעון ראלניצקי דער רעדאקטער פון דער שטרן, ריקט ווען אריין פאר דעם "רוצח הערשל קלאר" א טשעקל פאר קמחא דפסחא, וואלט אלעס ווען געפארן גלאט, אזוי וואו און די לעצטע 10 יאר, דער שטערן וואלט ווען געווען כשר וישר אפי למהדרין, אזוי וואו ''שיקס כשר לפסח קאקאש קעיק'', און קיין איין קינד וואלט זיך נישט געשמד, נאכן ליינען און דער שטערן א מעשה פון א קאמאנדא,
נאר ווייל שמעון ראלניצקי האט נישט געשמירט די רעדער, און ער האט נישט געלאזט דעם באוויסטן עקסטארשעניסט הערשל קלאר אים אראפ ציען די הויזן, האט הערשל קלאר באשלאסן אים צו לערנען בלק, און פארשוואנגערן די רבני העיר מיט באבקעס אז דער שטערן שמד אויס דאס יונגווארג, און ווען א קינד לייענט דעם שטערן לויפט ער גלייך צום גלח נאך שמד וואסער!
דער אמת איז אז דער שטערן איז נישט געמאכט פאר קינדער און בחורים וואס לערנען פלייסיג, און זייער קאפ ליקט נאר און די הייליגע תורה, און ווילן נישט וויסען וואס טיט זיך אויסער זייער ד אמות!
הלאוואי זאלן אלע בחורים אזוי זיין, די מציאות איז דאך אבער אז רויב קינדער און בחורים זענען נישט אזוי, איז אנטשטאט זיכען נישט אויסגעהאלטענע אונטערטעמינט, און אקטיוועטעטן זיך אנצופילן דעם קאפ, לייענט ער און די שטערן די מעשה מיט רובאשקין!
מיסטער outspoken מאך דיר אויף די אויגן: אין כאן לא שמד, ולא גויאישקייט, ולא השכלה, ולא חינוך פראבלעמען, גארנישט, מיט נישט, א פיסטער שטורם ווינט און א גלעזעל וואסער,
אבל יש כאן מי שיש לו מנה רוצה מתיים!
הערשלע קלאר מיטן שטויביגן היט, האט געמאכט אפאר מעלאנעס אויף רבי אלתר שמחה'ס חשבן, איצט וויל ער א פאר דאללאר אויף שמעון ראלניצקיס חשבן!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2012 18:58 |
|
| |
לדעתי דארף מען זיך נישט באפאסן מיט הערשל קלאר, נאר פרעגען איינמאל און נאכאמאל די רבנים החותמים, יעדער חדר אינגעל וויסט קליפ און קלאר אז אין די געשעפטען געפונען זיך 3 מאגאזינען, אלע מיט'ן זעלבן אויסקוק און אויפ'ן זעלבען סטיל, פארוואס האט מען גע'אסר'ט בלויז 2 פון די 3?
איז דעת תורה מכריע אדער חלילה דעת פארטיי?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2012 19:22 |
|
| |
יונה!
די רבנים החותמים האבן נישט דא קיין שום מיינונג, זיי אליינס ליינען נישט דעם דער שטערן אד''ג זיי גלייבן נאר וואס הערשלע קלאר זאגט זיי, אז די וועסט ליינען די בריוו פון די שטערן די גאנצע השתלשלות וועסטי זיך איבערצייגן אז הערשל קלאר וסייתו זענען די דא די גאנצע קאך לעפלעך!
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2012 19:24 |
|
| |
דער בליץ האט פארגאנגענעם חודש געהאט א ארטיקל פון א מאפיאנער וואס איז געווארן א בעל תשובה
למעשה רוב ארטיקל שרייבט ער זיין מאפיא היסטארי, מיט אלע קליפעליך פון די מאפא וועלט
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2012 19:29 |
|
| |
ר' האנדא, דו וואלס גערעכט געווען בלי דעם איצטיגען שטורעם איבער די היפאקריטסווע. אצינד לאחר השטורעם, ביטע מאך נישט די רבנים אזעלכע נערנים און נאאיווע טיפשים אז זיי האבן נישט געהערט אז מ'האט בזדון ארויסגעלאזט דעם ''בליץ''.
אם כן הדרא קושיא לדוכתי'.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2012 19:43 |
|
| |
תוקן על ידי האנדא ב- 23/04/2012 19:44:10
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2012 19:55 |
|
| |
רבי יונה איך פארשטיי נישט וואס די האסט דא גענפערט!
1 די ווייסט גאנץ גוט אז ווען רבי שמעון ראלניצקי שטעלט ווען אויס א קמחה דפסחא טשעקל פאר דעם מיליאנער הערשל קלאר, וואלט אלעס ווען געווען מותר! דער שטערן אויך! נישט נאר דער בליץ!
2 ווער עס קען מאפיענערישע צוגאנג פון דעם פארזעיעניש הערשל קלאר עס דאס קיין חידוש נישט,
די רבנים האבן אונעטערגשריבן אן איסר אויף דער שטערן מיט דער בליץ, ציליב די ''קראנטע עדותשאפט'' פון הערשל קלאר, אז ער האט געזען א גאנצע גרופע יונגליך מיט בחורים שפאנען צו די קירכע זיך שמד'ען, גלייך נאך דעם וואס זיי האבן גענדיגט ליינען דעם ארטיקל פון אשר לעווין אונעם פעך פוי טמא'נעם שטערן ימ''ש,
נאר אזוי דער אינוועסטער פון דעם הייליגן "דער בליץ" הרב הטיפוש הנורא מיסטער קיטשי וואלי האט א פרויען קליידער סטאר, דעריבער מיז ער דאך צאלן מיליאנען פאר צדקה פאר דעם הערשל קלאר פאנד און קא. אים צו האלטען שטיל, האט ער דא אויך געשיקט א א טשעקל און דעם הערשל קלאר הכנסת כלה פאנד, און די צדקה האט געווירקט אויף א מייסטערהאפטיגן אופן, און עס האט פאסירט א טעות הדפוס אויפן קול קורא, און דער ווארט ''דער בליץ'' איז בטעות ארויסגעפאלן ויהי לפלא!
תוקן על ידי האנדא ב- 23/04/2012 19:57:39
 |
|
|
|
|
|