כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אנגעוויזן עטליכע דאקומענטן פון אלטע קול קורא'ס אונטערגעשריבן דורך מרן רבותיה"ק בעל יטב לב ובנו בעל קדושת יום טוב זי"ע אז מ'טאר נישט קיין צו קיין שום אסיפה ווי מ'רעדט אויף לע"ז, און אויב איינער רעדט אויף לע"ז מוז מען ארויסגיין פון דארט און מ'טאר עס נישט הערן.
ספעציעל האט דער רבי שליט"א אנגעוויזן דעם בספה"ק תורת משה ווי דער חת"ס שרייבט אז אפילו מ'זאגט מוסר און הייליגע דיבורים אויף ענגליש, וועט עס נישט אויפטאן און עס וועט נישט מעורר זיין צו תשובה, ולא יכנס בלב השומעים, אפילו כוונתו לשם שמים. עיי"ש דברים נוראים.
ווער עס קען ביטע ברענגען די קול קורא ווי דער יט"ל ובנו הקדושת יום טוב זי"ע זענען אונטערגעשריבן זאל עס ביטע ארויפשטעלן, לתועלת כולם.
נשלח ב-23/4/2012 18:50
איז אמת דאס אז ער האט געזאגט אז ער איז מוכן צו געבן זיין חתימה און אפי' אפשרייבן א מכתב חיזוק פאר די באוועגונג נאר ער פערזענליך קען נישט ערשיינען,
וויכטיג צו וויסן דער פרט,
ווייל עס זענען פארהאן געוויסע דוברי עתק אז ר' אהרן איז קעגן די גאנצע כינוס בכלליות, וואס גלייבט זיך שווער,
נשלח ב-23/4/2012 18:58
איך האב גהערט א שמועה (נישט קראנט) אז רבינו שליט"א האלט, אז פון אונזער עולם דארף ער פאדערן מער, פון וואס מפאדערט ביי די כינוס הכללי דהיינו ארויסנעמען אינגאנצן דעם קומפיוטער פון שטוב קען עס איינער באשטעטיגן אדער לייקענען?
נשלח ב-23/4/2012 19:01
עס איז נאכנישט ענדגילטיג. אמת רבינו שליט''א האט געשטעלט שטארקע תורה'דיגע תנאים אבער די ארגאניזירער זענען דן בכובד ראש וואס מען קען נאך טוהן אז סאטמאר עפ''י תורה זאל זיך יא קענען באטייליגען
נשלח ב-23/4/2012 19:07
לאנצהוט, ס'איז דא אויך א תשובה אין דברי חיים סימן י"ב וואס ער שרייבט גאר שארף וועגן דעם נושא.
און רביה"ק זי"ע בעל דברי יואל אין שו"ת דברי יואל ברענג די תשובה און שרייבט אז בימינו איז דאס אויך שייך, און טאמער איז מען ביי א מסיבה ווי א דרשן רעדט בלשון עכו"ם מיז מען ארויס גיין פון דארט.
לאמיר האפן אז די מהרסים בשם הרביזעכרונברכא וועלן גוט דורך לערנען די שו"ת דברי יואל. און זיך נישט לאזן פון דעם דיין פון מאנטריאל, וואס משום כמה סיבות לייגט ער דרוק יא צו גיין אפילו מע וועט רעדן בלשון עכו"ם.
נשלח ב-23/4/2012 19:09
עס איז נאר צום האפן אז ''סאטמאר על פי פאליטיק'' וועט זיך דאסמאל יא צושטעלן צו די הייליגע תורה און מחליט זיין לפי דעת תורתינו הקדושה און נישט על פי פאליטיק
נשלח ב-23/4/2012 19:13
הרמ''מ טירנויער פון מאנטרעאל האט לחץ פון הגה''צ ר' ישעי' יענקעלע שליט''א , נארוואס אהיימגעקומען קיין מאנטרעאל , וואס בתורת כיבוד אב פרובירט ער משכנע צו זיין דעם צד הזאלונים יא צוגיין צום כינוס כלל ישראל אדער חצי כלל ישראל
נשלח ב-23/4/2012 19:19
די מציאות איז אז הייליגע און געהויבענע אידן ווי ר' אביגדור מיללער זצ"ל וכדו' פלעגן שטענדיג רעדן און שרייבן אויף ענגליש זיינע טיפזיניגע דברי מוסר ויראת שמים, היורד לחדרי בטן
דעריבער איז עס בימינו נישט קיין זאך וואס נישט די סאטמאר רבי זצ"ל און נישט שפעטער זאלן האבן אמאל חלילה ארויס מיט א מלחמה קעגן דעם, יעדער פארשטייט דאס,
נאר וואס דען, מיר קנאישע טיפ אידן האלטן זיך נאך יא צו די שלא שינו לשונם, איז עס פשוט א פרינציפ און א בחינה פון אל תטוש תורת אמך,