בית פורומים אידישע געדאנק

"יום השואה" בחצר הקודש טורטין הופפער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/4/2012 23:11 לינק ישיר 

לאנצוט איז ממש ארויס פון די כלים, איך מיין ער נאך קיינמאל נישט געשריבן אויף אזא נידריגן אופן, עס זעהט אויס אז ער אליין קען נאך אויך נישט קומען צו זיך פון אזא פארדארבענע ערשיינונג, 

לאנצוט, האלט דיך רואיג אויב ווילסטו בלייבן אין די ארונישע קאמפאני זאלסטו וויסן אז עס ווארט דיך נאך אסאך אסאך סופרייזעס, אויב האסטו אמת'ע שייכות מיט די שיטה הקדושה קענסטו זיין זיכער אז דיין פלאץ איז נישט דארט 
היום אומר לו עשה כך ומחר עשה כך עד שיאמר לו , לך עבוד עבודה זרה, ר"ל 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2012 23:30 לינק ישיר 



תוקן על ידי קל_וחומר ב- 23/04/2012 23:50:20




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2012 23:34 לינק ישיר 

ישמאלכץ:

האסט א גרויסן טעות.
אויב מיין רבי וועט עפעס טאן קעגן די תורה הקדושה, בין איך נישט דארט!

דערווייל "שמעק" איך אז ער איז אויסגעהאלטן אויף יעדן קוץ וקוץ פון די תורה און שו"ע, און דאס איז וואס האלט מיך דא "דערווייל".

נאך א סימן האב איך. איך קוק אז די רבנים וועלכע באקומען נישט קיין פעיראלל פון סאטמאר, ווי למשל הגאון האדיר פוסק הדור הרב וואזנער שליט"א, וויאזוי קוקט ער אן די זאך, אדער אזא גאון ווי סערדעהאלער רב פון בארא פארק, וועלכער האט גארנישט מיט פאליטיק, גארנישט מיט קיין שום פארטיי, און אזוי ווייטער פאפא'ער דיין, נייטרא'ער דיין פון מאנסי און פון בארא פארק... זיי מאכן מיין באשלוס פעלזן פעסט.

האסטו איין פרעמדער גאון וועלכער באקומט נישט קיין פעיראלל פון אייער קהילה וואס דו קענסט מיר אנצייגן ביטע?

תודה למפרע.
לאנצוט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2012 23:35 לינק ישיר 

ישמאלכץ, וואס ברענגסטו יעצט ארויס, אויב די רבי'ס אייניקל האט געטוהן א זאך וואס עס איז נישט אויסגעהאלטן, איז למפרע אלע שקרים וואס די זאליס בויען דערויף געווארן אויס שקר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2012 23:42 לינק ישיר 

הרב לאנצוט, איך ווייס נישט דעם אמת'ן דעת פון הגאון בעל שבט הלוי שליט"א ווייל ער זאגט קדוש קדוש קדוש פאר יעדן רבי'ן אינקלאדינג בעלז נאך פאר די כלומר'שטע בקשת מחילה, ער גייט באזוכן עובדי' יוסף, ואטוכי רוכלא ליזיל וליחשיב, עכ"פ דער דעת פון הגאון בעל שבט הלוי שליט"א לדעתי העני' באמת, איז נישט מכריע אויף סאטמאר
משא"כ כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א וואס ער וואלט דאך ווען געהאט ענדערש א נגיעה צו די ארונים וואס האבן אים באמת אויפגענומען פאר גאב"ד ירושלים, און דאך האלט ער זיך צו די אמת'ע סאטמאר, דאס זאגט עפעס מער, איך ווייס אז יעצט גייט קומען א אטאקע היתכן מען שרייבט אזוי אויף הגאון בעל שבט הלוי, אבער איך האב נאר געשריבן הנוגע לענינינו בצמצום רב, און אויב ווילט איר וויסן דעם אמת פרעגט אייך נאך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2012 23:48 לינק ישיר 

ישמאלכץ כתב:
הרב לאנצוט, איך ווייס נישט דעם אמת'ן דעת פון הגאון בעל שבט הלוי שליט"א ווייל ער זאגט קדוש קדוש קדוש פאר יעדן רבי'ן אינקלאדינג בעלז נאך פאר די כלומר'שטע בקשת מחילה, ער גייט באזוכן עובדי' יוסף, ואטוכי רוכלא ליזיל וליחשיב, עכ"פ דער דעת פון הגאון בעל שבט הלוי שליט"א לדעתי העני' באמת, איז נישט מכריע אויף סאטמאר.
קען זיין אז לויט דעם היידפארק שרייבער איז דער גאון הרב וואזנער א שייגעץ, אבער וויפיל איך ווייס האב רביה"ק מסאטמאר זי"ע (בעל דרי יואל) געשיקט צו אים דעם על הגאולה איבערצוקוקן. ממילא, אויב האט דער הייליגער רבי פארשטאנען אז רב וואזנער'ס תורה'דיגע בליק אין קנאות איז ווערד זיך צו רעכענען דערמיט, איז לאנצוט מבטל זיין מיינונג און דעם מיינונג פון אלע פאשקעווילן שרייבער אויף היידפארק.
-
משא"כ כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א וואס ער וואלט דאך ווען געהאט ענדערש א נגיעה צו די ארונים וואס האבן אים באמת אויפגענומען פאר גאב"ד ירושלים, און דאך האלט ער זיך צו די אמת'ע סאטמאר, דאס זאגט עפעס מער, איך ווייס אז יעצט גייט קומען א אטאקע היתכן מען שרייבט אזוי אויף הגאון בעל שבט הלוי, אבער איך האב נאר געשריבן הנוגע לענינינו בצמצום רב, און אויב ווילט איר וויסן דעם אמת פרעגט אייך נאך.
-כ"ק גאב"ד ירושלים כשלעצמו איז זייער חשוב, אבער איך מוז אים קודם ארויסנעמען פון די סיקריקים וועלכע האבן אים פארכאפט. און אויך ווייס איך אז אין אנטווערפן איז ער געווען איינס מיט בעלזא, ממילא איז ער שוין ביי דיר אויך פסול!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2012 23:49 לינק ישיר 

אויב מיינט איר אז כ "ק הגאב "ד שליט "א איז מעריץ באופן אישי אין אדמו "ר מהרז "ל

א שטייגער ווי בעל שבט הלוי אין מהר "א

האט איר א שטיקל טעות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2012 23:53 לינק ישיר 

אמת ער איז טאקע נישט אזוי מעריץ נאר אסאך אסאך מער פון דעם ער האט זיך אויסגעדרוקט מורא'דיגע לשונות וואס איך וויל נישט נאכשרייבן ווייל דעמאלט וועלן די ארונים עמטליך אנהויבן צו ווארפן שטיינער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2012 23:54 לינק ישיר 

טאטעלע כתב:
און אז ער האט געצינדן חנוכה ליכט דארט גלייבסטו יא?





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/4/2012 00:04 לינק ישיר 

ישמאלכץ כתב:
אמת ער איז טאקע נישט אזוי מעריץ נאר אסאך אסאך מער פון דעם ער האט זיך אויסגעדרוקט מורא'דיגע לשונות וואס איך וויל נישט נאכשרייבן ווייל דעמאלט וועלן די ארונים עמטליך אנהויבן צו ווארפן שטיינער
.

לדעתי קען מען די צוויי אינגאנצן נישט צוגלייכן:
הרב וואזנער איז אביעקטיוו. אומפארטייאיש. נוטראל.
משא"כ דער גאב"ד שליט"א איז אין די פאליטיק, ממילא איז זיין מיינונג אין דעם ספעציפישן פאלעמיק אזוי מאסגעבנד ווי זיין פארגייער הצדה"ק רבי ישראל חיים  מנשה פריעדמאן שליט"א וועלכער איז טאקע א איד א צדיק, אבער ער איז א צד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/4/2012 00:05 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
 ער האט עס געטאן און איך קען דיר זאגן מיין מיינונג, אז ער האט געטאן א גרויסע עוולה וואס קומט פון זיין פערדישקייט.


איך וויל בעהטען דעם עולם נישט צו גיין פערזענליך קעגן הרב הגאון "המיועד להיות" בן-הבכור-סאטמאר-ארוני-רבי שליט"א
ער איז גארנישט שולדיג, אז זיין זיידע האט אים אריינגעלייגט אין די בליט אז מ'דארף זיכן צו ווערן א יש תיכף און נישט אויסווארטן.

Btw דאס איז א אמעריקאנע ארמיי באזע?




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/4/2012 00:13 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
טאטעלע,
לאנצוט איז נישט קיין בת היענה. ער האט עס געטאן און איך קען דיר זאגן מיין מיינונג, אז ער האט געטאן א גרויסע עוולה וואס קומט פון זיין פערדישקייט.


איך קען דיר זאגן אז עס האט גארנישט מיט פערדישקייט עס האט מיט איין זאך, ער האט גע'ירש'נט פון זיין טאטע און זיידע א קאלטקייט פאר די גאנצע שיטה הקדושה, און אויב צוליב סיי וועלכע סיבה איז אים אויסגעקומען אהינצוגיין איז נישט דא קיין שום זאך צוריקצוהאלטן, ווייל ציונות איז (ליידער לשיטתו שקיבל מאבותיו) נישט קיין פראבלעם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/4/2012 00:19 לינק ישיר 

ס'איז דא ארונים וואס רופן אים שוין יעצט מיט עהרעפורכט:  "סאטמאר רבי", ווייל זיי קענען שוין קוים אויסווארטן די טאג ווען די ארמיי רבי וועט זיין די סאטמאר רבי אויף גאנץ סאטמאר-אהרן
-לויט די ארונים'ס שיטה אז מ'נעמט אייביג די עלטסטן, און מ'גיבט פאר'ן יונגערן ברודער גארנישט

תוקן על ידי הנגיד_רבי ב- 24/04/2012 00:21:42




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/4/2012 00:20 לינק ישיר 

פון וועמען האט ער דאס גע'ירש'נט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/4/2012 00:30 לינק ישיר 

געוואַלד! 
די סיבה פארוואס אהרן שלאגט זיך מיט הגה"ק מסקולען
און הגאון האדיר רבי מתתיהו סאלאמאן, און לאזט נישט גיין צו סיטיפיעלד, איז נאר ווייל מ'וועט "אפשר" דארט נכשל ווערן און ''הערן" א ווארט ענגליש! 

און "אפשר" זיצן פונקט נעבן א יוד וואס האט "אפשר" אינדערהיים א מגן דוד!

און דא גייט זיין אייניקל ברשותו, און רעדט "מיט" א "וודאי" מגן דוד, און אויף די "ענגליש" שפראך! ש ר ע ק ל י ך! רבי אהרן ווי זענט איר? איר לערנט מיתוך??

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > "יום השואה" בחצר הקודש טורטין הופפער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.