טראץ וואס דער ''נייעס באריכט'' און '' דער בלאט'' האט אריינגעלייגט אלע קול קורא'ס, אנאנסן און באריכטן איבער דעם גרויסן '' כינוס כלל ישראל'' , האט ''דער איד'' נישט אריינגעלייגט נאר איין כרוז פון ביד''צ העדה החרדית פון פארגאנגענעם יאר חודש אב תשע''א.
דער ''איד'' האט נישט געוואלט אריינלייגען די פרישע קול קורא'ס מיט חתימות פון בעלזער רבי'ן , וויזניצער רבי'ן , הרב שטיינמאן, הרב קאניעווסקי, הרב אויערבאך, און נאך צענדליגער ראשי ישיבות ורבנים ואדמורי''ם פון ארץ ישראל און אמעריקא.
נשלח ב-26/4/2012 17:08
צוליב די אויבענדערמאנטע אדמורי''ם ורבנים האט ''דער איד'' אויך שוין נישט אריינגעלייגט די קול קורא'ס מיט חתימות פון בעל שבט הלוי , לעיקוואודער ראשי ישיבות און אנדערע ראשי ישיבות און רבי'ס, ווי למשל ר' מאטעלע וויזניצער, סקולענער רבי, פאפא רבי אא''וו
נשלח ב-26/4/2012 17:27
עס קוקט מיר אויס אז דער איד שפילט בת-היענה.
זיי שפילן א געים אז "די אסיפה" איז עכט הייליג, און איז נאר גערופן דורך די "היימישע רבנים".
זיי "שניידן" אויס און איגנארירן אלע "פרעמדע" רבנים וועלכע זענען "טריפה" ביי זיי, כאילו זיי זענען נישט קיין "חלק" פון די אסיפה.
ביי מיר הייסט עס געמאכט ליצנות.
נשלח ב-26/4/2012 17:32
אבער פארוואס האבן זיי אוך גע'קנס'ט ר' מאטעלע וויזניצער, סקולענער רבי, פאפא רבי און נאך ?
זענען זייערע נעמען אויך שוין נישט כשר?
די חכמי ה'איד זענען א באנדע טיפשים.
ביי כינוס כלל ישראל אין סיטיפילד וועלן זיין 50 טויזענט אידן על אפם וחמתם
אלע אמעריקאנער בני ישיבות און חסידים פון בעלזא, וויזניץ, גור, סקווירא, צאנז קלויזענבורג, ראכמיסטריווקא, פאפא און נאך פילע צענדליגער הויפן פון כלל ישראל וועלן מקיים זיין דעם ועשית ככל אשר יורוך.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 26/04/2012 17:35:59
נשלח ב-27/4/2012 00:14
גראדע דער בריוו פון ביד''צ העדה החרדית איז דאטירט חודש אב תשע''א און באציהט זיך אז די רבנים ומנהיגי העדה בארה''ב זאל'ן אנטיילנעמען אינעם גרויסן אסיפת הרבנים וואס איז פארגעקומען אין ראמאדא האטעל אין ניו דזשערסי פארגאנגענעם חודש אלול תשע''א.
מען קען עס אבער אויך נוצן צום ''כינוס כלל ישראל''.
נשלח ב-27/4/2012 22:26
דער שלום צווישן סאטמאר און בעלזא שלאגט טיפע ווארצלן.
דער ''איד'' דארף ליבערשט בוחר זיין צו איגנארירן א קול קורא מיט אריבער 50 חתימות פון די גרעסטע תורה אויטאריטעטן וגדולי האדמור''ים צום כינוס כלל לישראל , ווי איידער אוועק צושניידן די חתימה פון בעלזער רבי'ן שליט''א.
אין בעלזא אין אמעריקע זאגט מען: מיר גייען צום כינוס טראץ וואס ''דער איד'' האט נישט אריינגעלייגט דעם קול קורא מיט'ן רב'ס חתימה
נשלח ב-29/4/2012 23:39
איך וויל בעהטן סאטמאר יודן זאלן זיך נישט לאזן פארפירן פון אפאר היץ קעפ, וואס פראבירן פארוואנדלן די אסיפה אין א פאליטיק. אז ר' אהרן פארשטייט אז זיינע מענטשן זאלן נישט גיין. כל הכבוד.