אפדעיט ווי מ'האלט מיט די קעמפ פערמיטס:
אזוי ווי די רבי אין חדר ווארפט ארויס א עזות פנים פון קלאס און הייסט זאל נישט צוריקומען ביז מארגן אונדערפרי, אבער דער אינגל נאך ריסעס קומט צוריק אריין זעצט זיך אויף זיין פלאץ כאילו לא היה, אפשר וועט דער רבי פארגעסן, דערווייל כאפט דעם רבין דעם אינגל ביים קארג און טארסקעט איהם ארויס מיט א געזונטן מתנת יד,
בערך דאס האט פאסירט פאריגע וואך,
די זאליס האבן פאריגע וואך זיך טעמיש געמאכט מיט די קאונטי, און מיט א בלעכענע פנים אריינגעשיקט א בריוו צום קאונטי פארלאנגען א סקעדשועל פאר די יערליכע אינספעקשן איידער מ'עפענט אויף די קעמפס, כאילו ס'גארנישט אנדערש היום מיומים, אלעס גייט כשורה, פערמיט שמערמיט, אונז גיימיר זיך ווייטער מיט דאס אונזעריגע, האפענדיג אז די קאונטי וועט אפשר פשוט פארגעסן פון די גאנצע געפעך, (גיי ווייס) דערווייל, כידוע, האט די קאונטי דעם פרייטאג זיי געגעבן אזא זעץ אין די ציין אז זוכען עס נאך יעצט אין קאנארסי, זיי האבן געשיקט א בריוו, און געזאגט שפיל נישט קיין געימס מיט אונז, אין כאן לא פערמיטס ולא אינספעקשענס, הער אויף צו שפילן טעמיש און רחמנות, איר האט אלע ברירות צו שליכטן דעם געפעכט מיט דיינע אייגענע אידישע פרומע סאטמארע ברודער, און לאז אונז ארויס,
די שטארקע-גלויביגע זאליס האבן נאך שטארקע אמונת צדיקים און ש"י דייטש, מענצער מיט סאטמארHQ און זיי וועלן נאך באווייזן אותות ומופתים,
אבער ווי עס שיינט האבן די ארונים אויך זייער צדיקים וואס איבען דרוק און די קאונטי פונקט ווי די זאליס, פשוט צו לעוועלן די פילד קעגן די זאלי וויטא לאפעז צו ווער,
די נארמאלע זאליס שרייען פארהאנדל,
די פארביסענע שרייען: חלילה פארהאנדלען מ'עט עס דורכשוויצן אזוי ווי די ביה"ח, מיט נייע קעמפס,
ווידער די ארונים, די מערהייט, לעבן עפעס אין א פערעניוע (מסתמא פון זייערע פארגאנגענע דורכפעלער) אז סוכ"ס וועלן עס די זאליס באווייזן צו באקומען, און ס'העט זיך אויסלאזן מיט גארנישט,
בינו לבינו איז די קאנטי מיד געווארן פון די גאנצע צרה, גיי בלעים זיי, און אנגעכאפט די גאנצע פעקל מיט די צוויי צדדים וואס רייסן זיך ביי די בערד, און געשיקט און קארט אריין, צום זעלבן שופט וואו ס'האט זיך אנגעהויבן די זאליס חורבן ווען ער האט ארויסגעווארפן זייער דיד טרענספער און זיי באשולדיגט פאר פאלנער רעפונירטע שווינדלער
גוד לאק זאליס, ביי דעם שופט!
דערווייל קומען די זאליס מיט די זעלבע אלטע בעלאני אז זיי זענען גרייט צו פארהאנדלען נאר אויב מ'נעמט אריין קר"י
דער תירוץ נצחת ואין להשיב: איבער קרית יואל "פארהאנדלט" מען נישט, פארגעס פון דעם! קרית יואל גייט מען צו א געהעריגע דין תורה אזוי ווי ב"פ, און מ'איז דן "ע"פ שורת הדין", נישט מיט קיין פארהאנדלונגען, מיר זענען גרייט צו ריזיקירן אלעס און קרית יואל, ויקוב הדין את ההר, וויליאמסבורג "פארהאנדלט" מען יא, ווייל די זאליס די מוחזקים ונתבעים האבו נישט די גאטס צו קומען צו דין תורה, "האט מען נישט קיין ברירה"
 |
|
|