בית פורומים כל העולם כולו

וועלן די זאלונים גיין אין פיסטריט פון ארונים?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/4/2012 22:17 לינק ישיר 
וועלן די זאלונים גיין אין פיסטריט פון ארונים?


כידוע האט רבינו שליט''א מסאטמאר מחליט געווען אז ער קען נישט חתמ'נען אדער מיטשטיין מיט'ן איצטיגען אויסשטעל און פראגראם פון ''כינוס כלל ישראל'' קעגען מכת הטעכנעלאגיע, מכח עטליכע יסודות'דיגע טעמים.

בלייבט איבער צוזעהן דעם אויסוואל פון די זאלונים
1) מחליט זיין אזויווי די ארונים , און זיך נישט צושטעלן צום כינוס, נאר לוחם זיין פון אינדרויסן מיט פעסטע תקנות אין די מוסדות אא''וו, קעגען די אלע כלי משחיתים
2) זיך יא צושטעלן צום ''כינוס כלל ישראל'' וואו מען וועט מאחד זיין פון סאטמאר ביז יעשיווא יוניווערסעטי



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/4/2012 22:26 לינק ישיר 


הרב הגאון ר'  מתתיהו סאלאמאן שליט''א, אויב האט ער מיט זיך די  גאנצע ליטווישע גאס פון ניו יארק, ניו זשערסי און קאנעטיקוט, די בעלי בתים און בחורים , דורך די השפעה פון אלע גדולי ראשי ישיבות און חברי מועצת גדולי התורה שע''י אגודת ישראל בארה''ב , איז ער בדרך הטבע פארזיכערט , אין א זוניגע  טאג, מיט 20 ביז 25 טויזענעט משתתפים ביים כינוס כלל ישראל. דאס איז א פאקט וואס קיינער זאל נישט פרובירן סותר צו זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2012 00:26 לינק ישיר 

ער קען האבן מער אויך, א סוקסעס פונעם כינוס מיינט נישט א דורכפאל פאר קיינעם נאר פארן ס"מ

סאטמאר שטעלט זיך נאר נישט צו פאר אירע מאטיוון

רז"ל הער איך האט געשטעלט א תנאי אז איינער פון זיינע דיינים דארפן רעדן, און ער וועט מוחה זיין אויך קעגן ציונות, סטעי טונד....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2012 00:49 לינק ישיר 

די זאלי'ס גייען גיין זיי מיזן האבן דעם כינוס ווי לופט צי אטעמ'ן
דער זאלי איז א טויטער מענטש ער פאפט א גאנץ יאר מען הערט פין אים נישט קיין אות אחת

פרובירט ער שוין די לעצטע פאר וואכן מיט כאפן נער'ישע אנטעשין מיט זיין ליקשע קושקע מאכט ער קאנפערנצען
אין מען איז שוין דן צים 10 מאל צי יא צי גיין צי נישט צי נישט צי גיין

צים סוף וועט ער גיין  נאכדעם וואס מען גייט זיי זאגן אז מען האט זייי כלומר'שט נאך געבן אפאר זאכן וואס האט קיינמאל נישט געהייסן אז ס'גייט זיין
ווי למשל מען זאל נישט רעדן דרשות אויף עברית, אז די מסיבה זאל נישט זיין אין שבת קודש, מען זאל נישט ווארפן
קיין פייער קרעקערס, ס'זאל נישט זיין קיין תערבות וכו.

אין די דערביערטע זאלי'ס וועלן קלעמין וויקטארי אין ס'וועט גאר זיין די גרעסטע מצוה צי גיין  

אין ר' מנשה פריעדמאן וועט זאגן שמע ישראל אין די סטעדיום
אין אלע זאלי'ס וועלן שרייען קדוש קדוש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וועלן די זאלונים גיין אין פיסטריט פון ארונים?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext