בית פורומים כל העולם כולו

סיקריקים געכאפט ביים ווארפן פאשקעווילן אין היימישע שוהלן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/4/2012 22:40 לינק ישיר 
סיקריקים געכאפט ביים ווארפן פאשקעווילן אין היימישע שוהלן

די פאלגנדע מעשה וואלט געפאסט אריינצוגיין אינעם קאלום "געלעכטער אין א זייט"...

די וואך האבן די סיקריקים דוומ"ס ארויסגעגעבן א פאשקעוויל קעגן צייטונגען און מאגאזינען, מיט א אויסקוק פון א היימישע ארויסגעבער.

הערט אבער וויאזוי א נער קען זיך צושפאט מאכן:

אינעם פאשקעוויל שרייבן זיי איבער א שיעור פרקי אבות פונעם רב שליט"א וואו ער האט געזאלט האבן גערעדט וועגן די מאגאזינען, מיט א גאנצע תורה און שיינע טייטשט וואס ער האט געזאלט האבן געזאגט דערוועגן.

איין פראבלעם איז נאר דא, אז די גאנצע תורה חדשה איז געבוירן געווארן אויף די סיקריקים'ס האטליין, וואו זיי האבן געהאט געמאלדן אזא באריכט, אבער אנשי שלומינו ווייסן אז עס איז א מעשה שלא היה. פשוט און פראסט... דער רב האט דעם טייטש קיינמאל געזאגט, און ער האט די נושא דארט בכלל נישט בארירט.

אצינד זאלן די סקיריקים קומען און פארענטפערן וויאזוי עס קען זיין אז "אונזערע אידן" זאלן האבן געדרוקט א פאשקעוויל, וואס דערינען האבן זיי "צוגעטראפן" צו שרייבן די זעלבע פאלשע אינפארמאציע וועלכע זענען געבוירן געווארן אויף זייער סיקריקים'ס האטליין...



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/4/2012 23:28 לינק ישיר 

נייס טריי....
וויאזוי  זענען די סיקריקים אנגעקומען אין הופפער שוהל צו ווארפן די פאשקעווילן...?
און פארוואס איז דאס געקומען נאך די שטורמערישע מיטינג אין סיקריקים ד'ארונים הויפטקווארטיר, 141 ראסס?
און די פרק פון ר' מענדעלע איבער די שטערן איז שוין דא געווען געמאלדן דורך ארונים אפאר מאל פאר די פאשקעוויל



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-29/4/2012 23:50 לינק ישיר 

1) וויאזוי  זענען די סיקריקים אנגעקומען אין הופפער שוהל צו ווארפן די פאשקעווילן...?

א באמבע קושיא!

2) 
פארוואס איז דאס געקומען נאך די שטורמערישע מיטינג אין סיקריקים ד'ארונים הויפטקווארטיר, 141 ראסס?

אזא אסיפה איז מעגליך אויך פארגעקומען אויף דיין האטליין.

3) 
די פרק פון ר' מענדעלע איבער די שטערן איז שוין דא געווען געמאלדן דורך ארונים אפאר מאל פאר די פאשקעוויל.

דו מיינסט אפשר די דברי התעוררות בנוגע ליין מאטריאל פאר בחורים, וואס איז געזאגט געווארן ביים "שבת הגדול דרשה"?

ליין דעם פאשקעוויל פון די סיקריקים און זעה אז מען רעדט דא פון א צווייטע מעשה, א שיעור פרקי אבות מיט א שיינעם טייטש, א פאסירונג וואס איז געבארן געווארן בשעטו"מ מיט א וואך צוריק אויף די סיקריקים האטליין.

עס איז אלס גוט צו וויסן, אז מען ענטפערט נאר אויף א נושא וואס מען ווייסט די פאקטן דערין.

(איך פארשטיי דיין ווייטאג אויף דעם דורכפאל. איך מאך עס נישט אוועק..)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/4/2012 23:56 לינק ישיר 




תוקן על ידי סיטי_פיעלד ב- 29/04/2012 23:56:30




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/4/2012 00:13 לינק ישיר 

למכה מצרים בבכוריהם!
וויאזוי האט שוין די ארוני ניק לאנצוט געוואוסט 2 וואכן בעפאר די פאשקעוויל אז ר מענדל האט געהאקט אויף אלע ליין מאטריאל?! (אינקלודינג די שטערן, וואס די בלאט האט געבעקט, כאילו עס איז קדשי קדשים!)
[quote]

 נשלח ב-18/4/2012 21:25 
איך האב געהערט אז ר' מענדל האט געהאקט אויף "אלע צייטונגען" (און דאס צייגט מיר טאקע איבער אז ער איז ב"ה נישט קיין פעיקער און קיין בלאפער ווי די אנדערע רע-בנים וועלכע האבן מיט זייער פעדער אונטערגעשריבן אן איסור לשם פאליטיק און נישט לשם שמים.

[/quote]   



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-30/4/2012 00:24 לינק ישיר 

איך האב נישט דורכגעליינט דעם פאשקעוויל, אבער אזויפיל ווייס איך אז דער רב שליט"א האט ערשט די וואך פארגעלערנט פרק נישט פאריגע וואך, און אויב ברענגן זיי עפעס פון פרק ווייזט דאס עפעס

אגב אין קרית יואל די צווייטע טעג פסח פאר נעילת החג טיש האט אויך אריינגעבלאנזדשעט עפעס א נשמה'לע וואס חזותו מוכיח עליו ווי ער באלאנגט און צוזאמען מיט זיינע קינדער האט ער אויסגעטיילט פאשקעווילן אין ביהמ"ד ביז עמיצער האט אים פאריאגט פון דארט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2012 00:51 לינק ישיר 

סטראבערי וועט פון אלעס רעדן אויסער פון אונזער נושא.

יא! דער רב שליט"א, אזוי ווי אלע מחנכים וועלכע זענען מעורר דעם ציבור יראים ושלמים איבער פירן א אפגעהיטענע אידישע שטוב, זענען זיי אויך מעורר איבער דעם וואס צייטונגען, מאגאזינען, האטליינס, וועלכע רעדן איבער גויאישע פאליטיק וכדומה, זענען זאכן וואס א בחור / אינגל ברויך ווערן געהאלטן ווייט דערפון, און עס איז די פליכט פון יעדן טאטן צו האלטן זיין שטוב אויף א הויעכן ניווא.

דאס זעלביגע האט דער רב שליט"א מעורר געווען ביים היי יעריגן שבת הגדול דרשה.

----

סטראבערי טייערע, נישט פון דעם רעדן מיר דא!

מיר רעדן פון א נושא פון פאשקעווילן און טעראר וואס ווערט אנגעפירט דורך די סיקריקין באנדע פון וויליאמסבורג.

מאיזה סיבה האבן זיי זיך געשפורט באטראפן פון דעם וואס די גאס קוקט זיי אן פאר חיות טורפות, און זיי האבן באשלאסן צו שפילן א שפיל כאילו די ארונים זענען אויך א טייל אין די טעראר שטיק, און זיי ווארפן אויך פאשקעווילן אויף יחידים, און אין די זעלבע צייט וועט מען בענעפיטירן מיטן אנשטעלן א בילד ווי די ארונים קריגן זיך צווישן זיך...

האט אבער פאסירט אזוי, אז מאיזה סיבה האט דער סיקריקים האטליין אויסגע'דמיונ'ט אז דער רב שליט"א האט פארגאנגענעם שבת מברכין אייר ביי פרקי אבות גערעדט איבער דעם ענין, א זאך וואס איז אין פאקט נישט געווען, און דער האטליין האט גאר געוויסט נאכצוזאגן א טייטש וואס דער רב שליט"א זאל האבן געזאגט, עפעס וואס די מקשיבי הפרק שיעור האבן ליידער נישט זוכה געווען צו הערן בשעת מעשה...

אצינד, אין דעם פאשקעוויל איז אריינגעדרוקט איבער די דרשה וועלכע איז געבארן געווארן אויף ענקער סיקריקים האטליין.

אלזא זאג מיר נאכאמאל: ווער האט געמאכט דעם פאשקעוויל?...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2012 00:56 לינק ישיר 

וואלן, דער וומסב"ג רב האט פארגעלערנט פרקי אבות שבת מברכין אייר אין ביהמ"ד ברך משה, סקילמאן.

(א טאג דערויף האט דער סיקריקים האטליין מחדש געווען אז ער האט גערעדט איבער מאגאזינען, טייטשנדיג דעם משה קיבל תורה מסיני אז מען מעג נאר ליינען עפעס וואס איז מקובל מסיני.. עפעס אזוי... און היות איך בין געזיצן ביים שיעור האב איך זיך געוונדערט אויף דעם אויסטראכט, און ווי אינטרעסאנט איז מיר געווען דאס יעצט צו טרעפן אין א פאשקעוויל וואס זיי האבן געוואלט אנלייגן אויף אונזער נאמען).

תוקן על ידי FiveBoro ב- 30/04/2012 00:58:51




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2012 21:27 לינק ישיר 

איך האב היינט געליינט די פאשקעוויל וואס דרייט זיך לעצטענס ביי אונז און איך בין נשתומם געווארן צו זעהן ווערטער אין נאמען פון רב מיט א גאנצע פשעטל וואס ער זאל האבן געזאגט פאריגע וואך ביי פרק און לא היה ולא נברא דער רב האט אינגאנצען נישט גערעט ביי פרק פונעם ענין לא מיניהו ולא מקצתה
סאיז פילא פלאות וואס די טעראר קלאר-שווארץ באנדע קען אלס באווייזן 
ממאכט מעשיות מיט תורות און מפארשפרייט פאשקעווילן ביי אונז און דערנאך לויפט מען צום קינדער פארום ווי מפירקעלט אז ארונים זענען צעפליקט
שוטים האב איך געוויסט אז זיי זענען שקרנים האב איך אויך געוויסט פאלשע קנאים האב איך אויך געוויסט אז זיי זענען און רוצחים אוודאי אבער צו זיין אזאנא טיפשים צו מאכן שפילערייען מיט פאשקעווילן אין אונזערע שוהלן מיט תורות וואס דער רב האט קיינמאל געזאגט איז דאך סתם אן קיין חשבון



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2012 21:58 לינק ישיר 

בשקר יסודם
די ערשטע פלאץ ווי דער פאשקעוויל איז געזעהן געווארען איז אויף זאליס היידפארק פארום
דאס זאגט אלעס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סיקריקים געכאפט ביים ווארפן פאשקעווילן אין היימישע שוהלן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext