| נשלח ב-2/5/2012 00:17 |
|
| |
ביי אסיפה וואס איז נאר יעצט געשלאסן געווארן, אין איינע פון די זאלן פון תולדות אהרן קהילה אין ירושלים, האט מען געגעבן צו פארשטיין דעם ציבור, אז אויב וועט מען נישט קענען באצאלן פאר דעם פראיעקט, נישט משנה פון וואסארא סיבה, וועט נישט פארקומען קיין הדלקה אין מירון, חד וחלק, מען האט נאכגעזאגט וואס דער תו"א רבי האט געהייסן איבער געבן, אז ח"ו צו נהנה זיין אפילו איין פעני, פון די רשעים בכלל, און אויף אזא הייליגע מטרה בפרט.
איינער פון די רעדנערס, האט ארויס געברענגט, אז פון עצם דעם וואס מען זעהט יערליך, יאהר נאך יאהר וואס דער שטן זוכט זיינע וועגן, וויאזוי צו שטערן די געהויבענע שמחה, די אומפארשטענדליכע מניעות וואס קומט אלס אונטער, די געוואלדיגע התעוררות אויס צו מעקן מעל פני האדמה, דאס אליינס דארף אונז מחזק זיין.
מען האט געבעטן דעם ארימער ירושלימער ציבור, זאל זיך משתתף זיין מיט שיינע סכומים, בכדי מען זאל קענען באצאלן פון ריינע אידישע געלט - על טהרת הקודש, דו צוגרייטונגען צום מעמד הנשגב והקדוש.
לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 21:02 |
|
| |
ראו מה בין בני לבן חמי! אין די צייט וואס כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א רידערט אן וועלטן, ער שיקט זיינע חסידים פון איין שטאטישע אפיס צום צווייטן זיך איינצובעטן אז זיי ווילן נישט נהנה זיין פון ציוניסטישע געלט און זיי ווילן אפצאלן דאס גאנצע און אויב נישט וועט ער נישט צינדן דאס יאר אין מירון, קומען די אהרוינים מיט א בילד וואס מען זעט עפעס א ירושלמי זיצן אין עפעס א אפיס מיט ליצמאן... ווער עס ווייסט ווייסט אז איינע פון די פלעצער ווי זיי האבן געש'תדל'ט אז מען זאל זיי לאזן באצאלן איז געווען ביי ליצמאן. אין די זעלבע צייט נעמען די אברהם יצחק חסידים מיט זייער רבי געלט פון די ציונים געלט פאר זייער "דרך כהנים" אויף וועלכע אלע היימיש פוסקים זאגן אז ס'פעלט בכלל נישט אויס, אבער געלט פון די ציונים? אדרבה ווי מער! די אייגענע קינדער פון אברהם יצחק רבי (נישט קיין חסידים נישט קיין עסקנים, הוא ולא אחר, די אייגענע קינדער) שתדל'ן ביי חבר כנסת מסוז ער זאל ערלעדיגן געלט פארן דרך כהנים רח"ל 
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 22:59 |
|
| |
| פריש כתב: |  | ראו מה בין בני לבן חמי! אין די צייט וואס כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א רידערט אן וועלטן, ער שיקט זיינע חסידים פון איין שטאטישע אפיס צום צווייטן זיך איינצובעטן אז זיי ווילן נישט נהנה זיין פון ציוניסטישע געלט און זיי ווילן אפצאלן דאס גאנצע און אויב נישט וועט ער נישט צינדן דאס יאר אין מירון, קומען די אהרוינים מיט א בילד וואס מען זעט עפעס א ירושלמי זיצן אין עפעס א אפיס מיט ליצמאן... ווער עס ווייסט ווייסט אז איינע פון די פלעצער ווי זיי האבן געש'תדל'ט אז מען זאל זיי לאזן באצאלן איז געווען ביי ליצמאן. אין די זעלבע צייט נעמען די אברהם יצחק חסידים מיט זייער רבי געלט פון די ציונים געלט פאר זייער "דרך כהנים" אויף וועלכע אלע היימיש פוסקים זאגן אז ס'פעלט בכלל נישט אויס, אבער געלט פון די ציונים? אדרבה ווי מער! די אייגענע קינדער פון אברהם יצחק רבי (נישט קיין חסידים נישט קיין עסקנים, הוא ולא אחר, די אייגענע קינדער) שתדל'ן ביי חבר כנסת מסוז ער זאל ערלעדיגן געלט פארן דרך כהנים רח"ל  |
|
די בילד איז אן האלטע מעשה און עס איז שוין אויסגעקייט געווארן. און לגבי דעם גשר הכוהנים דער וואס האט עס איינגעוואפן דער בויעט עס צוריק
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 05:12 |
|
| |
איינגעווארפן האט'ס די ציוניסטישע רעגירונג און בויען בויעט עס די ציוניסטישע רעגירונג נאך שתדלנות פון די קינדער פון שמואל יעקב.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 11:13 |
|
| |
| נפל כתב: |  | | איינגעווארפן האט'ס די ציוניסטישע רעגירונג און בויען בויעט עס די ציוניסטישע רעגירונג נאך שתדלנות פון די קינדער פון שמואל יעקב. |
|
שלום עליכם מר נפל!! איך האב אייך געוואלט פרעגן פון וועלכער יאר איז די אויבן דערמאנטע בילד? (בדרך אגב: תקנת הפורום צו שרייבן ר' אויף א מנהיג בישראל)
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 16:53 |
|
| |
אן קיין פערמיטן קען מען נישט בויען
תולדות אברהם יצחק מעג שתדלן פארפערמיטן ביי ליצמאן
און תולדות אהרן מעג שתדלן ביי אלכס וויזניצער
די ליצנות איז נאר ווען תולדות אהרן זיצט וואכן לאנג מיט אלכס וויזניצער אויסארבעטן די פרטים
און דערנאך הענגט א פלאקאט אז מען וועט אפשר נישט מאכן קיין הדלקה
ווייל מען קען נישט געפינען פאר וועמען צו געבן געלט
ווי כאילו ביז יעצט האט די מדינה אלעס אליינס געמאכט על דעת עצמם
און אונז שטייען אין די זייט און האלטן נישט אויס אז זיי מאכן עס ......
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2012 07:25 |
|
| |
יענע בילד איז נאכנישט א יאר אלט
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2012 07:29 |
|
| |
אישור, קודם האב איך הנאה צו זען אז אזעלכע ווי דיר זענען קעגן תולדות אהרן, יעצט שטעלט זיך ארויס אז תולדות אהרן איז שטארק גערעכט מיט מרחק זיין פאפענהיים ווייל כמים פנים לפנים וכו'. איצטער, אלקס וויזניצער איז נישט א חלק פון די ציוניסטישע רעגירונג און מוזס איז יא. אגב פאריאר איז שוין געווען באריכטעט אויף אלע וועב זייטלעך און אין אלע פרייע צייטונגען אז תולדות אברהם יצחק וועט בויען דעם גשר הכהנים מיט געלט שטיצע פון די רעגירונג.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2012 11:38 |
|
| |
| נפל כתב: |  | | אגב פאריאר איז שוין געווען באריכטעט אויף אלע וועב זייטלעך און אין אלע פרייע צייטונגען אז תולדות אברהם יצחק וועט בויען דעם גשר הכהנים מיט געלט שטיצע פון די רעגירונג. |
|
לידיעתך בעלמא: פאריאר האט הרה"ג ר' משה בראנדסדארפער שליט"א געבויט דעם גשר הכהנים און נישט גענומען/באקומען קיין רויטען גרייצער פון די ממשלה הטמאה. און היי יאר בויעט דאס די רעגירונג על דעת עצמם בלבד ווייל זיי האבן עס איינגעווארפען.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2012 12:33 |
|
| |
| moashopee כתב: |  | | היי יאר בויעט דאס די רעגירונג על דעת עצמם בלבד ווייל זיי האבן עס איינגעווארפען. |
|
ה צ ח ק ת נ י
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2012 15:18 |
|
| |
דינסטאג ביינאכט איז פארגעקומען א אסיפה רבתי אין די וייבער שוהל אין תולדות אהרן אויף רחוב מאה שערים - שבטי ישראל, דורעך הרה"ח ר' מרדכי גוטפארב שליט"א פון די וועד הנהלת המוסדות, און הרה"ג מגיד מישרים ר' יצחק קירשנבוים שליט"א מראשי ישיבת תולדות אהרן, מען האט ארום גערעדט וועגן די ברענענדיגען גזירה פון די הפקעה אין אתרא קדישא מירון. אויב ווילט איר הערן די פייערדיגע דרשות קענט איר קאלן צו: פון ניו יורק 001-972-722722733 און דריקט אויף 1 פון ארץ ישראל קאלט צו: 0722722733 שלוחה 1
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2012 13:10 |
|
| |
| גערעכט כתב: |  | היי יאר בויעט דאס די רעגירונג על דעת עצמם בלבד ווייל זיי האבן עס איינגעווארפען.
ה צ ח ק ת נ י |
|
ממש אזוי? זאג די ווייסט אפשר די פאקטן? און אויב יא וויאזוי? דורך אהר'לע סאמעט ביי די אסיפה אין כנסת המינים? אדער פון ארום לויפן און אלע רעגירונג אפיסעס זוכן איינעם וואס זאל צוריק נעמען ענקער געלט.... נישטא ווער זאל לאכן (חוץ הרב גערעכט....)
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2012 10:47 |
|
| |
| moashopee כתב: |  | | היי יאר בויעט דאס די רעגירונג על דעת עצמם בלבד ווייל זיי האבן עס איינגעווארפען. |
|
ה צ ח ק ת נ י 
|
|
|
|
|