|
|
| נשלח ב-2/5/2012 00:10 |
|
| |
אומזיסט.
רוסיש איז ממקורו סלאוויטש. פויליש איז ממקורו טאטאריש פראנצויזיש איז ממקורו לאטייניש. רומעניש איז ממקורו גריכיש.
ענגליש איז ממקורו פון בארג סיני ! ממילא איז דער איסור עקספייערט !
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 00:29 |
|
| |
לאנצהוט ציווישען מיר אין דיר דער ריכטיגע סיבה פארוואס די פראבירסט מיט אלע כוחות צו אוועק מאכען אזא היילגע כינוס איז נישט ווייל שפראך וכו' עס ליגט דא עפעס אסך טיפער ווי דעם וד''ל לאמיר זיך נישט גענארען די כינוס וועט צוגעבן א געוואלדיגע חיזוק והתעוררות פאר טויזענטע יודן און בפרט אז עס וועלן דארטן זיין אויך מאנשי שלומינו און מרבותינו און עס איז קלאר אז נשט דאס האט דער איסור פון דעם ייטב לב געמיינט זיי האבן געמיינט רעדן דרשות באופן כללי בלשון העמים ווען עס האט נישט קיין ריכטיגע סיבה צודעם וד''ל
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 00:44 |
|
| |
רד''ק תהילים קיח כג
עי' ברד''ק תהילים קיח כג ובמלבי''ם שם ובאוה''ח במדבר כד יז
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 01:23 |
|
| |
רב הסוער האלט זיין רבי'ן פאר אן ערנסט'ער עניו וואס גלייכט נישט צו זיצן ביי קיין כינוס ווי ער געבט גארנישט צו... ביזט גערעכט 100%, נאר האסט פארגעסן צוצולייגן איין פונקט, אז טאקע דערפאר ווייל ער זעהט אז ער גייט גארנישט צוגעבן ביים כינוס (ווייל ער שטייט דאך נישט בראש) איז ממילא גייט מען נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 01:26 |
|
| |
| לאנצוט כתב: |  | אומזיסט.
רוסיש איז ממקורו סלאוויטש. פויליש איז ממקורו טאטאריש פראנצויזיש איז ממקורו לאטייניש. רומעניש איז ממקורו גריכיש.
ענגליש איז ממקורו פון בארג סיני ! ממילא איז דער איסור עקספייערט ! |
|
דאסמאל באקומסטו אזאנס 
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 01:26 |
|
| |
| שמעלקאלע כתב: |  | רב הסוער האלט זיין רבי'ן פאר אן ערנסט'ער עניו וואס גלייכט נישט צו זיצן ביי קיין כינוס ווי ער געבט גארנישט צו...
ביזט גערעכט 100%, נאר האסט פארגעסן צוצולייגן איין פונקט, אז טאקע דערפאר ווייל ער זעהט אז ער גייט גארנישט צוגעבן ביים כינוס (ווייל ער שטייט דאך נישט בראש) איז ממילא גייט מען נישט |
|
אז מען קען אויסטייטשן אויף שלעכטס פארוואס נישט אבי יענעם צו באשמוצן
עי' מדרש שה''ש א כה
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 01:29 |
|
| |
| נישטאמת כתב: |  | רב הסוער האלט זיין רבי'ן פאר אן ערנסט'ער עניו וואס גלייכט נישט צו זיצן ביי קיין כינוס ווי ער געבט גארנישט צו...
ביזט גערעכט 100%, נאר האסט פארגעסן צוצולייגן איין פונקט, אז טאקע דערפאר ווייל ער זעהט אז ער גייט גארנישט צוגעבן ביים כינוס (ווייל ער שטייט דאך נישט בראש) איז ממילא גייט מען נישט
אז מען קען אויסטייטשן אויף שלעכטס פארוואס נישט אבי יענעם צו באשמוצן
עי' מדרש שה''ש א כה |
|
יא אויף א ערליכן איד אדער סתם א איד דארף מען טאקע דן זיין לכף זכות אבער איינער וואס באוואוסטער בעל גאווה און טוט קיינמאל גארנישט נאר לכבודו ברויך מען דן זיין לחובה, קוק אריין די מפרשים פאריגע וואך אין פרקי אבות, הוי דן את כל האדם לכף זכות
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 01:49 |
|
| |
| לאנצוט כתב: |  | אומזיסט.
רוסיש איז ממקורו סלאוויטש. פויליש איז ממקורו טאטאריש פראנצויזיש איז ממקורו לאטייניש. רומעניש איז ממקורו גריכיש.
ענגליש איז ממקורו פון בארג סיני ! ממילא איז דער איסור עקספייערט ! |
|
און אידיש איז ממקורו פון דייטש. ותו לא מידי.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 01:55 |
|
| |
אידיש איז נישט לשונות העמים, און אלע אנדערע יא. און ביסט אינווייטעד מיט אלע לאכערס חוזק מאכן פון רבותינו הקדושים.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 02:28 |
|
| |
אידיש איז נישט לשונות העמים ווייל אידן רעדן עס פאר זייער מוטער שפראך, און דאס איז אריין געמישט אסאך לשון קודש וכדומה. דהיינו, מען האט גענומען די גויאישע שפראך און עס פאראידישט, געטוישט די אקצענט, וכדומה.
די זעלבע גלגול וואס די דייטשע שפראך איז אריבער אין אייראפע פון לערך 6 7 הונדערט יאר צוריק, איז די ספאנישע שפראך אריבער אין די ארצות ספרד ויוצאיה, און זי איז באקאנט מיטן נאמען לאדינא.
בשעת אידן האבן געוואוינט אין די אראבישע לענדער בימי הרמב"ם האבן אידן גערעדט געהעריג אראביש. און אסאך ספרים זענען נתחבר געווארן אויף דעם שפראך, אריין גערעכנט דער חובת הלבבות און דער פירוש המשנה להרמב"ם.
דער תלמוד בבלי איז געשריבן אויף אראמיש ווייל אידן האבן אין בבל גערעדט די שפראך.
אין די אלע פלעצער, האט מען געהאלטן דרשות מוסר, חיזוק, און אפילו געשריבן ספרים אלעס אין דעם לשון המדינה!
דער זעלבער גלגול גייט ענגליש איצט אריבער ביי אונזערע ליטווישע און אמעריקאנער ברודער. און כמובן איז נישטא קיין שום פראבלעם דערמיט. (הגם דער עצם שינוי פון אידיש צו ענגליש איז בוודאי א אפנויג און מסתמא א תוצאה פון מאדערניזאציע, אבער כהיום איז דאס דער פאקט. און דער סיבת הדבר איז נישט משנה בכלל). און אוודאי איז נישטא קיין שום פראבלעם אפילו פאר א רעדנער וואס קען אידיש, ווען מען רופט אים צו רעדן ביי אזא מקום, צו רעדן אין ענגליש, מחבר זיין ספרים אין ענגליש, ויגדיל תורה ויאדיר. ענגליש קען אויף קיין פאל נישט ווערן אפגעטיילט פון די אלע אויבנדערמאנטע שפראכן וואס אידן האבן פאראידישט.
אין אונגארן איז געווען א מאטיוו פון די רעפארמער און מתחדשים צו אריין ברענגען פרעדיגער וואס רעדן גויאיש כדי זיך מדמה צו זיין צום גוי, און דאס איז געווען די ערשטע אין א רייע פון 10! זאכן וואס זיי האבן געוואלט מחדש זיין און מקלקל זיין אין בית המדרש זיך מדמה צו זיין צו די קריסטליכע קירכעס ה"י. ממילא האבן די רבנים דערויף לוחם געווען,
אבער כמובן איז דאס געווען נאר פאר אידן וואס האבן גערעדט אידיש און האבן זיך צובראכן די ציין צו רעדן אונגאריש כדי זיך מדמה צו זיין צום גוי. עס איז כמעט נישט געווען אין ערגעץ אין דער אלטער היים אזא מציאות ווי די ענגליש רעדנדע אידנטום דא אין אמעריקע. זיכער נישט אין אונגארן און זיכער נישט בימים ההם בשעת די תקנה איז געמאכט געווארן און שפעטער נאכאמאל נתחדש געווארן.
און נאכאמאל, דאס איז אלעס חוץ פון דער עצם זאך אז אפילו דער איסור האט זיך באצויגן בעיקר צוליב די שינוי אין בית הכנסת, נישט אזוי ווייט צוליב דער עצם איסור פון לשון העמים.
גענוג קלאר?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 17:10 |
|
| |
אקעי, דער דברי חיים מיט'ן יטב לב און אלע אונזערע הייליגע רבי'ס האבן נישט געוואסט וואס אומזיסט ווייסט. לשון העמים איז אין אמת'ן מותר, נאר דער חתם סופר איז געווען א "פרומאק".
אלעס מטהר צו זיין דעם שרץ בק"ן טעמים.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 19:29 |
|
| |
איך האלט אז אומזיסט איז נישט גענוג קלאר געוועהן ממילא האט לאנצוט אומריכטיג מגיב געוועהן.
דער ווארט איז: פונקט ווי מען האט "פארגרייזט" די גויישע שפראכן און דאדורך איז באשאפן געווארן א "אידיש" אדער א "לאדינו" וואס אויף דעם אופן איז געוועהן 100% מותר צו רעדן (א שטייגער ווי אידיש דויטש וואס האט זייער גע'ענדלט צו הויך דויטש אין הברה, און נאר די לשון קודש ווערטער און די פארגרייזטע ווערטער האבן פונאנדערגעשיידט) די זעלבע איז די "ליטווישע ענגליש" גענוג אנגעלאדענט מיט לשון הקודש און אידישע ווערטער (ווי "געוואלדיג" "שטייגונג" "חלות" "נפקא מינא" "זאך" וכו') עס זאל שוין אפשר קענען גערעכנט ווערן ווי א היבש "פארגרייזטער" ענגליש (אז א גוי ווען מן הסתם כמעט נישט פארשטיין א גאנצער זאץ פון אן ענגליש-ליטווישער רעדע). דערונטער די פרעדיגער האבן מקפיד געוועהן צו רעדן א ריין הויך דויטש. צ.ב.ש. זיי האבן גענוצט "ביבלישע" אויסדרוקן ענדערש ווי "תורה'דיגע" אויסדרוקן אדער א "כהן" האט געהייסן א "פריסט" די לוחות-טאבלעטן משה-מאזעס וכו' וכו' דוק ותשכח (וכמדומה שכן מובא בשו"ת חת"ם סופר) וממילא מיינט מען נישט ח"ו צונישט צומאכן די תקנה. נאר פונקט פארקערט די תקנה איז עומד וקיים לעד ולנצח נצחים, נאר דער וואס איז אביסל באהאווענט אין די אנטוויקלונג פון אידישע שפראך פארשטייט אז אויף דעם אופן קען זיין איז נישט קיין פראבלעם (איך זאג "קען זיין" ווייל מי אנכי להכניס ראשי בין ההרים האלו די היינטיגע גדולי ישראל וואס האבן אין דעם מיינונגס פארשידנהייטן)
תוקן על ידי האורח ב- 02/05/2012 19:35:58
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 19:43 |
|
| |
וואס דינגט מען זיך דא:
פארוואס אין אונגארן האט מען נישט געקענט טרעפן קיין היתר פאר א רב צו רעדן, ביז דער חתם סופר האט קלאר געשריבן אז די מוסר איז נישט נכנס בלשון השומעים, און אלע אנדערע רבנים וקדושים שרייבן אז מ'טאר נישט זיצן ביי אזעלכע דרשות.
פארוואס דארף מען היינט זוכן התירים. פארוואס קען מען נישט מאכן קיין אסיפה פאר בלויז היימישע אידן. צי וואס דארפן מיר גיין מיט אידן פון טינעק און פאסעיאיק אדער אפילו פייוו-טאונס.
וואלט מען אמאל געמאכט אן אסיפה פאר אידן פון צאנז, קראלי, שינאווע מיט בערלינער אידן.
געוואלד?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 20:02 |
|
| |
איך האב הנאה אז לאנצוט האט געטוישט ליניעס צו אנדער אפשר אויפריכטיגע טענות. אבער מיר האבן נאר געגעבן צו פארשטיין פארוואס די ליטוויש-ענגלישע דרשות איז אפשר נישט קיין "אויפגעזוכטע היתר" נאר א לכתחלה'דיגע אידיש פונקט ווי די הייליגער חתם סופר'ס אידיש דייטש. די וואס רעכנען אידיש אלץ א "ריינעם" שפראך ווי אלע שפראכן וואס געהערט צו אונזער פאלק - זענען בלויז די אמאליגע אידישיסטן וואס האבן נישט קיין תורה און "מיינען" אז דאס מאכט דאס פאלק א פאלק. אין אמת האבן מיר א תורה און א הייליג שפראך וואס ווערט גענוצט אויף תורה און א דירעקט פארגרייזטע שפראך וואס זאל דינען פאר עניני חול. ותו לא מידי
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 20:03 |
|
| |
ווען דער חתם סופר רעדט קעגן לשונות העמים, מיינט ער אז מ'מוז רעדן דייקא אידיש. לאפוקי קיין שום אנדערע שפראך קיין אונטערשייד וואו דאס איז, אויבערלאנד, אונטערלאנד, טשעכיש אדער פויליש אדער ענגליש.
ווער עס זאגט אנדערש איז א מלגלג על דברי חכמים.
|
|
|
|
|