בית פורומים כל העולם כולו

קעמפ אויסבראך: בלומענפעלד סטייל דרשה אין טרופ עוו' חדר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/4/2012 22:24 לינק ישיר 
קעמפ אויסבראך: בלומענפעלד סטייל דרשה אין טרופ עוו' חדר

אין ליכט פין די קעמפס דורכפאל, ווי די זאליס ווערן געצווינגען זיך שטעלן צו די''ת פין אלע זייטן 
האט מען פאריגע וואך צאמגענומען אלע קינדער וואס לערנען אין די זאלי חדר אויף טרופ עוו'
צו זאגען תהילים אז די גניבה אויף די קעמפס זאל געלונגען
דאס עצם צאמנעמן די קינדער צו זאגען תהילים איז א זעלטענע זאך אין טרופ עוו',
אבער מען האט אנגעגבן אז וויבאלד עס איז א שעת חירום איז לא עת לחשות
בעפארן זאגען תהילים האט א מנהל - א יונגערמאנטשיק געהאלטן א דרשה אנצווארעמען די קינדער

דער מנהל האט געהאלטן א דרשה אויפן זעלבן סטייל ווי נפתלי בלומענפעלד העצט די בחורים אין קווינס
ער האט מסביר געווען די קינדער די טומאה פין די ארונים
אין אז זייער פלייש איז טריפה, זייער מצות איז חמץ
אין אזוי ווייטער געהעצט די תשב''ר בטוטו''ד מיט שמוציגע לשונות, נאכגעליינט פין דער איד
פארשטייט זיך אז קיין טעיפס גיבט מען ח''ו נישט ארויס

דער מנהל ענטפערט פאר אלע טאטעס אז ער איז נישט שילדיג
זיינע אויבערהארען האבען אים געהייסן דאס טוהן אין ער מוז זיי פאלגען אין זיי האבען אים פארגעשריבן די גאנצע דרשה

דער עיקר איז כדאי צו זעהן די חינוך מיט וואס מען ציהט זיי אויף
אין יא, אלעס זענען די ארונים שילדיג


תוקן על ידי היראים ב- 30/04/2012 23:12:05




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2012 22:42 לינק ישיר 

דער מנהל הייסט זונדל שפיצער בן מיילך, ר' אייזיק ספינקער חסיד א ברידער מיט די גראבע שפיצער'ס

זינדל שפיצער מיט די גרויסע וואנצעס האט געזאגט פאר די קינדער אז די אהרונים דארפן ווערן פארברענט עפ"ל



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/4/2012 22:56 לינק ישיר 

האט נישט ר' זונדל אויפגעטרעטן אין קאנטינענטל 2 וואכען צירוק
אין מסביר געווען ווי ווייט מען דארף אכטונג ביי די יוגענט
ווייל אלעס גייט זיי אריין טיף אין מח


לויט ווי איך קען ר' זונדל האלט ער זיך פאר א מעסיגע מענטש

ווי קומט דאס צו אים?

האבען זיינע בעלי בתים נישט געטראפען קיין צווייטן צו טינקען אין אזעלכע שמוץ?

אין ווי איז דער וועד החינוך?

האבען אפאר צידרייטע היצקעפ די לעצטע ווארט אין די תלמוד תורה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/5/2012 00:26 לינק ישיר 

ווילאנג אינז האלטען דרשות אין טרופ עוו אין ענק הלאטען דרשות אויף ווייט עוו...בין איך גיט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/5/2012 00:56 לינק ישיר 

ווילאנג די גניבה איז געווען ווי דיינס בידך ביזטו געווען גוט אבער יעצט ווען אלעס ווארפט זיך און מווייסט אז מהאט קיין "שום" בעלות אויף קיין "איין" בנין נישט ע"פ תורה און נישט ע"פ חוקי המדינה דאן זענט איר אויף געבאטענע
און אויב אייערע פירער פארהאנדלען נישט יעצט ווען עטס האטס נאך עפעס מיינט דאס אז זיי לייגן אייך אויפן דראנק פארן תאוות הנצחון ווייל דער מארגן קומט איינמאל אן און מוועט זיך טרעפן אן א דאך איבערן קאפ בלויז פארן עקשנות פון נישט פארהאנלען ווי נארמאלע מענטשן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2012 01:14 לינק ישיר 

שעפעלע טייערע UTA איז סעיף סאיז נישט אזוי קהל יטב לב אין אלע ענקערע שטיקלעך זענען אדארך געפאלען
סאיז FULLEY  אין אינזערע הענט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/5/2012 01:29 לינק ישיר 

IAMSMART וועק דיך אויף סאיז 2012 היינט די זעסט נישט וואס עס פאסירט? אדער מאכסטוך צו די אויגן ווי די בת היענה? האט איינער געגלייבט תשס אז מען וועט האלטן ווי מען האלט היינט? מען האט צוריק גענומען פון ענקער גניבה דערווייל די מתיבתא הק', ביה"ח, נייע ביהמד, און יעצט די קעמפס, אונז האמיר נאך אפולע סקעדזשאל מיר גייען סלאלי באט שארלי עד מקום שידינו מגעת מען וועט אלעס צונעמען פון ענק אי"ה,  אלעס וואס קומט זיך אונז ע"פ תורה וועלען מיר בעזהי"ת האבן, און דערווייל טרייסט דיך מיט דיינע קעלבעלעך אז UTA איז סעיף, וואס סעיף ווען סעיף, די גאנצע UTA בארד איז געפעלשוועט, ווארט נאר יבא יומו אויף דעם אויך, ביז, אדער וועט עטץ קומען צו דין תורה אדער פארהאנדלן,אדער ביז עטץ וועטס הערן אז מען הייבט אן צו כאפן בנינים.

ובשם ה' נעשה ונצליח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2012 01:44 לינק ישיר 

פון גרויס צושאסענקייט אז די גניבה פון רבי זאלישעל גליטש זיך ארויס פון די זאלישע הענט, האבן די זאליבאנצעס באשלאסען אז מען גייט פארהייליגען די מערכה, מען וועט צוזאם נעמען די קינדער און זאגן תהילים, מען וועט בלאזן שופר, און האלטען דרשות קעגן די רשעות'דיגע ארונים וואס לאזן נישט די טויזענטער תשב''ר פארן און קעמפ, נאר פאר רשעות, און ארויסרייסען די הייליגע רביזכיתויאגנליינו....................

סארא ליצים................

דער גנב הגדול רבי זאלי האט בכוח הזרוע ארויסגעווארפן די ערוועלטע קהלה פירער, וואס זענען ערוועלט געווארן בברכות הקודש פון רבינו הברך משה זי''ע, אן קיין שום סיבה, בלויז ווייל ער האט געהאלטען אז זיי זענען געטריי צום הייליגן ברך משה זי''ע, און זיי וועלן זיך האלטען געטריי צו אים און צו זיין ממלא מקום כ''ק רבינו שליט''א.

ווען די ראשי הקהלה האבן געוואלט גיין צו דין תורה, האט די שייגאץ און פורק עול שאול פערלשטיין געזאגט מיט לייצנות אז מען דארף נישט גיין צו דין תורה, און ער האט נאך געהאט דעם אומהויערע חוצפה צו זאגן, כאילו דער הייליגער ברך משה זי''ע האט געזאגט אז מען דארף נישט גיין צו דין תורה רח''ל עפ''ל אלף פעמים..................

און ווען די הנהלת הקהלה האט געוואלט צווינגן די מסרבין לדין דירוכ'ן געזעץ, ברשות און בהמלצות פון 4 גדולי ישראל, האבן זיך די רשעים וחמסנים ארויסגעדרייט מיט אלע מיני שמיציגע דריידעלך אז זיי זאלן קענען פארבלייבן און די גערויבטע בנינים, דערמיט ארויסגעצווינגען שווערע טויזענער תשב''ר פון זייערע בנינים, און קעמפ'ס, מיט רשעות און רציחה וואס לאזט זיך גארנישט זאגן, און כ''ק רבינו שליט''א האט געמיזט מיט מס''נ פון דאסניי איבערבויען אלעס פון א ת''ת, בית רחל, מקוה,כולל,בתי מדרשים, היכלי התורה, ישיבה קטנות, ועוד,

דאס געלט שאדן און דאס צער פון חסידי סאטמאר איז דאך געווען עד לב השמים,

און דער טמא נפש רבי זאלי האט געלאכט א גוטס, און זיך געלייגט פאפן אונעם טאטענ'ס בעט, זיך רייבענדיג דאס בייכל אז יא! די גניבה איז גלינגען, איך האב גוט דערלאנגט פאר דעם ברידער מיינעם, איך בין געווארן פון א דשיגאן פען, און א מגושם'דיגען ווארשטן פרעסער, א רעבע, אן דארפן אונוועסטירן קין רויטע גרייצער פאר בנינים, און קהל'אישע אנשטאלטן.

ווען מען האט אפגעראטעוועט דעם בית החיים און קרית יואל פון זיינע טמאנע לאפעס, האט ער געהאט די חוצפה צו יאמערן גנבים.......וועעעהה חמסנים וועעעעההההההה................ או איז דאס א פאסקיצוועניק..... א טאשאבערגאוי....................

רבי זאלי טייערער אייער טאג איז אנגעקימען, איר האט דירוך געפירט די גניבה פונעם יאר הינדרעט? נאך 12 יארע גייט  עס ציריק צו אירע אייגענטימער..... איר מיזט אייך זיכן א נייע כאטקע...... רבי זאליקא סארי האנימאן איז אויווער.........  אייער טאטע דער הייליגער ברך משה זי''ע ( אויף וועם איר האט אגב  געשריבען אויפן וואנד פון אייער שלאף שטוב, ווען אייער טאטע האט ארויסגעשליידערט אייער צווילינג ברידער ליפא פון שטוב, וואו א בייזער הונט ווייל ער האט געגסן דעם אפיקומן נאך חצות, אז איר האט אים פיינט, מאכט א גוטע ארבייט אויבן און הימל,

וויינען? זאגן תהילים? בלאזן שופר? האלטען דרשות? דאס האט איר געדארפט טאן 12 יאר ציריק, בשעת איר האט דירך געפירט דער גניבה...

און יא, נאך א עיצה איז דא, אז איר זאלט נישט דארפן זאגן קיין תהילים, און בלאזן שופר.... איר ווייסט וואס? יא! דין תורה!!!! ויקוב הדין את ההר!!!!!!!!!!!!

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קעמפ אויסבראך: בלומענפעלד סטייל דרשה אין טרופ עוו' חדר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext