בית פורומים כל העולם כולו

גדולי ישראל נעכטן ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א [מהר"א]

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/5/2012 06:14 לינק ישיר 

ס'דא א ריקארדינג פונעם שמועס נעכטן?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/5/2012 20:38 לינק ישיר 

מרן רבינו שליט"א באגלייט ארויס

האדמו"ר מ'סקולען שליט"א מביתו נאוה קודש

נאך די אסיפת רבנים מיט

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2012 20:39 לינק ישיר 

שפעהט אויפדערנאכט נאכ'ן געזעגענען דעם ציבור אנשי שלומינו זענען געקומען אויף א באזוך צו מרן רבינו שליט"א גדולי הרבנים ומנהיגי העדות שליט"א, כ"ק אדמו"ר מ'סקולען שליט"א, האדמו"ר מ'וויען שליט"א,  הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואד און הגאון ר' מתתי' סאלאמאן שליט"א משגיח ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואד, וועלכע זענען געקומען איבערשמועסן פרטים בנוגע דעם גרויסן כינוס כלל ישראל וואס איז געפלאנט אויף דעם קומענדיגן כ"ח אייר הבעל"ט אינעם גיגאנטישן סיטי פיעלד סטעידיום אין קווינס.

 

דער רבי שליט"א האט גאר ווארים אויפגענומען די חשובע דעלעגאציע, און דערביי האט מען דן געווען בכובד ראש בנוגע די מלחמה קעגן די סכנה פון טעכנעלאגיע, א סכנה וועלכע נעמט אריין אלע שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, און עס איז ארויסגעהויבן געווארן די התעוררות וואס הערשט ב"ה ביי אלע קהילות בישראל, און אזוי אויך איבער די פעולות בקרב קהילתינו הקדושה בעבר בהוה ובעתיד, און עס איז אויסגעשמועסט געווארן די וויכטיגקייט אנצוגיין מיט א פאראייניגטע כח פון רבני ומנהיגי ישראל למען קדושתן של ישראל.

 

בנוגע דעם ענין השתתפות פון אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר ביים געפאלנטן כינוס כלל ישראל, האט דער רבי שליט"א פארגעשטעלט פאר די חשובע רבנים שליט"א דעם שטעלונג דערוועגן מפי ספרים וסופרים ועל דרך אבותינו ורבותינו הקדושים, און צווישן אנדערע איז אויפגעברענגט געווארן א פלאן פון צוטיילן די אסיפה אויף עטליכע באזונדע אסיפות, וואס דער רבי שליט"א האט גאר שטארק משבח געווען דעם פלאן וואס וועט ערמעגליכן דאס השתתפות פון תלמידי וחסידי סאטמאר, און אזוי איז פארפירט געווארן א לענגערע שמועס איבער די פרטי הדברים פונעם געפלאנטן כינוס און פון אונזערע יסודות און פרינציפן וואס יסודתם בהררי קודש, און נאך א לענגערע שיחת תלמידי חכמים איז אויפגענומען געווארן דער עומק הענין מיט א פארשטענדעניש און א קלארקייט דורך די גדולי הרבנים שליט"א.

 

 דערנאך האט דער רבי שליט"א געהייסן אריינברענגען כיבוד לכבוד די רבנים שליט"א, און דער סקולענער רבי שליט"א האט א לענגערע צייט מאריך געווען בברכותיו פאר מרן רבינו שליט"א ממשיך צו זיין מיט די שטארקע פעולות לטובה און דערויף האט דער רבי שליט"א מאציל געווען ברכת קדשו פאר די רבנים הנאספים שליט"א אז זיי זאלן זעהן פול הצלחה אין די אנגייענדע פעולות להגדיל תורה ולהאדירה, און צו קענען באהיטן דאס כלל ישראל פון די ביטערע נסיונות.

 

און דערנאך האט דער רבי שליט"א ארויסבאגלייט די רבנים שליט"א ביז צו די אויטא.

  •




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2012 04:35 לינק ישיר 

צו פארשטיין אביסל די פראבלעם (בעסער געזאגט: איינע פון די פראבלעמען) וואס סאטמאר האט מיט א "כינוס כלל ישראל", ברויך מען קענען לערנען "כלל ישראל".

אפשר וואלט כדאי געווען צו כאפן א בליק אויף די וועבסייט פון די "סיום הש"ס" פון דף היומי, וואו מען קען אביסל כאפן וויאזוי די "אידישע" גאס זעהט אויס - א טריט ארויס פונעם היימישן ציבור.

http://www.mysiyum.com/ 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2012 10:45 לינק ישיר 

אויף וועלכן טאג איז געפלאנט דעם גרויסען כינוס



תוקן על ידי moashopee ב- 03/05/2012 10:45:43




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2012 21:59 לינק ישיר 

איר ווילט זעהן דמיון וספין , מיאוסע אויסשפראך, און זעהן וואס די קלוגע וויטשלעך קויפן?

דאן ליינט

קרעדיט "ביידען" פון קינדערגארטן:

דער מעכטיגער אפקלאנג פון די בריוו מכתב חיזוק למען הצלת הדורות וואס כ''ק מרן רבינו שליט''א אינאיינעם מיט די שרי תורה רבני ודייני הקהלה שליט''א האבן ארויסגעגבן,
 האט ארויסגענומען די דעקעלעך פון די כלים אזש עס עפענט זיך יעדע 5 מינוט נאך א אשכול מיט קללות אין ריכטונג פונעם מנהיג ישראל כ''ק רבינו שליט''א,

שוין פון אנהייב ווען עס האט זיך גערעדט איבער א מעגליכע כינוס האט דער כלב באלד געלאזט וויסן אז ער גרייט צו שטיצן די כינוס פאר עטליכע סיבות
איינס ווייל אינטערנעט איז דאך זיין ליין ווארום ער איז דאך דער ערשטער וואס האט דערמאנט טוויטער אין פעיסבוק ביי איינע פון זיינע דרשות אין ער האט גענאסן פון אסאך אטענשן
צווייטענס ווייל אזוי וועט ער קענען ווייזן אז ער איז עכט דער מנהיג ישראל ועל פיו ישק כל דבריו
ער האט אראנדזשירט מיטינגען מיט זיינע יועצים אין גערופן אפאר רעבעלעך אז מען זאל עס מאכן
בקיצור ער האט געזעהן דא א גאלד גרוב פון אטענשן
למעשה האבן די ערענסטע עסקנים פון סקולענער הויף אין פון לעיקוואד אים געלאזט וויסן אז קיינער שפילט נישט קיין ספעציעלער ראלע נאר די סקולענער רבי שליט''א אין הגאון דער משגיח פון לעיקוואד שליט''א
למעשה האט אויך געהערט אז עס איז דא קעגנערשאפט פון זיין יונגערן ברודער צו דעם כינוס
האט ער באשלאס זיך אויך ארויצוכאפן אויפן וואגן פונעם ברודער אין האט באשלאס אז ער שטיציט עס נישט מיטן צירות אז עס איז  צוליב אלטע תקנות פונעם קדושת יו''ט, (וואס ער האט שוין אליינס עובר געווען צענדליגער מאל)
אין האט אנגעהויבן בריקענען כדרכו ווי א קליין קינד,
די עסקנים האבן געזעהן אז ער בונטעוועט האט מען שנעל געברענגט דעם סקולענע רבין ימיט די  ליעקוואד ראשי ישיבה
אין מען האט געמאכט א שיינע פיקטשער
וחמת הכלב שככה אין עס האט שוין כמעט געהייסן אז ער גייט זיך יא צושטעלן
אבער די וויזיט האט זיך שנעל אפגעקילט נאכדעם וואס איין טאג דעראויף זענען די רבנים שליט''א געקומען צו זיין יונגערן ברודער שליט''א אין האבן אנערקענט אז איז דא נאך א סאטמאר רבי צו וועם מען דארף גיין הט מען שנעל צוריקגעטוישט
אז מען גייט זיך נישט צושטעלן
למעשה איז ארויסגעקומען א בריוו פון כ''ק מרן רבינו שליט''א ובית דינו הצדק וואס האט אפגעהילכט איבער די וועלט
אין פון דעם צומישטן כלב הערט מען נישט קיין פיפס
נו פארשטייט איר שוין פאר וואס זיי זענען ווילד

-------------------------------------------------------------------------------

אז ימלא שחוק פינו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2012 22:02 לינק ישיר 

די גאביטש קען זיך פארמעסטן מיט יוליס שטרייכער,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2012 17:50 לינק ישיר 

http://www.crownheights.info/index.php?itemid=43612 

http://collive.com/show_news.rtx?id=19838&alias=rabbi-kotler-dismisses-lubavitch 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/5/2012 20:26 לינק ישיר 
Rabbi Kotler Issues Clarification

http://collive.com/show_news.rtx?id=19857&alias=rabbi-kotler-issues-clarification 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > גדולי ישראל נעכטן ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א [מהר"א]
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.