איך בין אויפגעוואקסן אין סאטמאר מיין גאנץ לעבן. איך בין אויפגעוואקסן מיט די שיטה 24 שעה א טאג. וועלכע זאפטיגע קללות מיר האבן געקענט אויסטרעפן אויף די ציונים און אגודא'סיטן זענען מיר געווען גרעסערע קנאים. פון אונזער פוינט אויף וויאו זענען די אלע וועלכע זאגן נישט תחנון ה' אייר רשעים, גוים, נאציס וכו' און זיי זענען שילדיג אין אלע צרות אין די וועלט וכו' וכו' וכו'.
שוין פון אלס בחור האב איך נישט פארשטאנען די שמחה פון גיין פראטעסטירן גוים די ציונים. מ'דארף ליידער גיין צו דעם גוי אויסזאגן ווי שלעכט דער איד איז, אקעי. אבער וואס איז די שמחה וואס? פארוואס זעהט מען יעדעם אראפקומען פון די געלע באס מיט א שמייכל פון איין אויער צום צווייטן, יא! מיר גייען זיי אלע לערנען טאנצן. פארוואס זעה איך נישט קיין אמת'ע טרער אז מ'איז אנגעקומען ליידער צו מצב פון גיין אויסזאגן דעם גוי ווי שלעכט דער אנדערע איד איז.
איך האב נישט געקענט פארשטיין די שמחה וואס מ'דערציילט ווי אזוי די קנאים האבן אנגעהאקט די "רשעות'דיגע" ציוניסטישע פאליציי נאכדעם וואס זיי האבן אפגעשטעלט די גאס און די פאליציי איז געקומען מאכן סדר (לאמיר זעהן אז מיר זאלן אפשפארן דעם 17 אדער די בי קיו אי, וואס מיינסטו גייט די פאליציי טוהן? טיילן סענדוויטשעס פאר די עולם???) איך האב קיינמאל נישט געזעהן קיין מחאה אויף דעם.
יעדע זאך וואס שמעקט מיט אנטי ציונות איז כשר וישר. דער פרעזידענט וויל צוריקגעבן רוב פון מדינת ישראל פאר די אראבער (און נישט וועגן ער האט איינגעזעהן אינעם ספר על הגאולה ועל התמורה). שטייט שוין אינעם עדיטאריעל פון די בלאט "ייש"כ מיסטער פרעזידענט". יעדער מיצר לישראל ווערט א גאנצע מן דאמר. אין די אוצרות איז געווען אן ארטיקל אינעם ראש השנה אפטיילונג וועגן די רציחות וואס אצ"ל האט אדורכגעפירט אין אראבישע שטעט. נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט פון די אראבישע פראפעגאנדע און לגיונות, וואס אפילו די יו ען (וואס איז נישט באקאנט אלס גרעסטע אוהב ישראל) האט אפגעוואנדן אלס שקר, אבער אינעם אוצרות שטייט אזוי.
וואס עס באדערט מיר יעצט זייער שטארק. און עס איז ביידע סאטמאר'ס גלייך. עס גייט זיין א סיום דף היומי אין אפאר וואכן ארום, ווי 90 טויזענט אידן גייען זיך באטייליגן, אבער אמת 90 טויזענט אידן, די מארגנים פון דעם מעמד זענען געווען גרייט אוועקצוגעבן 20 מינוט פון דעם מעמד פאר די אינטערנעט פראבלעם "בחינם"!!!!! אבער די תירוץ איז געווען אז מ'טאר נישט גיין מיט אגודה.
ווען א פייער ברענט, רופט מען אפילו דעם שווארצע גוי דאס אויסצולעשן. ווען א רויבער דרייט זיך אין מאה שערים רופט מען די ציוניסטישע פאליציי אים אפצושטעלן, ווען א זעלבסמערדער קומט צו בית שמש ה"י, רופט מען די ציוניסטישע פאליציי. ווייל ווען א פייער ברענט קוקט מען נישט אויף גארנישט. אויב איז די אינטערנעט נישט אזוי וויכטיג צוזאם שטעלן כלל ישראל, ארוינים מיט זאלוינים, סאטמאר מיט אגודה, איז נישט וויכטיג דאס ארויסצווארפן פון דערהייים אדער פילטערן מיין טעלעפאן.
דער הייליגע חפץ חיים איז אמאל געזאגט ביי א דרשה אז רעדן לשון הרע איז פונקט ווי עסן חזיר, האט זיך איינער אנגערופן: איך האב נישט געוואוסט אז חזיר איז נישט קיין פראבלעם. אויב די "שיטה הקדושה" איז מער וויכטיגער פון אינטערנעט פראבלעם, דעמאלס קום מיר נישט פארקויפן די הארבקייט פון אינטערנעט.
וואו פונקטליך שטייט אז די מלחמה קעגן אינטערנעט איז תלוי אינעם צוזאמקום פון 90,000 מענטשן?!
מ'וויל מאכן פראפאגאנדע, פיין און וואויל. וואס וואלט פאסירט אויב די ארגאניזירער ערלעדיגן אז יעדע קהלה איבער דער גארער וועלט זאל מאכן אין די זעלבע צייט א ריזיגן כינוס קעגן דעם אינטערנעט. סאטמאר ביי זיך אינדערהיים, די זאליס ביי זיך, די לעקוואודער ביי זיך, און מ'קען ארגאניזירן אז ס'זאל זיין די זעלבע צייט אויך אין אייראפע און אין ארץ ישראל (א מין בחינה פון א קידוש החמה).
צי דארף טאקע מיין בחור גיין צו א כינוס וואו צענדליגער טויזנטער 'ארטאדאקסישע' אידן קומען זיך צוזאם און זען ווי שיינע רבנים האלטן דרשות אויף ענגליש, דארטן וואו איך האלט אים אין איין אריינפרעדיגן די יסודות'דיגע נקודה פון שם לשון מלבוש?
צי איז מיין בחור'ל מחוייב צו הערן אז מ'קען יא האבן א קאמפיוטער אינדערהיים מיט א גוטן פילטער אד"ג, דארט וואו זיין אייגענער רבי האט געמאכט אנדערע תקנות?!
אין קורצן ס'איז דא א בחינה פון א תורה'דיגע מיינונג - און ס'איז דא אבער א בחינה פון א הנהגה'דיגע בליק / א שטייגער ווי די בליק פון רבוה"ק לבית סיגוט ועוד למעלה בקודש דער חת"ס ודוגמתו אין אלע דורות - ג'וועל ברענגן נאר דוגמא - ביי די מאסן פראטעסט אין א"י נגד גיוס בנות האט דער הייליגער חזון איש זי"ע געוואלט מתיר זיין צוגיין צוזאמען מיט די מזרחי ווייל ס'וועט האבן א גרעסערע עפעקט / אבער סאיז געווען דער טשעבינער וואס האט בשום אופן נישט געלאזט
נשלח ב-1/5/2012 22:37
ריפל פאר די ערשטע פאר פאראגראפן קומט זיך דיר עטליכע פון דעם אבער דאס איבעריגע איז שוין אפען פאר דעבאטע.
אויף איין נקודה וויל איך מיר יא חולק זיין איבער די אקטיוויטעטן פון אצ"ל. איך בין נישט באקאנט מיט אלץ וואס אצ"ל און לח"י האבן געטון אבער איך דענק ווי אן עלטערע איד האט דערציילט ווי ער זעלבסט האט אין יענע יארן אויפגעריסן א באמבע אויף אראבער על לא עוול בכפו בלויז ווייל ער איז אן אראבער. די גרינדונג פון די מדינה איז געווען מיט טעראר און די פארלירער נעמען היינט ליידער דעם זעלבן מיטל וואס די ציונים האבן דעמאלטס גענומען.
נשלח ב-1/5/2012 23:59
שוין לאנג וואס איך האב נישט געליינט דא אזא צומישטע תגובה וואס פארמאגט נישט איין שורה וואס שטימט מיטן מציאות אדער שכל, צושאמענגעשמאלצן א שטולנט טאפ פון דמיונות און סילופים.
גראטולאציע ריפל...
נשלח ב-2/5/2012 00:08
געגאנגען כתב:
צי דארף טאקע מיין בחור גיין צו א כינוס וואו צענדליגער טויזנטער 'ארטאדאקסישע' אידן קומען זיך צוזאם און זען ווי שיינע רבנים האלטן דרשות אויף ענגליש, דארטן וואו איך האלט אים אין איין אריינפרעדיגן די יסודות'דיגע נקודה פון שם לשון מלבוש?
צי איז מיין בחור'ל מחוייב צו הערן אז מ'קען יא האבן א קאמפיוטער אינדערהיים מיט א גוטן פילטער אד"ג, דארט וואו זיין אייגענער רבי האט געמאכט אנדערע תקנות?!
דאס איז פינקלעך וואס איך שריי. אויב דו ביסט נישט געניג שטארק ביי דיר אינדערהיים מיט די שיטה, אויף אזוי ווייט אז דיין בחור קען נישט גיין פאר צוויי שעה צוזאמן מיט אן אנדערע קרייז איד (שומר תורה ומצוות) ביסטו אויף געבראטענע צרות.
אין איין ווארט: צווישן די מלחמה מיט אינטערנעט, און זיצן נעבן אן אגודה'סט (ה"י, רח"ל). האט געווינען די נישט זיצן נעבן דעם אגודה'סט ביסטו אויף צרות און דו קענסט יעצט ענדיגן די מלחמה קעגן אינטערנעט ווייל דו ווייסט ווי שטארק עס באדערט דיר (און ווייטער, איך מיין ביידע זייטן סאטמאר).
אפילו די רבי ז"ל האט געוואלט אז ביי זיינע פראטעסטן זאלן קומען אלע קרייזן רבנים. נישט נאר די התאחדות הרבנים. ווייל עס איז דא די מלחמה מיט ציונות, און עס איז דא גזירות וואס מ'דארף ניצן אלע געווער וואס מ'האט.
תוקן על ידי ריפל ב- 02/05/2012 00:10:06
נשלח ב-2/5/2012 00:25
ריפל כתב:
און זיצן נעבן אן אגודה'סט (ה"י, רח"ל).
סארי ריפל, מיר אלע האבן געמיינט אז דו דעבאטירסט די פראבלעמען וואס סאטמאר האט מיט די כינוס.
אצינד זעה איך אז דו רעדסט פון מנשה פלעפף'ן.
נשלח ב-2/5/2012 00:40
איז נישט דאס און ענגליש די סיבה פארוואס מ'האט געמאכט די אינטערנעט אסיפה מינדער וויכטיג?
ווען דו זאגסט ווען אז עס וועט נישט אויפטוהן, מילא.. ווען דו זאגסט אז עס גיבט אן היתר צו האבן אלעס וואס מיר אסר'ן, מילא.
וכדומה, עס איז דא אזוי סאך גערעכטע סיבות צו יא צו נישט צו גיין. פינקט נישט זיצן נעבן דעם אגודה'סט אדער הערן רעדן ענגליש "דאס" זענען דיינע פראבלעמען פאר נישט גיין? דיין בחור גייט דאך אליינס פארשטיין אז דאס גיבט אים נישט א היתר צו גיין מארגן אין א סטעדיום קוקן א געים, ווייל יעצט איז א מלחמה קעגן אינטערנעט גייט מען דארט אהין מיט רבנים. די זעלבע, אויב דיין בחור וועט זעהן אן אגודה'סיטע רב וועט ער יענע מינוט ווערן אפגעפארן, ביסטו ערענסט אין טשעפטער 11