בית פורומים כל העולם כולו

מיט ביטערע בכיות ביטע קומט מאכן א בילד

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/5/2012 01:09 לינק ישיר 
מיט ביטערע בכיות ביטע קומט מאכן א בילד


נאך א ביטערן געוויין פון די גבאים פון דער גרויסער סאטמאר רבי מיט טרערן אין די אויגן
היתכן דעם וואס דארף שוין 10 יאר זיצן אין פלעטבויש מיט אפאר בראך'ס און געטער'ס האט באקומען די כבוד פון א באזוך פון 4 רבנים 12 אזייגער ביינאכט מיטן תירוץ אז אן עם איז דא א שווערקייט צו אנפילן די 50 טויזנט זיצן (נישט אז ס'וועט נישט זיין פיל חזקה על פראפגאנדע שאינה חוזרת ריקם) אבער אן עם איז דאס נישט קיין כלל ישראל איחוד.
און דער גרויסער סאטמאר רבי דער וואס האט רוב מנין ובנין האט נישט די זכיה צו אזא באזוך.

נאך גרויס פרעשע און סטראשערייען האבן זיך די עסקנים געבראכן און יעצט קומט פאר א "גאר שטורעמישע אסיפה" ווי סאטמאר רבי גייט אויסהערן די דעת הדיינים והמוצי"ם והרעבלעך למיניהם און האבן דאס לעטצעט ווארט מיט'ן זאגן "אוקעי"

און ביינאכט וועט אנקומען צו א באזוך די צוויי ראשי ישיבות פון לעקיוואד (עפעס אינטרעסאנט נישט צוזאמן מיט סעקולענער רבי די תירוץ אלט מען נאך אינמיטן באקן.

ועל כגון זה כתוב: אבל מלך אביון, בלע ורד..............



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 01:22 לינק ישיר 

הולך, שרייב ביטע אביסל קלארער, אנדערע זאלן פארשטיין
*
דאס ווערטל וואס האט זיך נעכטן ארומגעדרייט אז רז"ל האט געמאלדן אז ער קומט נישט נאר אויב מען קומט אויך צו אים איז גארנישט אזא ווערטל

קוקט אויס רז"ל וויל ווייזן, ביי מיין ברודער האט מען נישט געקענט פועל'ן, ביי מיר קען מען פועל'ן, נועם המדות בתפארתו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 01:23 לינק ישיר 

לאמיך זאגן מיין מיינונג וואס האט א שטיקל שייכות צו די אשכול אויך


חיים הערש ט"ב האט נישט פארשעהמט זיין זיידן - הולך לבג"ץ פארשעהמט נישט זיין רבין.

ווייל יעדער פארשטייט אז אויף א משוגענער האט מען נישט קיין קאנטראל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 01:24 לינק ישיר 

עס קוקט נישט אויס ווי די  באזוך האט געהאט מיט די כינוס

עס האט גענומען גאנצע 10 מיניט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2012 03:09 לינק ישיר 
שוין געכאפט א בילד איך קען גיין?


קורצע באריכט פונעם היינטיגען טאג בביתה נאוה קודש פון כ"ק מרן אדמור מהרי"י שליט"א:
4:00 זענען הגה"צ מ'שאפראן שליט"א מיט הרב מנשה פילאפ שליט"א אריין אל הקודש פנימה
4:05 כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א מיט הגה"צ אבד"ק וויען קומען אן צו רבינו שליט"א און באגלייטונג פון עטליכע משמשים און עסקנים צווישען זיי הרב שמעון ישראל פריעד סקולען– הרב יואל פייערוועקער וויען – הרב יצחק שטערן וכו', ווי רבינו שליט"א האט פארלאנגט יעדער זאל ארויסגיין און לאזען די אדמורי"ם אליין.
4:10 רבינו שליט"א באגלייט ארויס מרן מסקולען שליט"א און בלייבט איינגעשפארט מיט הגה"צ אבד"ק וויען שליט"א פאר בערך צוואנציג מינוט,
תיקף נאכן ארויסבאגלייטען הגה"צ אבד"ק וויען שליט"א איז הגה"צ רבי טודרוס זילבער שליט"א אריין אל הקודש פנימה ווי ער איז געזיצען איינגעשפארט מיט רבינו שליט"א פאר א לענגערע צייט
6:00 האט זיך אנגעהויבען די ישיבת בי"ד מיטן אנוועזענהייט פון כ"ק ראב"ד שליט"א הגה"צ דומ"ץ מאנטריאל שליט"א און כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א הגה"צ מפאיע שליט"א הגרז"ל פילאפ שליט"א הגה"צ רבי ארי' ראזענפעלד שליט"א, דומ"ץ קרית יואל הגה"צ רבי חיים דוד כ"ץ שליט"א, דומ"ץ בארא פארק, אין שפיץ פון מרן רבינו שליט"א
11:00 איז באשטימט אן אפוינטמענט פאר די ראשי ישיבת ד'לעקוואד

די שטורעמישע אסיפה האט גענומען פונקט 5 מינוט כלשונם, א בילד און ארויס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 04:35 לינק ישיר 

איך קען ניט פארשטיין וויאזוי מענטשן זענען אזוי אומ-אביעקטיוו!
ס'איז דא איד ווי די סקולענע רבי וואס איז גאר קיין יונגערמאן ניט, און איז ווייט נישט קיין בעל כח, דירעקט א אויסגעאיידעלטע איד וואס לעבט אויף מיעוט שינה און מיעוט אכילה, א חד בדרא אין דעם הינזיכט,

ווייטער איז א ראש ישיבה פון לעיקוואוד וואס איך דארף נישט מסביר זיין וויאזוי זיין סקעדזשועל זעהט אויס!

קומען די צוויי יודן, און קוקן נישט אויף גארנישט! גארנישט!
נישט כבוד, נישט באקוועמליכקייט, נישט חשבונות -איך בין עלטער/ערליכער/גרעסער- און זענען מטריח שעות אויף שעות!
אלעס בלויז אז די כבוד שמים זאל זיין קלאסאל און קיינער זאל פעלן און די טרייסל זאל זיך פילן אויף יעדן איד יעדן קרייז, אז דא פארלאנגט מען פון אונז אלע עפפעס!

זיי טוען יעדע זאך אז קיינער זאל נישט קענען האבן קיין תירוץ, און זיי ווארטן נישט אויף כבוד נאר קומען אליין אראפ!
קענען דא קומען אזעלכע מאטריאליסטישע מענטשן, און מאכן כאילו דא איז מען עפפעס דן אפאר יונגען וואס האבן נישט וואס צו טוען מיט די צייט!
נבהל ונשתומם! 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/5/2012 04:50 לינק ישיר 

Mr. City, take in mind what i wrote earlier today:

חיים הערש ט"ב האט נישט פארשעהמט זיין זיידן - הולך לבג"ץ פארשעהמט נישט זיין רבין.

ווייל יעדער פארשטייט אז אויף א משוגענער האט מען נישט קיין קאנטראל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 05:00 לינק ישיר 

United
I'm not that much into Satmar politics, so i just don't get your point: please explain



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/5/2012 05:24 לינק ישיר 

Im not at my desk.

The point is that there is only one shota who wrote this stupid stuff, and the aronim are not responsible on his tegivas.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 06:04 לינק ישיר 

ווען זיי גייען צו ר' אהרן איז עס "זיך געביקט צו דעם גרויסן ר' אהרן"
ווען זיי גייען צו מהר"יי איז עס "נאך ביטערע בכיות האבן זיי זיך געבראכן"

כא כא כא - הא לן והא להו 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-2/5/2012 08:46 לינק ישיר 

וואס וואלסטו געזאגט אויב זיי וואלטען נישט געגאנגען צו מהר''יי, ? קיינער קוקט נישט צו אים! !! וכדומה עיין ערך כינוס סיטי פיעלד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 18:55 לינק ישיר 

מה בין בני לבן חמי?
סאטמאר אדמו''ר מהר''א האט נישט געברויכט צוזאמרופן זיינע רבנים דיינים און פותר חלום זיין פון וואס מען רעדט דא צו מען דארף יעצט נעמען א "ביצה גמרא" (עיין ערך פרשת נידלען די אייער) אדער געוואויר ווערן וויאזוי די משנה אין בבא קמא גייט (עיין ערך שור שנגח את הפרה) אדער צו פורים בייטאג ביים ליינען זאגט מען שהחיינו (עיין ערך ראדני) אדער יהללוך ביי מצות באקן וכו' וכו' וכו' סאטמאר אדמו''ר מהר''א איז ב''ה גוט אויסגעקאכט אין די שיטה און אין הלכה און אין השקפה HE KNOWS THE BOOKS
ער דארף נישט האבן קיין דיינים רבנים וואס זאלן אים אונטערזאגן וואס מען דארף זאגן ער קען ב''ה אליין

ווידער סאטמאר אדמו''ר רז''ל ער דארף שוין רופן דיינים אדמורים און ממש ער קען זיך נישט אן עצה געבן ציניקער געבן איבער אז ער האט געפרעגט אין שטוב פאר די אדמורים זענען געקומען וועלכע גמרא מען דארף ארויסנעמען (בבחינת אבא האיך מעשרין את המלח)........



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 19:02 לינק ישיר 

אנטשולדיגט איך האב נישט צוגענדיגט מיין פונקט
איז אזוי ווען די רבנים גייען צו צד מהרז''ל פארשטייט יעדער איינער אז חוץ די בילד מיינט עס נישט עפעס אנדערש ווייל צו הערן א דעת תורה קען מען גראד גיין צו זייערע דיינים און רבנים וואס זיי האבן במילא אויף אים די לעצטע ווארט מען מוז נישט גיין צום עם הארץ אליין, און ווען די רבנים גייען ווען נישט צו אים איז עס זייער פשוט און נטורליך פארוואס ווייל עס איז נישט דא מיט וועם צו רעדן (פארשטייט זיך אומצוגעגרייט עיין ערך באזוך פון ר' מיכל זילבער)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 19:08 לינק ישיר 

רבותי הערט אויף צו לאכן פון אונזערע ברידער
סקולענער רבי שליט"א ואתו עמו די אנדערע רבנים,
זענען ממש א בחינה פון יש קונה עולמו בשעה אחת,
און אזעלכע שווערע טעג פאר די חברה,
האט זיי ממש מחיה געווען, מיט זייער באזוך ביי רז"ל
וואס הארט ענק אז אידן האבן הנאה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2012 19:17 לינק ישיר 

ליצים זאגן אז ווען איינער פון די רבנים האט עפעס געזאגט איבער די מיהאלאוויצער תקנות, האט דער שטריק געפרעגט:

וועלכע בראנפען איז דאס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2012 20:37 לינק ישיר 

וועם גייט אן, צו ער האט יא געוויינט מען זאל קומען צו נישט
קיינער וועט נישט חושד זיין סקולענער רבי'ס גבאים אלס ארונים
אין אויב איז ער ארויסגעפארן ביז קרית יואל צו באזוכען ביים סאטמאר רבי'ן
וועט ער זיכער גיין צו להבדיל דעם שטריק

איינער מערקט מיר נאר אן זיין נעכטיגע א''ג אסיפת הרבנים וויאזוי עס האט אויסגעקוקט

דער גרויסער שטריק וויסענדיג אז ער איז נישט בכח צו מאכען אליין החלטות
אין ער האט נישט קיין ווארט אויף זיין אייגענע פארטיי,
ער וועט קודם דארפן משכנע זיין אלע זיינע סיקרוקים אין זיינע דיינים זאלען מיט אים מיטשטיין
האט ער כאטשיג געוואלט מאכען א מעכטיגע אסיפת הרבנים ביי זיך אינדערהיים
וואס זאל אפווישן די נעכטיגע באזוך אין קרית יואל  -פראפאגאנדע איז דאך זיין פאך
אין ווי נאר ער האט באקומען די מעלדונג אז סקולענער רבי קומט האט ער זיך גענומען לאדענען אלע וויליאמסבורגע רבנים, אינאיינעם מיט זיין ליצנות בית דין,
אין אזוי געהאפט צו באקומען גרויסע העדלייןס
למעשה זענען קוים אפאר רבנים אנגעקומען אין די וואס יא זענען נישט געקומען צוזאמאן
אין עס ענדעש אויסגעקוקט ווי א טיי אווענט, ווי די גערופענע קומען אין גייען

אט איז בערך די סדר פין די א''ג אסיפת הרבנים וואס דער הויז בחור האט ארויסגעגבן נעכטן נאכט
4:00:  איז שאפאראן געקומען אין אוועק נאך א שטוק צייט (מנשה פילאף איז אויך דארט געווען)
5:00: די ערווארטע באזוך פין האדמורים מסוקלען אין וויען שליט''א
''5:10'': סקולענע רבי האט געזאגט אז ער וויל שוין גיין, אין נאר וויענער רב איז דארט געבליבן
אביסל שפעטער וואס וויענער רב איז געגאנגען איז ר' טודרוס אנגעקומען
נאכדעם וואס ר' טודרוס איז געגאנגען
זענען הערשט זיינע דיינים אנגעקומען צו די א''ג אסיפת רבנים בביתו נאווה
6:30 איז ר' מנשה אנגעקומען
ביינאכט זענדיג אז די לעקוואדע ראשי ישיבה זענען נישט אנגעקומען.......
האבען זיי ארויסגעשיקט מעסעזשעס אז ס'געווען א '4 שעה'יגע' אסיפת הרבנים...
אין דא לאכט מען






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מיט ביטערע בכיות ביטע קומט מאכן א בילד
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext