|
|
| נשלח ב-2/5/2012 22:06 |
|
| |
אבראהאם, פאר דו שרייבסט מאך זיכער אז איין ווארט קלעבט צום צווייטן
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 22:06 |
|
| |
גאב"ד סאטמאר מאנסי - פעיראל...???
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 22:08 |
|
| |
ס'קלעבט נישט צי ס'שמעקט דיר נישט ?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 22:12 |
|
| |
| פריש כתב: |  | רבינו שליט"א שמועסט זיך דורך מיט די ערליכע אידן רבנים און דיינים ער מאכט קלאר אז ער וויל הערן זייער מיינונג און הערשט דערנאך פאסט ער זיין באשליס. |
|
אלע לאקשען קענסטו פארקויפן אבער דאס שוין נישט
פראבירן זאל ער צו מאכען א החלטה
אפי' עס זאל זיין אויסגעהאלטן וועט יעדע פראקציע אויפשפרינגען מיט זייער דעת תורה
אין טאקע וועגן דעם מוז דער עם הארץ צאמרופן אלע זיינע פראקציעס בעפאר ער מאכט אזא באשלוס
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 22:27 |
|
| |
גלייבטס מיר בנאמנות, דער ביק ווייסט נישט פון זיין חיות, ווען ס'קומט צו דאס מינדעסטע קאמפליצירטע נושא איז ער ווי א פארבלאנדשעטע נשמה, זיין קליינע באבעווער שוואגער האט 1000 מאל מער שיקול הדעת ווי דער ביק מיט די ברייטע אויסגעקעמטע בארד, ער איז נעכטן דארט געזעצן ביי די "שטורמישע" אסיפה, און קיין ווינטעל איז נישט געקומען פון איהם, געזעצן ווי א דומם, מער ווייניגער
ווידער סאטמאר רבי, איז א מנהיג, ער האט פונעם ערשטן מינוט געהאט א קלארן מיינונג, קענסט עס רופן הייל היטלער, וויזוי די ווילסט, ער איז געזעסן איינער אליין מיט די גרעסטע גדולים אן קיין קווענקלעכטס אן קיין מורא,
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 22:35 |
|
| |
סאיז ידוע אז דער רבי זיחרוינעלעווראחע האט קיינמאל נישט געמאכט קיין אייגענע דיסיזשאנס, ער האט אלץ גערופן אלתר משה גאלדבערגער מיט ר יואלי ברייער און קיווע הענדלער און געפרעגט זייער חוות דעת אין ערשט דערנאך מחליט געווען וואס צי טון, וואט א דזשאק, דער סקולענער רבי שליט''א קומט צום גרויסן ריזיגן מעכטיגן סאטמארער רבי צו הערן וואס זיין הייליגער חוות דעת איז, און דארף הערן מנשה פיליפ און טודרוס זילבער, איך הער א דער סקולענער רבי האט געזאגט אז מער גייט ער נישט צום גז''ל, ער וועט גראד גיין אהיים צו מנשה פיליפ און טודרוס זילבער, נעבעך נעבעך.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 23:52 |
|
| |
איך שוין געהערט פון ערנסטע אסיפות הרבנים, שווערע דיונים, פארפלאנטערע סכסוכים. אבער א "מלכות'דיגע שטורמ'דיגע אסיפה"?
איך האלט אז עס איז נאריש צו פארענטפערן יעדע היידפארק סקריבל פון יעדל חלה-מעקל. וואס טראכסטו?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 23:53 |
|
| |
די ווייטערדיגע היסטארישע טאג ג' אח"ק אפדעיט:
10:00 איז אנגעקומען לבית נאוה קודש פון רבינו שליט"א, דער ראש ישיבה בית מדרש גבוהה רבי מלכיאל קאטלער שליט"א מיט'ן משגיח פון במ"ג הגאון הגדול רבי מתתיהו סאלאמאן שליט"א. נאכדעם וואס לעצטע וואך איז אלעס געגאנגען דורכ'ן טלפון און דורך שלוחים הין-און-צוריק, זענען יעצט געקומען פערזענליך צו דורכארבעטן די צדדים און זעהן צו מען קען פארט מאכן עס ארבעטן.
* איינע פון די זאכן וואס כ'האב נאכגעהערט אז זיי האבן געזאגן פאר'ן רבי'ן איז אז די אסיפה איז ווי א מעדעצין, וואס איינער וואס דארף צוקומען דערצו, איז עס בבחינת בעל כרחו יענה אמן.און אין אזא תקופה ווי היינט מיז יעדער דאס האבן.
און רבינו שליט"א האט זיי שיין מסביר געווען אז אע"פ כן, איז דאס ביי אונז נישט סתם א זייטיגע זאך-פראבלעם, נאר אין סאטמאר איז דאס א יסוד וואס ס'איז זייער שווער צו מאכן א אויסנאם אפילו ס'איז טאקע א שעת חירום.
ימים ידבירו
תוקן על ידי סטראבערי ב- 03/05/2012 00:12:42
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 23:54 |
|
| |
שרייבן נישט שלעכט ווער האט דאס געשריבן? פון וועלכן לאגער איז דאס געשריבן געווארן?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 23:55 |
|
| |
דא איז א קליפ ווי רבינו הק' זצ"ל טענה'ט זיך ארום מיט זיינע רבנים ביים שרייבן דעם ויאל משה ווי ר' נתן יוסף ז"ל וכו'
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 23:55 |
|
| |
איך הער אז דער רבי האט געזאגט אז עס איז ווי א גוט מאכל וואס ברענגט מיט זיך אסאך אלערגיעס
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 00:14 |
|
| |
| ישמאלכץ כתב: |  |
שרייבן נישט שלעכט ווער האט דאס געשריבן? פון וועלכן לאגער איז דאס געשריבן געווארן? |
|
פון דעם אז די פאטאסטאטן דערפון, זענען שוין ארויסגערינען דורך די ארונים אויף היידפארק פאר עס איז יצא לאור.... שטעל איך צאם איינס מיט צוויי...
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 00:22 |
|
| |
פונעם בלאפערישע סגנון און פון די פארדרייעטע פאקטען ווי אויך פון די חוצפה פון אפמאלען די סקולענע רבי ווי עמיצער וואס איז ווייט פון אונזערע השקפות, קען מען גאנץ קלאר זעהן ווער סאיז די מחבר
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 00:30 |
|
| |
דאס ווארט איז גראדע גאנץ גוט, אבער איך זעה נישט די גרויסע מעלה מיט'ן שיקן אונזערע בחורים אין א סטעדיום מיט נאך טויזענטער פרעמדע מענטשן.
איך האב מער מורא וויאזוי זיי וועלן אהיימקומען פון די אסיפה.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 00:36 |
|
| |
זייערע שטארקע נקידות ברענגט ער ארויס אין דעם קונטרס אין שרייבט זייער שיין פין סוקלנער רבי
אין אנדערע ווערטער די רבי ז"ל וואלט נישט געגאנגען אין סיטי פילד צי דעם אסיפה האמיר אינז נישט וואס צי זיכן דארטן אינז דארף מיר נישט זיין קלוגער
|
|
|
|
|