בית פורומים אידישע געדאנק

גיין צו דין תורה – איז דא מיט וועמען?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/5/2012 06:08 לינק ישיר 
גיין צו דין תורה – איז דא מיט וועמען?

די אהרונים זענען כסדר ביזי מיט שרייען: גיין צו דין תורה.


שיינע דיבורים. אבער עס פרעגט זיך א גרויסע שאלה: איז בכלל דא מיט וועמען?


זיצנדיג אין מקוה, האב איך מיטגעהאלטן א שמועס וואס 2 אידן האבן דיסקוטירט דאס ענין פון דין תורה מיט די אהרונים. איינער האט זיך אנגערופן, איז דען שייך צו גיין מיט די אהרונים צו דין  תורה?


און ווייזט אן אויף בארא פארק. נאך לאנגע חדשים וואס דאס בי"ד האט געהערט די טענות פון ביידע צדדים פארוואס ר' מענדל שווימער איז יא אדער נישט פון די הנהלה, און פארוואס אהרן וועלץ מעג יא אדער נישט אליינס באלעבאטעווען, האט אויסגעקוקט אז אט גייט קומען א פסק, ושלום על ישראל.


אבער פלוצלונג ביים לעצטן דיון, ווען דער אהרונישער בורר זלמן גרויז האט זיך דערזען אז עס האלט שוין קרוב צו א פסק, האט ער אריינגעווארפן א פרישע באמבע, אז דאס איז נישט קיין דין תורה צווישן די 2 יחידים, נאר צווישן דעם ציבור. דאס מיינט אז נאך חדשים פון אויסברענגען צייט און צענדליגער טויזנטער דאלארס האט מען זיך דערזען ביים אלף.


מיט דעם אלעם, האט ר' מענדל שווימער דאס אויך נאכגעגעבן, און מסכים געווען אז מען זאל דן זיין לויטן ציבור. דאס בי"ד האט דעמאלסט פארלאנגט פון ביידע צדדים צו ברענגען חתימות פון זייער ציבור.


למעשה האט ר' מענדל שווימער אויסגעפאלגט די בקשה פון בי"ד, אבער דער אהרונישער צד האט נאך ביז היינט נישט געברענגט קיין חתימות.


פארוואס? ווייל זיי "ווילן נישט" קיין פסק!


אבער די אהרונים ווילן כסדר דין תורה!


איז דען בכלל דא מיט וועמען זיך צו שטעלן?




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 06:17 לינק ישיר 

ניין נישט דין תורה! דין תורה איז סתם א געלט און צייט פארשווענדעריי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 06:28 לינק ישיר 

אין ווישניץ וויליאמסבורג און מונסי האט דין תורה זייער שיין געפאסקענט מען האט ציטיילט לויט מתפללים און נדבנים, אבער דא אין סאטמר האט מען שוין ציטיילט תש״ס, וואס לכאורה גייט דין תורה גארנישט טוישען. נאר די ארונים ווילען ציברעכען סאטמר טרייען זיי דורך די קארט, מיט נאך שרייען און באשמוצען אונזער הייליגע קהלה מיטן זאגן אז מיר ווילן נישט קומען צו דין תורה, און זיי האלטען אז דאס געט זיי א בלענק טשעק, מיט אלע מיני מסירות צוציברעכן אונזער כוח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 07:18 לינק ישיר 

דאסטערס כתב:
ניין נישט דין תורה! דין תורה איז סתם א געלט און צייט פארשווענדעריי.
האב איך דא א מורא'דיגע פראבלעם. פון איין זייט האב איך א תורה וואס הייסט גיין צו דין תורה, און פון די אנדערע זייט שרייט דאסטערס אז עס קאסט געלט. דאסטערס טייערע, ווען דו וועסט גרויס ווערן, וועסטו געוואר ווערן אז מצות קאסט געלט, סוכות קאסט געלט, שכר לימוד קאסט געלט, און די גאנצע תורה קאסט געלט. אבער איך בין א שטאלצע איד וואס מיין תורה האט מיר געהייסן גיין צו דין תורה אויב האב איך א סיכסוך, און יא! אפילו עס קאסט געלט!!! פארדעם בין איך א איד

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 07:30 לינק ישיר 

סאיז דא בכלל רילייעבל בתי דינים אדער אפילו רבנים פאר א זבל"א צו וועם צו גיין צו דין תורה? דערווייל זעמיר אין א מצב אז עס איז נישטא, ב.פ. ב"ב ובאבוב יוכיחו, מילא איז דערווייל די אפציע נישט שייך. אפשר גייען די צדדים איין אויף שלשה רועי בקר און זיי זאלן אויסהאמערן עפעס? קען זיין אז דאס קען מען יא טרעפן היינט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 07:40 לינק ישיר 

איך וואלט ענדערש געפרעגט : גיין צו דין תורה, איז דאס פארוואס ? און בכלל פארוואס עפעס גיין צו דין תורה אומגעריפען ?? און וועמ'ן וואלטען זיי געוואלט ריפען ?

רבינו שליט"א פאר'ן אנעמען א רבנות וואס זיין טאטע האט אים  געגעבן.

די ראשי הקהלה פאר'ן אויספירען רצון קדשו פון רבינו הק' בעל ברך משה זי"ע.

אדער גאר הרבנית הצדיקת ע"ה פאר'ן געבוירען רבינו שליט"א





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/5/2012 08:17 לינק ישיר 

פינטעל די ארונים ווילן נישט קיין דין תורה, זיי ניצען דין תורה פאר א בלענק טשעק צו פראבירען אונטער ברענגען סאטמר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 08:24 לינק ישיר 

והראיה עלף יאר נאכן פורץ גדר זיין צו גייען און ערכאות, וואס ליידער נאכדעים האבן פילע יחידים און קהלות קדושות נאכגטועהן, האבן זיי נישט געברענגט קיין שום כתב פון א בית דין וואס האט זיי מתיר געווען, )אפילו פון שלשה רועי בקר אויכעט נישט( און נישט געשיקט קיין שום הזמנות צו קיין שום בית דין שבעולם, ווייל זיי ווילן נישט קיין דין תורה זיי ווילן ציברעכען סאטמאר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 14:25 לינק ישיר 

און בני ברק דארף מען אויך גיין צי דין תורה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 17:33 לינק ישיר 

ריפל


אין די תורה וואס איז געגעבן געווארן אויף הר סיני שטייט אז דין תורה איז נאר מיט א איד וואס פירט זיך ווי א איד, נישט איינער וואס פירט זיך ווי א גוי, און נוצט די תורה נאר ווען עס לוינט אים, בפרט ווען ער האט זיך ארויסגעשטעלט אז דין תורה איז ביי אים א שטעקן פונקט ווי דאס גויאישע קאורט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 17:41 לינק ישיר 

ריפל איך האב געשריבן עס איז געלט און צייט "פארשווענדעריי"!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 17:45 לינק ישיר 

און למשל גיין נאר צו אזעלכע דיינים וועלכע פארשטייען "תהלוכי הקהלה" (לייען פעיראלל בלע"ז), דאס למשל ארבעט יא?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 18:04 לינק ישיר 

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2956425&forum_id=771



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2012 18:04 לינק ישיר 

די אהרונים ווערן הייפער


דין תורה איז א חיוב אויף יעדן איד ווען ער האט צו טאן מיט א איד וואס פירט זיך ווי א איד עפ"י שו"ע!

א איד וואס שרייט דין תורה אבער ער פירט זיך ווי א גוי, מיט אזאנעם איז נישטא קיין שום חיוב צו גיין צו דין תורה!

די תורה איז נישט שייך ביי א גוי!

וואס נאך קעלבער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 18:35 לינק ישיר 

דער תירוץ פון גיין נאר צו תהלוכי הקהלה וועלכע באקומען פעיראלל, איז א שאנדע פאר די תורה.
פינטל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 18:53 לינק ישיר 

פארוואס איז עס א שאנדע?


דיין רבי האט דאך דאס אליינס געזאגט!

האט ער אמאל צוריקגעצויגן דערפון?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > גיין צו דין תורה – איז דא מיט וועמען?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 ... 7 8 9 לדף הבא סך הכל 9 דפים.

bholext